די קינדער פון א מאן און ווייב אנע קידושין זענען נישט ממזרים זיי זענען פגום א ממזר ווערט מען נאר אויב מאיז געבוירן געווארן פון חייבי כריתות און וואוינען אן קידושין איז נישטא קיין כרת און אין אונזער פאל איז עס א חרם דר"ת
נשלח ב-2/2/2010 02:53
איך וויל זען דעם צעטל אויסגעהאנגען אין אלע גאסן אין ארץ ישראל.
זאלן די ארץ ישראל'דיגע אידן וויסן ווער ס'איז דער אומבאקאנטער הרב יואל מארגנשטערן וואס האט זיך לעצטנס פרובירט באקאנט צו מאכן אויף די ווענט פון ארץ ישראל.
עס איז זייער אן ערנסטע שאלה וואס מען טוט דא פון יעצט און ווייטער?
למעשה זענען דאך אמאל אמאל די צוויי צדדים זיך משדך, למשל ווען איינער האט אן עלטערן בחור און קען נישט קיין שידוך טאן מיט אים.
אויב זענען די קינדער פון די אלע קאפלס וואס האבן חתונה אין דעם זאל ממזרים, דעמאלט דארף דער בריוו זיין סאך שטרענגער אז מען טאר זיך מער נישט משדך זיין מיט זיי פון היינט און ווייטער.
נשלח ב-2/2/2010 02:41
נו אויב אידע כוונה רשע דארף מען שרייבן הר'
נשלח ב-2/2/2010 02:39
אראפגענומען דעם טיטול רשע פון דעם בחור.
נשלח ב-2/2/2010 02:03
וואס אידע טויש?
נשלח ב-2/2/2010 02:00
קרית יואל'ע קהל האט געמאכט א וויכטיגן טויש
.
נשלח ב-1/2/2010 23:25
וואס איז די הלכה ביי קהילה שנתפרדה? בדרך כלל ווערן די בנינים צוטיילט.
וואס איז מיטן רבנות ? קען דער ארגינעלע קהילה כופה זיין די פורשים?
למשל אויב דאס איז א אשכנז קהלה אין די פורשים פירען זיך ספרד? אדער למשל איז איז געווען א מחלוקת אן קהילה אויף מנהגים צו נכסים? ווייסט איינער ווי אין שו"ת דא אזא שמועס?
נשלח ב-1/2/2010 05:55
allgood , אוי ווי גוט דו זאגסט.
נשלח ב-1/2/2010 05:52
היות לשיטתם פון די זאליס/בנ"י איז נישט דא קיין מרא דאתרא, גייען זיי יעצט אויפהערן ציטראגען מיט די עירוב?
נשלח ב-1/2/2010 05:42
מאדנע, דער היידפארק פוסק וויל זיך פארמעסטן מיט איינעם פון די גרעסטע גאונים בדורינו, אין דער זעלבער צייט וואס ער פארנעמט זיך מיט די היידפארק פוסקים...
יעדער 'ווייסט' אז דער וויליאמסבורגער רב איז נישט געווען ביים גאב"ד רעדן דערוועגן. און יא, יעדער ווייסט אז זינט כ"ק מרן רבינו שליט"א האט איבערגענומען די הנהגה אין סאטמאר (און כ'מיין נישט תשס"ו) האט מען קיין איין איינציג מאל נישט טעראריזירט קיין איין איינציגן רב, אפילו פון די איינגעשטעלטע, אז ער זאל אונטערשרייבן א בריוו אדער קול קורא לטובת די קהילה וכדו'!
ר' יואליש מארגנשטערן האט דא פריוואטע נגיעות און איז באין אופן נישט בארעכטיגט דן צו זיין אין די טעמע, דאקעגן דער דיין שליט"א איז גוט באקאנט (ווער ס'ווייסט נישט קען פרעגן באלאנד) אז ער האט קיינמאל נישט אונטערגעשריבן קיין קול קורא'ס אדער בריוו וואס איז נוגע געווען די פאליטיק, אפילו דארט וואו ער האט קלאר געהאט זיין מיינונג להיתר/לאיסור, און דא איז דאס ערשטע מאל וואס ער האט אליין באשלאסן ארויסצוקומען מיט אן עפנטליכן פסק בלויז דערפאר וואס בדעת תורתו האלט ער אז דאס וועט זיך ארויסשטעלן אלס שרעקליכער מכשול אינעם עתיד.
[און יעדער וואס האט שוין מיטגעהאלטן אמאל א חופה ביי בני יואל אין מאנסי, וואו ס'איז נישטא קיין געהעריגער שמש און קיין געהעריגער רב, וואס איך האב שוין איינמאל פערזענליך מיטגעהאלטן, האט זיך געקענט באשיינפערליך איבערצייגן ווי די גאנצע חופה איז געווען א צירקוס, וואו יעדער אפגעריסענער ווייטער קרוב האט אריינגעשריגן אן אנדערע מיינונג איבער וויאזוי צו האלטן דעם כוס, איבערגעבן די רינגל, ועוד כהנה וכהנה וואס טייל פון די פרטים זענען קריטיש לצורך הקידושין!]
תוקן על ידי - געגאנגען - 01/02/2010 05:48:07
_________________
נשלח ב-1/2/2010 05:31
באלאנד, איך זעה דו ווילסט אריינגיין אין די הלכה חלק. זאג נאר: האט דער "נחש פורץ גדר" (לשון הכנס"י) אנגעפרעגט ביי "איין רב אדער דיין" אויסער בני יואל/זאליס, צו ער טוט אויסגעהאלטן? געוויס נישט. טא, וואס האמיר צו רעדן ווייטער.
נשלח ב-1/2/2010 05:14
ווייסט איינער פארוואס עס איז געווען אמאל א תקנה אז נאר דער מרא דאתרא מעג זיין דער מסדר קידושין? און דאס איז שוין ווען די אנדערע קהילות אין ק"י האלטן אז מהר"א איז דער מרא דאתרא. נאך איין שאלה. דאס איז דאך זיכער אזי אין קרית יואל זענען פאראן דררי גענצליך אפגעטיילטע קהילות. דריי באזונדערע אלע קהלישע פונקציעס. אזויווי אין דער אלטער היים איז געווען אין די שטעט דריי באזונדערע קהילות. ארטדאקסן, סטאטוס קווא, און נעלאגען. איז דער רבי געווען דער מסדר קידושין ביי די שטאטוס קווא חתונות? האט ער אפילו געהאלטן אז עס קומט זיך אים?
איך פרעג סתם צו וויסען פארוואס דא ברענט מען שוין פאר עטליכע טעג ווען עס איז נישטא קין מרא דאתרא אין קרית יואל ווייל עס איז פאראן דריי באזונדערע קהילות. ממילא פאלט אוועק דעם געוואלדיגן פסק פונעם אגלי דבש
נשלח ב-1/2/2010 05:08
מיר עגבערט די גאנצע צייט זייער א שטארקע קושיא. לויט די פוסקים אויף הייד פארק איז דאך דא א געפערליכע פירצה פארגעקומען וואס קען ברענגען "שרעקליכע" מכשולות אינעם צוקונפט. נו פארוואס איז נישטא קיין איין רב אין די וועלט וואס נעמט זיך אן פארן מרא דאתרא? יעדער ווייסט אז ר' מענדל איז כעווען זילך בעטען ביים גאב"ד אז ער זאל רופן דעם שארמאשער רב. יעדער ווייסט ווי שטארק הרב וואוזנער איז מעריץ אדמו"ר מהר"א, יעדער ווייסט ווי שטארק דער ראב"ד הרב שטערנבוך איז אדוק צום מהר"א און זיי זענען די שרי הפוסקים בדורינו, נו וואו זענען זיי? פארוואס רופט זיך קיינער נישט אן איין ווארט ווען לויט הייד פארק גייען די קינדער פון דעם זוג זיין רח"ל ממזרים?
און ווי אלע ווייסן גייט פארקומען אין צוויי וואכן ארום נאך א חתונה דארטן און ביז אלול גייט דארט פארקומען בערך 25 חתונות. און דאס איז נאר ביי בני יואל. וואס טוט זיך ווען די אנדערע קהל יטב לב בקרית יואל גייט עפענעען זייערע חתונה זאלן, וואס גייט דא זיין? עס קען נאך געמאלט זיין אז עטליכע פון די צוקונפטיגע ממזרים וועלן נאך זיין חסידי מהר"א. וואס גייט דא זיין? וואו זענען די שרי התורה? קען דען זיין אז פאר אזא פירצה איז גענוג אזא ארים געצייגעניש ווי די מחאה פון מהר"א'ס קהילה?