א איד א תלמיד חכם האט מיר היינט געזאגט, אז עס ווערט געברענגט אין תשובה ספרים, אז טאמער איינער האט מכשיל געווען אידן מיט טריפות, מעג מען אים מעביר זיין פון זיין פאסטן.
לייידער ליידער האבן די קרית יואל פירער בשאט נפש מכשיל געווען דעם ציבור מיט עופות טמאים,
שוין נאכדעם וואס זיי האבן געוואוסט אז עס האנדלט זיך פון מאסקאווי קאטשקעס, האט מען דאס געלייקנט
און נאך געטריבן ליצנות פון די רבנים המעוררים!
די שוחטים האבן פאלש עדות געזאגט אז ס'איז געווען פעקין!
דער אפיעציעלע ארגאן פון די קהלה "דער בלאט", האט סתם געטריבן ליצנות, און געלייקנט אז ס'איז דא די מידענסטע חשש.
מען האט דאס ווייטער פארקויפט אויף די פאליצעס פון די אהרונישע בוטשערס.
די בית השחיטה, האט ארויסגעגעבן א פארנארונגס צעטל כאילו מען רעדט פון א מינדערוויכטיגע שאלה פון א ספק ספק ספיקא, און צוליב גרויס חומרות זאל מען זיך ליתר שאר אפהאלטן פון עסן די קאטשקעס.
וואס דאס איז געווען א עקסטערע מכשול און גניבות דעת, אז מענטשן האבן געטראכט "איך מוז דאך נישט זיין אזוי פרום".
און דאס האט במציאות גורם געווען אז מענטשן זאלן ווייטער נכשל ווערן!
לאור זאת איז קלאר, אז אפילו ווען די אלע מענטשן וואלטן געהאט געהעריגע ערוועלטע פאזיציע אין די שטאט,
וואלט מען זיי יעצט געדארפט מעביר זיין פון זייערע אמטן פאר'ן מכשיל זיין דעם ציבור מיט עופות טמאות.