עס וועט דיר גארנישט העלפן לאפלאש מיר סאטמערע חסידים זענען אונטערגעווארפן אין פאראייניגט אינטערן רבין שליט"א מיט אלעם אויף דער וועלט פאר זיין הוראה וועלן מיר גיין אין פיייער אין אויך פאר זיין כבוד
נשלח ב-2/2/2010 04:05
WOW, לאפלאש, אזא בעל דמיון ווי דו קען מאכן ערנסטע פרנסה פון שרייבן נאוועלס, אדער גאר אליין אנקומען שנעל צו א דאקטאר
תוקן על ידי - ביז_אהער - 02/02/2010 04:06:32
_________________
נשלח ב-2/2/2010 03:49
.
ווערט געזוכט א מנין אידן צו לאכן הויעך אויפן קול פאר גוט באצאלט...!
היינט אינדערפרי האט מען געברעיקט די נייעס דא אויפן פארק אז מארגן נאכט גייט פארקומען א גענעראל פארזאמלונג אין גרויסן שול אין קרית יואל, ווי עס וועלן זיך צוזאם קומען די פקחי העדה מטכס עצה זיין וויאזוי מ'ספראוועט זיך מיטן שוידעליכן סידור קידושין פראבלעם. די שרעקליכע פארלוסט פון מאכט וואס מ'קען בשום אופן נישט אראפשלינגען, און שמייסט אין פנים און מ'קען נישט צוריקגיין צום סדר היום נארמאל. אזש אז מ'שפירט פאר וויכטיג אז אפילו די גאר מצויינים בחורים זאלן זיך ארומדרייען אין שטעטל פלינדערן און טערעראזירן. און דאס דארף יעדער אוודאי געוויס פארשטיין אז אזאלכע מעשי טעראר וואס קומט פאר אין קרית יואל די לעצטע פאר טאג איז א דירעקטער "קלאפ אין טיש" פונעם סבלן וקדוש הדור, וואס האט אין א ענגע אסיפה מיט זיינע יועצים אין ספינערס, נאכן זיך אויסגיסן מר לבו פאר די פארזאמלטע באשלאסן אז מ'שיקט ארויס די בחורים אויף א מיסיע ס'זאל יעדער וויסן אז ווען מ'איז מסדר קידושין אנע רשות פונעם מרא דאתרא ווערט מען גלייך נענש בידי... אדם...
און די פאלגזאמע בחורים, די גייענדיגע חלה דעקלעך, מעמבערס אינעם מיטעלמאן פאמילע קלאב, זענען טאקע געגאנגען אויף די הייליגע מיסיע ביז מסירת נפש ממש.
אבער דא איז אנטשטאנען א פייער צווישן די יועצים ביים קדוש אין שטוב, מאנכע זאגן אז אפיציעל טאר קהל אדער דער רבי נישט זיין פארמישט אין די מעשי מחאה (לייען טעראר), נאר די בחורים און אינטערנעט/בלאט שרייבער זאלן טוהן די ארבעט, וואס גראדע קען דאס לשיטתם די מערסטע אויפטוהן, ווייל למשעה קען קהל אדער דער רבי מער נישט סטראשען היינט מיט גארנישט, די בני יואל האבן א אייגענע תלמוד תורה, בית החיים, חתונה זאל, מסדר קידושין. און דארפן שוין גענצליך נישט צוקומען צו די אהרונישע סערוויסעס.
ווידער איז דא א שטארקע צד אז מ'טאר דאס נישט לאזן לויפן, דער רבי אליין און אלע רבנים ודיינים מוזן זיך אויפשטעלן מוחה זיין. און איך דארף אייך נישט צו זאגן אז ווען אונזער ר' אהרן שטעלט זיך אויף זאגן דברי מחאה בלייבט נישט קיין טרוקן אויג פון די פערל ווערטער וואס דער סבלן שיט ארויס פון זיין הייליג פיסקל...
אלזא איז דא געשעהן אזוי, די עקסטרעמע צד האט מפרסם געווען די נייעס אז ס'גייט פארקומען א גענעראל פארזאמלונג דעם דינסטאג ווי מ'וועט משמיע זיין דברי מחאה, און דערנאך איז געווען געפלאנט א ריזן אקציע ווי ס'האט געזאלט זיין אז מ'וועט די אינגן שיקן פראטעסטירן, איבערדרייען קארס, וואנדאליזירן און וואס נישט ממש ווי אין די צייטן וואס ר' אהרן איז געווען רב בתפארתו...
ווייטער די צווייטע צד האט פרובירט אפצולייקענען אז דאס איז א בלויזער זאלי ספין, און אין דברים בגו, און דא האט נאך צוגעשפילט דעם דורכפאל מיטן היימיש פאברעצירטן פסוק. און זיי האבן אנגעארבעט מעשים אז דער פארזאמלונג זאל טאקע נישט פארקומען. נאך שווערע השתדלות ביים קדוש'ל אליינס וואס האט ווידעראמאל "געהאקט אין טיש" אז מ'טאר נישט די זאך לאזן לויפן, נאר טאקע ס'זאל זיין שטיל אין שטעטל ע"פ דרכו (און דאס איז טאקע ער אליינס געוועזן.... דפח"ח!), האט מען ביי אים גע'פועל'ט אז מ'וועט שוין טרעפן אנדערע מיטלען וויזוי זיך נוקם צו זיין אין דעם שילדקרויט, מארגענשטערן, ברייער, שארמאש, מישמאש ( דאס איז אלע נעמען וואס רבי יונה האט געקענט פאברעצירן דערווייל...) אבער דער פארזאמלונג זאל בשו"א נישט פארקומען, איי וויזוי וועט מען זיך ארויסדרייען דיפלאמאטיש? איז אויף דעם אויך געווען אן עצה, מ'וועט זאגן אז מ'קען נישט יעצט ווייל דער רבי מאכט חתונה... סארא ליצנות! וויפיל מאל עס איז שוין פארגעקומען אין די היסטאריע פון סאטמאר העפטיגע פאליטישע אקטיוויטעטן אין די טעג בעפאר א שמחה און גלייך נאך די שמחה אויב נישט ביי די שמחה זעלבסט...?
זאלן זיי נאר טרעפן איין ספר זאל אראפברענגען אפילו איין פון די ריזיגע עמי-הארץ'דיגע פערל ווערטער פונעם שטריק הגדול. קען אפילו זיין א מעשה ביכל.
בלייבט נאר איבער צו וואונטשן פאר די עזות פנים'ער אז זיי זאלן ווייטער עסן ממליחה ואילך פלייש, צו האבן כח צו באשמיצן דעם סאטמאר'ער רבי שליט"א מיט די ריכטיגע כוחות.
דער הונט בילט און דער ביין פארט ווייטער.
נשלח ב-2/2/2010 00:08
געלעכטער כתב:
wow האסט זיי געכאפט ביי די מעשה זיי האבן געמאכט א טעות זיי האבן געשחטן מאסקאווי אנשטאטס פעקין
wow זיי האבן געמאכט א טעות. מיר האבן געשחטן פיקעין, און זיי האבן געזאגט געזאגט אז מיר האבן געשחטן מוסקאווי
נשלח ב-1/2/2010 23:41
באלאנד, דו האסט אפשר געמאכט דעם צעטל און געשיקט אויף אימעיל?
און אגב, ס'איז אביסל היפאקריטיש אז א חסיד פון רז"ל, דער טשאמפיאן פון פארדרייען פסוקים און גמרות מיט א ריכטיגן עם הארצות, זאל קומען קריטיקירן אן אויבנאויפיגער טעות.
תוקן על ידי - געגאנגען - 01/02/2010 23:45:58
_________________
נשלח ב-1/2/2010 23:09
wow האסט זיי געכאפט ביי די מעשה זיי האבן געמאכט א טעות זיי האבן געשחטן מאסקאווי אנשטאטס פעקין
נשלח ב-1/2/2010 23:04
WOW האסט זיי געכאפט ביי די מעשה זיי האבן געמאכט א טעות זיי האבן געשריבן והדעתם אנשטאט והודעת להם את הדרך ילכו בה.
בד"ו די ווייסט אפשר צו הגז"ל קען שוין נאכזאגן א פסוק חמוש???
נשלח ב-1/2/2010 22:49
די מודעה פון די גענעראל פאזאמלונג איז יום ב' לסדר והודעתם את הדרך ילכו בה
אני מאמין באמונה שלימה שכל התורה המצויה אתה בידינו הוא הנתינה ע"י משה רבינו ע"ה,
אין אונזער תורה וואס איז געגעבן געווארן בסיני ווי סשטייט אין די וואכעדיגע סדרה איז נישטא אזא פסוק והודעתם את הדרך ילכו בה
די וואס טרעפן נייע תורות נייע מסורות די וואס האבן אויסגעריסן די עשרת הדברות, עוקר געוען אנכי ה"א געמאכט א פאבליק סקול אראפגעריסן די מזוזות סזאל נישט דערמאנט ווערן שם השם, די וואס האבן עוקר געווען כבד את אביך און שלעפן דעם טאטען אין געריכט
דער וואס איז מאכיל עופות טמאים לאכט אפ פון די מסורת האבות, בעסערע מצות בעסערע פלייש בעסער פון יעדעם
דער מאכט נייע פסוקים אין די תורה, דער מאכט נייע פסקים און הלכות קידושין דער מאכט נייע פסקים ווי מצה גזולה עקירת קידושין יחוד שטיבל גזולה סידור קדושין גזולה
מיר אידן מאמינים בני מאמינים גלייבן אין די אני מאמין'ס זאגן יעדן טאג אני מאמין באמונה שלימה שזאת התורה לא תהא מוחלפת, ולא תהא תורה אחרת מאת הבורא יתברך שמו, ,
נשלח ב-1/2/2010 22:18
מנהל ביטע אראפ נעמען דעם אשכול, איך ווייס פון א קראנטער מקור, אז עס גייט נישט זיין מארגן גארנישט
מעגליך דאס איז א צעטל וואס א זאלי האט געמאכט צו פארמישן דעם עולם
נשלח ב-1/2/2010 22:06
איך ווייס נישט ווער ס'האט דאס געמאכט, אבער לויט מיין אינפארמאציע איז דער גענעראל פארזאמלונג אפגעשטופט געווארן, איך האב מורא דאס איז א פאלשע צעטל.