בית פורומים כל העולם כולו

ברעיקינג: גענעראל פארזאמלונג דינסטאג נאכט אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/2/2010 01:53 לינק ישיר 

סאיז אפגעשטופט צוליב די שמחה בבית רבינו שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2010 03:49 לינק ישיר 

.

ווערט געזוכט א מנין אידן צו לאכן הויעך אויפן קול פאר גוט באצאלט...!

היינט אינדערפרי האט מען געברעיקט די נייעס דא אויפן פארק אז מארגן נאכט גייט פארקומען א גענעראל פארזאמלונג אין גרויסן שול אין קרית יואל, ווי עס וועלן זיך צוזאם קומען די פקחי העדה מטכס עצה זיין וויאזוי מ'ספראוועט זיך מיטן שוידעליכן סידור קידושין פראבלעם. די שרעקליכע פארלוסט פון מאכט וואס מ'קען בשום אופן נישט אראפשלינגען, און שמייסט אין פנים און מ'קען נישט צוריקגיין צום סדר היום נארמאל.  אזש אז מ'שפירט פאר וויכטיג אז אפילו די גאר מצויינים בחורים זאלן זיך ארומדרייען אין שטעטל פלינדערן און טערעראזירן. און דאס דארף יעדער אוודאי געוויס פארשטיין אז אזאלכע מעשי טעראר וואס קומט פאר אין קרית יואל די לעצטע פאר טאג איז א דירעקטער "קלאפ אין טיש" פונעם סבלן וקדוש הדור, וואס האט אין א ענגע אסיפה מיט זיינע יועצים אין ספינערס, נאכן זיך אויסגיסן מר לבו פאר די פארזאמלטע באשלאסן אז מ'שיקט ארויס די בחורים אויף א מיסיע ס'זאל יעדער וויסן אז ווען מ'איז מסדר קידושין אנע רשות פונעם מרא דאתרא ווערט מען גלייך נענש בידי... אדם...
און די פאלגזאמע בחורים, די גייענדיגע חלה דעקלעך, מעמבערס אינעם מיטעלמאן פאמילע קלאב, זענען טאקע געגאנגען אויף די הייליגע מיסיע ביז מסירת נפש ממש.

אבער דא איז אנטשטאנען א פייער צווישן די יועצים ביים קדוש אין שטוב, מאנכע זאגן אז אפיציעל טאר קהל אדער דער רבי נישט זיין פארמישט אין די מעשי מחאה (לייען טעראר), נאר די בחורים און אינטערנעט/בלאט שרייבער זאלן טוהן די ארבעט, וואס גראדע קען דאס לשיטתם די מערסטע אויפטוהן, ווייל למשעה קען קהל אדער דער רבי מער נישט סטראשען היינט מיט גארנישט, די בני יואל האבן א אייגענע תלמוד תורה, בית החיים, חתונה זאל, מסדר קידושין. און דארפן שוין גענצליך נישט צוקומען צו די אהרונישע סערוויסעס.

ווידער איז דא א שטארקע צד אז מ'טאר דאס נישט לאזן לויפן, דער רבי אליין און אלע רבנים ודיינים מוזן זיך אויפשטעלן מוחה זיין. און איך דארף אייך נישט צו זאגן אז ווען אונזער ר' אהרן שטעלט זיך אויף זאגן דברי מחאה בלייבט נישט קיין טרוקן אויג פון די פערל ווערטער וואס דער סבלן שיט ארויס פון זיין הייליג פיסקל...
אלזא איז דא געשעהן אזוי, די עקסטרעמע צד האט מפרסם געווען די נייעס אז ס'גייט פארקומען א גענעראל פארזאמלונג דעם דינסטאג ווי מ'וועט משמיע זיין דברי מחאה, און דערנאך איז געווען געפלאנט א ריזן אקציע ווי ס'האט געזאלט זיין אז מ'וועט די אינגן שיקן פראטעסטירן, איבערדרייען קארס, וואנדאליזירן און וואס נישט ממש ווי אין די צייטן וואס ר' אהרן איז געווען רב בתפארתו...

ווייטער די צווייטע צד האט פרובירט אפצולייקענען אז דאס איז א בלויזער זאלי ספין, און אין דברים בגו, און דא האט נאך צוגעשפילט דעם דורכפאל מיטן היימיש פאברעצירטן פסוק. און זיי האבן אנגעארבעט מעשים אז דער פארזאמלונג זאל טאקע נישט פארקומען. נאך שווערע השתדלות ביים קדוש'ל אליינס וואס האט ווידעראמאל "געהאקט אין טיש" אז מ'טאר נישט די זאך לאזן לויפן, נאר טאקע ס'זאל זיין שטיל אין שטעטל ע"פ דרכו (און דאס איז טאקע ער אליינס געוועזן.... דפח"ח!), האט מען ביי אים גע'פועל'ט אז מ'וועט שוין טרעפן אנדערע מיטלען וויזוי זיך נוקם צו זיין אין דעם שילדקרויט, מארגענשטערן, ברייער, שארמאש, מישמאש ( דאס איז אלע נעמען וואס רבי יונה האט געקענט פאברעצירן דערווייל...) אבער דער פארזאמלונג זאל בשו"א נישט פארקומען, איי וויזוי וועט מען זיך ארויסדרייען דיפלאמאטיש? איז אויף דעם אויך געווען אן עצה, מ'וועט זאגן אז מ'קען נישט יעצט ווייל דער רבי מאכט חתונה... סארא ליצנות! וויפיל מאל עס איז שוין פארגעקומען אין די היסטאריע פון סאטמאר העפטיגע פאליטישע אקטיוויטעטן אין די טעג בעפאר א שמחה און גלייך נאך די שמחה אויב נישט ביי די שמחה זעלבסט...?

לרבי יונה הפתרונים!



תוקן על ידי לאפלאש ב- 02/02/2010 04:07:38




תוקן על ידי לאפלאש ב- 02/02/2010 04:24:07




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2010 04:05 לינק ישיר 

WOW, לאפלאש, אזא בעל דמיון ווי דו קען מאכן ערנסטע פרנסה פון שרייבן נאוועלס, אדער גאר אליין אנקומען שנעל צו א דאקטאר
תוקן על ידי - ביז_אהער - 02/02/2010 04:06:32

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2010 04:53 לינק ישיר 

עס וועט דיר גארנישט העלפן לאפלאש מיר סאטמערע חסידים זענען אונטערגעווארפן אין פאראייניגט אינטערן רבין שליט"א מיט אלעם אויף דער וועלט פאר זיין הוראה וועלן מיר גיין אין פיייער אין אויך פאר זיין כבוד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2010 05:05 לינק ישיר 

רידעכיגער היקר: שפילן וועסטו מיט א צווייטן.

(ליתר שאת: יעדע 'רינדעכיגער' תגובה איז געווען פארבינדן מיט א 'לאפלאש' תגובה. דו"ק ותמצא נחת)



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעיקינג: גענעראל פארזאמלונג דינסטאג נאכט אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.