בית פורומים כל העולם כולו

פרישע היציגע מערכה צווישן קר"י און קאונטי?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/2/2010 14:58 לינק ישיר 
פרישע היציגע מערכה צווישן קר"י און קאונטי?

לויט ווי דער רעקארד באריכטעט מיט צוויי וואכן צוריק גייט גאנץ זיכער קומען א פרישע היציגע מערכה פון די קאונטי קעגן קרית יואל. נאך וואס דער וועד הקרי' האט איינגעגעבן דעם שאפינג סענטער און דעם ביזנעס סענטער יארן צוריק אלס "טעקס עקזעמפט" ווייל דאס געלט גייט פאר UTA, אבער יעצט האט די קאונטי באשלאסן אז וועד הקרי' קען נישט נוצן רעליגיע אלס תירוץ ווייל דער ארט ווערט פאקטיש נישט גענוצט פאר רעליגיעזע צוועקן.

זינט די רעדע איז פון צענדליגער טויזנטער דאלארן יערליך קען מען זיך לכאורה רישן אויף א לאנג פארצויגענעם געריכטליכן קאמף, וואס וועט נישט צופיל העלפן קרית יואל, וועלכע איז אזוי אויך אויף מעסער שטעך מיט די קאונטי וועגן דעם וואסער פייפליין.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2010 17:17 לינק ישיר 

רוב פון די טעקעסעס גייען פאר די ווילעזדזש אדער סקול טעקסעס (לייען ארויס פון רעכטע טאש אריין אין די לינקע טאש)

די ס"ה פאר טויזענט דאלער וואס גייט פאר די קאונטי מאכט נישט קיין סאך אויס
אויסער דעם איז רוב בילדינג אפיסעס פון טעקסט עקזעמטט ארגעניזעישאן ווי סקול דיסטריקט אא"וו

איך זעה נישט ווי סקומט אריין מערכה דא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2010 19:24 לינק ישיר 

דער רעקארד שרייבט אז ס'איז יערליכע 28,000 פאר די קאונטי און עשרת אלפים פארן טאון, דאס איז אסאך געלט, און איך גלייב אז זיי וועלן נוצן אלע לעגאלע קונצן דאס צו באקומען, פונקט ווי קרית יואל וועט נוצן אלע לעגאלע קונצן דאס נישט צו געבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פרישע היציגע מערכה צווישן קר"י און קאונטי?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext