בית פורומים כל העולם כולו

רח"ל, וואו גייט זיך דאס אפשטעלן?!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/2/2010 19:44 לינק ישיר 
רח"ל, וואו גייט זיך דאס אפשטעלן?!

היינט איז אפגעצייכנט געווארן נאך א וויכטיגער דורכברוך אויפן וועג צום שאול תחתית פון די חרדי'שע אידן וועלכע האבן זיך באהאפטן און מקרב געווען צו די מדינה הטמאה ומוסדותיה.

א ליובאוויטשער בחור און א חרדי'ש מיידל האבן היינט אויפגעטרעטן אין כנסת, וואו זיי האבן געזאגט אז זיי קומען אויפטרעטן פאר "אונזערע" נבחרי ציבור! שומו שמים! אויב ביז היינט האבן זיי געטענה'ט אז זיי שיקן אריין "נציגים הידועים ליראי השם" מיטן ציל אויפצוטון, אמאל צו געבן א רעליגיעזן סימבאל פאר די מדינה און שפעטער סתם פאר אפאר גרייצער, וואגן זיי זיך היינט אריינצושיקן יונגע בחור'לעך און מיידלעך, וועמען די פרייע חברי כנסת נעמען אויף מיט גרויס ענטוזיאזם, ווען זיי פארשטייען וואס די בלינדע חרדים פארשטייען נישט אז דורך אריינקומען אין כנסת וועט שליסליך און ענדליך אלעס אנקומען אינעם שמעלץ טאפ וואס בן גוריון האט געפלאנט צוצושטעלן פאר אלע אידן, היו לא תהיה!

דאס מיידל האט נאך כאטשיק געבעטן עפעס וואס איז אין איינקלאנג מיט זייער פאלשן צוגאנג פון אריינברענגען א אידישן גייסט אין די מוסדות פון די מדינה, אבער דער ליובאוויטשער בחור, האט גענוצט דעם שרעקליכן זאץ אז "אנחנו בני הנוער, מצפים לראות שההנהגה שלנו היא אחרת. אנחנו רוצים לראות שאתם נבחרי העם, מציגים בפנינו דוגמה לנתינה והתמסרות לכלל החברה הישראלית ולא רק לחלק ממנה." און אלעס פארוואס? אז "אונזער הנהגה" זאל ווערן א "סעמפל" פון גוטסקייט?! פאר אזוינע נארישקייטן שיקט מען אריין די תמימי לב אין אזא טמא'נעם ארט?! איז דאס אויך געווען אריינגערעכנט אינעם א.ג. היתר פון "מדינה שאני"?! און דאס שוין כאילו די עַזים שבאומות קענען ווערן איבערנאכט "גוטסקייט" אן די תורה הק'!

כשיורדין יורדין עד לעפר!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רח"ל, וואו גייט זיך דאס אפשטעלן?!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext