קרית יואל'ע גאסן ווייס מיט פאשקעווילן אקעגן דעם מאכיל נבילות וטריפות רא"ט
נאכדעם וואס רא"ט פרובירט שוין איבער א וואך צו פארגלעטן זיין מעשה נבלה פון פיטערן אומוויסענדע אידן עופות טמאים ר"ל, און וועלנדיג פארגלעטן דע נבלה האט ער באשלאסן צו צילן זיין ביקס און רודף'ן כ"ק גאב"ד שארמאש שליט"א אן קיין שום גרינד און אן קיין שום שטיצע פון איין רב בישראל,
דע נאכט האבן ערליכע עסקנים מקיים געווען דעם והוקע אותם נגד השמש און האבן מגלה געווען פאר די גאנצע שטאט זיין געמיינעם פירצוף קיינער זאל נישט פארגעסן די נבלה וואס ער פרובירט מיט אומערמידליכע כוחות צו פארדרייען און פארשווענקען די מוחות אז שארמאש'ער רב שליט"א ער איז גאר דער וואס ברענגט אונטער יודישקייט ר"ל,
ר' אהרן טייטעלבוים, דו קענסט ווארפן פאשקעווילן אויף שארמאשער רב שליט"א, אונז קעמיר אויך!!
|
|