אין די טעג איז צאמגעשטעלט געווארען די נייעסטע שאקירענדע אויפדעקונג סקאנדאל קעגן סאטמאר
די גאנצע נוסח איז שוין מער ווייניגע צאמגעשטעלט, מיט די הארסרייסענדע לשונות אין גענוי דעטאלען
וועלכע פאראציילט אז ס'איז שוין ליידער די דריטע אדער וויפילטע מאל וואס סאטמאר וויל מכשיל זיין יודן ר''ל
אין ענדיגט זיך אז יעדער זאל פרעגן זיין דיין ווי ראזענפעלד אדער וואלדמאן כו' ווייל סאטמאר רבי וויל עס מתיר זיין ווי ביי צומות הדידין אין די קאטשעקע...
עס האט נאך 2 ליידגע ליינס, איינס פאר די נאמען פין די סקאנדאל אין די צווייטע קעגן וועלכע נעץ אדער אופטוה מ'וועט עס ארויפשמירן
עס קומט פאר טעגליכע אסיפות דורך פארמעגליך אין זיין הייליגע סטעף
מאכנע טענה'ן אז מ'דארף נאכמאל פראבארין קעגן די בית השחיטה המהודרת, כאטש די ערשעט צוויי איז געווען אזא ביטערע דורכפאל
אנדערע טענה'ן אז מ'דארף עס ארויפלייגען אויף די בארימטע שחיטה המהודרת פין די גסות
(ביידע ווערן שטארק געשטיצט דורך די ממכירה ואילך בוטשער)
טייל טענה'ן מ'זאל עס ארויפשמירן אויף איינס פין די 2 בארימטע מצה בעקערייען וועלכע זענען ברייט בארימט מיט זייער אויסערגעווענליכע חומרות אין הידורים ספעיציעל מיט די ארינזאנע ווייץ
וכו'
אין די טעג ווערט אלע דעטאלען פינקטליך אויסגעארבעט, אין וועט געמאלדען ווערן אויף היידאפרק אינעם זאלי פארום ווי נאר עס וועט ערשיינען לאור האינטערנעט
אויך ווערט יעצט ציגעגרייט בריווען פין אידן צו ''איד'', אין שאקירנדע עדיטדיטעל'ס צו פירטערן די הינגעריגע קעלבלעך
מ'האפט אז דאס מאל וועט פארמעגליך האלטען ווארטן אין וועט יא אליין'ס ארויסקומען מיט די הייסע פאקטען.
ווי זאגט נאר נפל: ארוינמליך פרייטס ענק ווילאנד עסט קענסט.
נשלח ב-22/3/2010 00:25
לאכטס נישט איך בין נישט קיין נביא
האט הנאה פין די ''כשר'ע גלאטע אייזלען''
פין די זאלי פארום
(זעהט אויס אז די ממליחה ואילך בוטשער שטייט מיט א גרויסע אינוועטארי......)
נייע פרשה אין ק"י שעכט הויז!!
ווייסט איינער עפעס פרטים וועגן די נייע פרשה אין ק"י שעכט הויז עפעס איז דארט פארגענגען פאריגע וואך מיטוואך נאכמיטאג דער שוחט גפן האט זיך ארום געקריגט מיט דעם מענידשער ווייס וועגן א גאנצע שיפמענט טשיקן'ס עפעס איז דארט פארגעגאנגען וועגן ווי לאנג מהאט געזאלטץ'ן מיט געווייקט אין וואסער
איך וועל שרייבן וואס איך האב געהערט אויב איינער ווייסט מער פרטים ווערט געבעטן צי שרייבן
איינע פין די יונגעלייט וואס איז דארט א משגיח האט באמערקט אז די גאנצע סיסטעם פארט היבש שנעלער ווי ס'מעג לויט די הלכה אין די ווייקען אין זאלצן איז נישט לויט די הלכה האט ער אנגעהויבן צי פארפירען האט עם דעם ווייס געזאגט אז ער זאל זיך היטן די ביינער אויב ער דארף נאך א פרנסה ביז פסח אבער דער משגיח איז גענגען צי דעם שוחט גפן אין געמאכט אז דער שוחט זאל אליין באמערקן וואס דא גייט פאר אין דער שוחט האט אנגעהויבן צי פארפירען האט מען עם געזאגט אז די רבנים לאזן האט ער געריפן איינע פין די בעלי מכשירים אין שטעלט אייך פאר נישט מער אין נישט ווייניגער אז ווען די רבנים זענען דארט מאכט דער ווייס שטאטער די סיסטעם אין ער פארפירט די רבנים אזוי ווען זיי גייען אווועק פין דארט טיט ער ווייטער וואס ער וויל דער שוחט גפן האט געזאגט פאר איינעם דעם שבת אז סאיז שוין צופיל פאר עם ער האלט שוין נישט אויס דעם סיסטעם דארט מיט דע גאנצע ווערטשאפט אלעס דרייט זיך ארום ווי מקען זין שפארן אפאר צענט סיי מט דע פרשה אין בכלל שעכט דארט די שוחט אסאך לענגער אויף איינמאל ווי אין אנדערע שעכט הייזער אין ער האט אנגעהויבן א רעוואלאציע אין בית השחיטה מיט די ווערטשאפט אבער מאיר הירש האט זיך אריין געמישט אין ער וויל פארשיקן דעם גפן פין דארט ווי איידער צי פארעכטען די שרעקליכע פראבלעם פין געבען צי עסען פאר אידין פלייש וואס ס'איז נישט געהעריג געזאלטץ'ן אזוי ווי ער האט געטיען מיט דעם שוחט עקשטיין ווייל ער האט נישט געוואלט מיט טאנצען מיט דע קלות וואס ער פירט דארט .
אויב איינער ווויסט מער ביטע מודיע זיין
תוקן על ידי rebyankel ב- 22/03/2010 00:29:03
נשלח ב-22/3/2010 00:33
JUST FOR THE RECORD ר' אשר יעקב עקשטיין איז אוועק פין ק''י, ווייל ביי G AND G צאלט מען שענער (מ'דארף פארען 3/4 שעה קיין פענסעלוועיניע) אבער ווען ק''י זוכט נאך שוחטים אין ר' אשר יעקב שעכט נישט ביי G AND G (דארט שעכט מען נאר 2 טאג א וואך,) איז ר' אשר יעקב אין ק''י ר' אשר יעקב איז געווען דער וואס האט גערופן פין GG ר' נח גפן צו פרעגן וואס מ'זאל טוהן מיט די מוקסאווי קאטשקעס וואס איז אנגעקומען דארט ג' ויחי.
נשלח ב-22/3/2010 01:02
ביטע נישט אטאקירן קיין ניקס ברבים
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 23/03/2010 14:58:05
נשלח ב-22/3/2010 04:37
וואס איז די רוגזא דא?
נשלח ב-22/3/2010 04:45
ביטע נישט אטאקירן קיין ניקס ברבים
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 23/03/2010 14:58:34
נשלח ב-22/3/2010 15:44
rebyankel כתב:
לאכטס נישט איך בין נישט קיין נביא
האט הנאה פין די ''כשר'ע גלאטע אייזלען''
פין די זאלי פארום
(זעהט אויס אז די ממליחה ואילך בוטשער שטייט מיט א גרויסע אינוועטארי......)
נייע פרשה אין ק"י שעכט הויז!!
ווייסט איינער עפעס פרטים וועגן די נייע פרשה אין ק"י שעכט הויז עפעס איז דארט פארגענגען פאריגע וואך מיטוואך נאכמיטאג דער שוחט גפן האט זיך ארום געקריגט מיט דעם מענידשער ווייס וועגן א גאנצע שיפמענט טשיקן'ס עפעס איז דארט פארגעגאנגען וועגן ווי לאנג מהאט געזאלטץ'ן מיט געווייקט אין וואסער
איך וועל שרייבן וואס איך האב געהערט אויב איינער ווייסט מער פרטים ווערט געבעטן צי שרייבן
איינע פין די יונגעלייט וואס איז דארט א משגיח האט באמערקט אז די גאנצע סיסטעם פארט היבש שנעלער ווי ס'מעג לויט די הלכה אין די ווייקען אין זאלצן איז נישט לויט די הלכה האט ער אנגעהויבן צי פארפירען האט עם דעם ווייס געזאגט אז ער זאל זיך היטן די ביינער אויב ער דארף נאך א פרנסה ביז פסח אבער דער משגיח איז גענגען צי דעם שוחט גפן אין געמאכט אז דער שוחט זאל אליין באמערקן וואס דא גייט פאר אין דער שוחט האט אנגעהויבן צי פארפירען האט מען עם געזאגט אז די רבנים לאזן האט ער געריפן איינע פין די בעלי מכשירים אין שטעלט אייך פאר נישט מער אין נישט ווייניגער אז ווען די רבנים זענען דארט מאכט דער ווייס שטאטער די סיסטעם אין ער פארפירט די רבנים אזוי ווען זיי גייען אווועק פין דארט טיט ער ווייטער וואס ער וויל דער שוחט גפן האט געזאגט פאר איינעם דעם שבת אז סאיז שוין צופיל פאר עם ער האלט שוין נישט אויס דעם סיסטעם דארט מיט דע גאנצע ווערטשאפט אלעס דרייט זיך ארום ווי מקען זין שפארן אפאר צענט סיי מט דע פרשה אין בכלל שעכט דארט די שוחט אסאך לענגער אויף איינמאל ווי אין אנדערע שעכט הייזער אין ער האט אנגעהויבן א רעוואלאציע אין בית השחיטה מיט די ווערטשאפט אבער מאיר הירש האט זיך אריין געמישט אין ער וויל פארשיקן דעם גפן פין דארט ווי איידער צי פארעכטען די שרעקליכע פראבלעם פין געבען צי עסען פאר אידין פלייש וואס ס'איז נישט געהעריג געזאלטץ'ן אזוי ווי ער האט געטיען מיט דעם שוחט עקשטיין ווייל ער האט נישט געוואלט מיט טאנצען מיט דע קלות וואס ער פירט דארט .
אויב איינער ווויסט מער ביטע מודיע זיין
תוקן על ידי rebyankel ב- 22/03/2010 00:29:03
איך רעדט נישט איך ווייס ביז דערווייל נאך נישט וואס דארט איז פארגאנגען אין אויב סאיז בכלל עפעס געווען אבער ביי די קאטשקע פרשה האסטו אויך קודם געלייקענט שיין אין ביין אבער אפאר טעג דעראויף איז ענקער בית השחיטה ארויס מיט עפעס א צעטיל דערוועגן ממילא פאר די שרייבסט מאך זיכער נישט צי האבן די זעלבע דארעכפאל ווי דעמאלטץ אז סאיז יא עפעס געווען איך האף מיך אריין צי לייגען אין געוואר ווערן אויב סאיז יעצט עפעס געווען
נשלח ב-23/3/2010 20:09
יענקל ווי איך פארשטיי ווילסטו דא בלויז אויסגעבן דיין כעס אז נאכן פרובירן צו מאכן פרישע סקאנדאלן אויף די זאליס, האט זיך קיין איינס נישט איינגעגעבן, און עס איז נישט ווי די פרשת מאסקאווי ווי "אלע" ערליכע אידן מדקדקים בכשרות האבן אויפגעהערט צו עסן פון די "שחיטה המנובלת". ווי מען זעהט טאקע ביי אלע חתונות אין ק"י ווי עס בלייבן איבער גאנצעטע פארשענס פלייש, אז מען האט געמיזט מאכן א תקנה אז אין "בלעם עקלשטיין" קען מען נישט פארלאנגען קיין פיש, און אזוי אויך אין "פערעדייס" וואס צוליב ביזנעס האט נען דאס נישט געקענט מאכן איז די תקנה נאר אז די פיש זאל מען נישט סערווירן, נאר עס ליגט עקסטער ביי די האט-פוד, לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צו זיין ביי א חתונה דארטן, און ווי שיין איז געווען צו זעהן די לאנגע רייע וואס איז געשטאנען צו נעמען פיש, און ווי די וועטערעס זעענען ארומגעלאפו פון איין טיש צום מווייטן זיכן ווער עס וויל נעמען פלייש, אבער זייער ארבער איז געווען אומזינסט. אזוי אויך ביי די שבת שבע ברכות ווען משפחות ברענגן זיך מיט אייגענע מהודר'דיגע פלייש פון קהל יט"ל געקויפט ביי הצלחה בוטשער אין ק"י, און די מחותנים באשטעלן פארווע טשולענט.
פאלגענד זענען עטליכע פון די ספינס וואס עטץ האטץ געוואלט מאכן און עס האט זיך נישט איינגעגעבן