בית פורומים כל העולם כולו

רעיון ניירע: די עשרת הדברות!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/2/2010 07:01 לינק ישיר 
רעיון ניירע: די עשרת הדברות!

פאריגע וואך בשלח איז געווען א סגולה פאר פרשת המן, איז דאך זיכער אז יתרו איז א סגולה איינצוהאלטן די עשרת הדברות. איך מיין מיך און איך מיין יעדעם. לאמיר זיך פארנעמען לפחות די וואך מקיים צו זיין די עשרת הדברות!

"זכור את יום השבת" ח"ו נישט טראגן שבת ווי סנישטא קיין עירוב...

"לא תרצח" נישט הרגענען קיין אשכול מיטן עס אנפירקלען מיט סתם שטותים. רעד צו די זאך!

"לא תגנוב" נישט גנבענען קיין בית החיים'ס, און אויך נישט די נאמען פון א קהילה.

"כבד את אביך ואת אמך" זיכער דארף מען זיך אויך צושטעלן צו די פארטיי פונעם שווער, אויף וויפיל ס'מעגליך... אויך זאל מען אויפנעמען פאר א רבי דעם וועמען דער טאטע פונעם היינטיגן רבי האט געוואלט...

"לא תחמוד" נישט גליסטן די אנדערע פארטיי אז זיי האבן געטראפן א שערוריה ביי ענק...

"לא תנאף" נישט זיין מסדר קידושין אן רשות פונעם רב...

"לא תענה בריעך עד שקר"... נישט זאגן קיין ליגנט אויף הייד פארק, נאר קאנמפירמען אלעס פאר מען שרייבט.

"לא תחמוד בית רעך וגו' עבדו" נישט גלוסטן אז יענע רבי האט אזויפיל קנעכט און מיר האבן ווייניגער קנעכט. "וחמורו" די זעלבע זאך איז געזאגט געווארן אויף וויפיל אייזלעך יענע רבי האט.

תוקן על ידי גאנציגער ב- 03/02/2010 07:03:22




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רעיון ניירע: די עשרת הדברות!
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext