בית פורומים כל העולם כולו

א פארלאנג צום ווילידזש: מאכטס ארדענונג!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/2/2010 07:08 לינק ישיר 
א פארלאנג צום ווילידזש: מאכטס ארדענונג!

אונז פארלאנגען פון דעם ווילידזש צו מאכן איינמאל פאר אלעמאל ארדענונג אין קרית יואל און שטעלן די בני יואל אין פלאץ.

איך וויל וויסן פארוואס ווען איינער רופט 911 קומט די קאל אן צו די סטעיט פאליס און נישט צו די פובליק סעיפטי.

ס'איז צייט איינמאל פאר אלעמאל ארויסצוקאפען די סטעיט פאליס פון קרית יואל און קרית יואל זאל פראטעקטעד ווערן דורך די פובליק סעיפטי, אזוי וועט יאסל וואלדמאן נישט קענען נוצן די סטעיט פאליס צו ארעסטירן אומשולדיגע איינוואוינער ווייל זיי האבן אויסגערופן מיט א מייק קעגן יואליש מארגנשטערן.

שוין צייט איינמאל פאר אלעמאל צו ווייזן אונזער majority power.




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/2/2010 18:26 לינק ישיר 

http://www.vosizneias.com/48675/2010/02/05/kiryas-joel-ny-villagers-upset-over-beefed-up-state-police-presence



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2010 20:53 לינק ישיר 

וואס איז דער דיפרעסקייט דא!!!

איך ליין און ליין און איך זעה דא נאר .....
ארונים!!! וואס גייט פאר, זייטס ענק מחזק, עס קומען "גיטע" צייטן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/2/2010 16:27 לינק ישיר 

לויט ווי יך קיק דא צי אלץ א מאנסי'ער זעט מיר אויס אז מהר"א'ס צייט טרייבט איבער די VILLAGE טיט זייער ארבייט פאר מהר"א זייער געטריי לויט ווי איך האב דעמאלטץ געזעען ביים פארמאכן די בני יואלע שיל איז געשטאנען אין די פעפערס אז די שיל דארף זיין פארמאכט ביז סווערט באשטעטיגט פין די VILLAGE אפישעלס נא איז די שיל נאך פארמאכט די תירוץ איז יא נא טיט נישט די VILLAGE א גיטע זשאב פאר מהר"א'ס זייט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2010 04:11 לינק ישיר 

לעקסינגטאן איז לכאורה גערעכט אז עס קומען פאר נייע ווינטן אין די פאליס דעפארטמענט, און די ארונים דארפן גרויס רחמי שמים. ווייל איך זעה איינער האט דאס געשריבן אינעם שכינותדיגן פארום

העסקן הנמרץ משה לייב וויטריאל זאגט קדיש אין פאליס סטעישן

מיט געמישטע געפילן נעמן מיר אויף די נייעס אז העסקן הנמרץ ראש וראשון לכל דבר שבקדושה הנעלה והמרומם כש"ת ר' משה לייב וויטריאל הי"ו מנהל קעי זשעי פאבליק סעיפטי וואס שטייט אזוי געטריי ליד ימינו פון כ"ק מהר"א שליט"א און מאכט אלס זיכער אז זיינע געטרייע באמעס קענען אנגיין אומגעשטערט מיט די טעראריסטישע אקציעס פארזיכערינג כסדר פאר די פאליציי אז ער נעמט שוין קער און זיי ברויכן נישט קומען....

היצט קען משה לייב וויטריאל זאגן קדיש נאך דע גוטע צייטן, ער האט יעצט א ווארט ביי די ניו יארק סטעיט פאליס גלייך ווי יעדער ניו יארקער,

דע וואך ביי א וואנדעליזם אין טשאטער ביהמ"ד ווי מ'האט גערופן די פאליציי (אגב ס'האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז די וואנדילעזירער זענען געווען אידישע בחורים) און מ'האט זיי געפירט אין פאליציי סטאנציע איז דער מחותן משה לייב וויטריאל אריינגעקומען מיט זיין ברייטע חנופה'דיגע שמייכל אבער דאס מאל איז דער שמייכל נעבך געבליבן הענגען אין דער ליפט מ'האט אים געוויזן דעם טיר מיטן שמייכל אינאיינעם,
 געליטן דא האבן די בחורים'לעך ווייל די פאליציי האט זיי בכוונה געהאלטן איינגעשפארט א גאנצע נאכט, מיט א מעסעדש אז דע געים איז אווער, די בחורים זאלן זיך נישט איינרעדן אז מ'קען אויסהאקן שויבן און געגאנגן ווייטער משה לייב וועט שוין קערנעמן... דעס איז היסטאריע, 

ר' משה לייב, המקום ינחם אותך בתוך שאר אבילי ציון וירושלים ומחה ה' דמעה מעל כל פנים




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2010 01:59 לינק ישיר 

קראנטע אינפא:

דער ווילידזש ארבעט זייער שווער צו מאכן ארדענונג.

ס'איז איין סארדזשענט א רשע וואס מאכט גרויסע צרות פאר קרית יואל.

זיין נאמען איז פורבעק. ער איז אמאל געווען דא אין די סטעיט פאליס אבער מען האט אים משלח געווען אין 2002 ווייל ער האט גערודפט קרית יואל. ער איז גוט געווען מיט יוסף דוד הירש און מיט יאסל וואלדמאן. דעמאלטס האט מען געברענגט דעם פריינטליכן סארזשענט היין און זייט דעמאלטס זענען געווען זייער גוטע צייטן.

אבער די צרות האבן זיך אנגעפאנגען נאכדעם וואס היין איז פלוצלינג געשטארבן. די סטעיט פאליס האט באשלאסן צוריקצוברענגען דעם רשע. פאר א שטיק צייט האט ער זיך איינגעהאלטן אבער מיט אפאר חדשים צוריק איז ער געווארן זייער געפערליך און אנגעפאנגען זיך אויפצופירן אזוי ווי אין די אלטע צייטן.

די לעצטע פאר וואכן איז געווען ממש געפערליך, סיי מיט די ארעסטן און אויך מיט די הונדערטער טיקעטס וואס זיי האבן זיך גענומען טיילן אין די וועלט אריין.

האפנטליך וועט די צרה נישט אנהאלטן פאר זייער לאנג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2010 01:22 לינק ישיר 

קיינער נעמט נישט אוועק די גערעכט עטענה אז די ווילידש דארף מאכן ארדענונג.
קיינער נעמט נישט אוועק די טענה אז זיי ווילן נישט אז די רואיגקייט זאל אוועקגיין.

אבער באשולדוגן דוד עקשטיין אין די מצב, אז אביסל איבערגעטריבן.
אז אמעריקא שולדיג אז בין לאדין האט זיי אטאקירט ווייל זיי זענען געגאנגן אין מלחמה אין אפגאניסטאן?

ווען דוד עקשטיין פארמאכט נישט די קרעטשמע, וואלטן מיר אלע ג'עפענט א אשכול מיט'ן קעפל:

וויכטיג, עס איז די העכסטע צייט צו נעמען שריט...

איז דוד עקשטיין געווען שולדיג ווען די זעלבע פארשוינען האבן געפייניגט רבינו בעל ברך משה?
איז דוד עקשטיין געווען שולדיג ווען די זעלבע פארשוינען האבן גע'הרג'ט רויזעלע?
איז דוד עקשטיין געווען שולדיג ווען איינע פון די זעלבע פארשוינען האט אראפגעווארפן די רביצין פעסיל לאה בת חי' לרפו"ש ווען זי האט געווארט צו האבן הענדי? (פון מאנסי)
איז דוד עקשטיין געווען שולדיג ווען די זעלבע פארשוינען האבן געפייניגט אלע רבנים וועלכע זענען נישט געגאנגן אין שפאן?
איז דוד עקשטיין געווען שולדיג ווען די גרופע ווערעמדיגע און קרעציגע האבן געטראפן א נייע מנהיג, הגז"ל?

איך בעין שטאלץ אז איך האב אזא געטרייע ראש הקהל. הלואי זאל די ווילידש זיך לערנען פון אים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/2/2010 00:53 לינק ישיר 

סקאט, דו טיפש. דו האלטסט אז איין אהרוני וואלט אויפגעטוישט דעם רביצינ'ס בילדינג מיט סידור קידושין?

דער זאל נאך אלעם איז אין וואדבארי, פאליטיש גערעדט איז עס נישט קיין שום פראבלעם פאר קרית יואל אז די בני יואל מאכן א זאל אין וואדבארי און די זאליס מאכן א זאל נאכ'ן רוט 17

דער איינציגסטע פראבלעם מיט'ן מאכן סידור קידושין אין די גלילות איז אז ס'איז קעגן די הלכה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2010 00:30 לינק ישיר 

הרב סקאט,

די גמרא פארציילט אונז, אז ווען ר' יושע בן פרחיה, איז צירוק געקימען פון מצרים, האט אים באגלייט זיין תלמוד, דער אותו איש ימ''ש,

זיי זענען אנגעקימען צו אן אכסניה, און ר' יושע בן פרחיה האט זיך אנגעריפן כמה נאה אכסניה זו, האט זיך די אתו איש אנגעריפן עיניה טריטות, אז אירע אוגן זענען רידעכיג,

האט אים ר' יושע בן פרחיה געזאגט רשע בכך אתה עוסק?

האט איר אים מחרים געווען מיט 400 שופרות,

האט ער זיך געבעטן רבי נעם מיך ציריק, און ר' יושע האט נישט געוואלט,
 
איינמאל און מיטן קר''ש איז ער נאכאמאל געקימען בעטן פון ר' יושע בן פרחיה אז ער זאל אים ציריק נעמען, און ר' יושע בן פרחיה האט פונקט געהאלטען און מיטן קר''ש, האט ער זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון אים,

פארציילט די גמרא אז דער אותו איש האט אויף גשטעלט א ציגל און ער האט זיך געביקט דערצו,

צום ענין יעדער ווייסט אז די קאשקע מעשה, מיט די סידור קדושין, אלעס איז א דירעקטע רעאקציע צו די פארשפארען דער קרעשמע,

ובכן? טיט מען אפ דעם הייליגען באשעפער? טרעט מען אויף די הייליגע תורה? דאס איז א תירץ? אפשר זאלן זיי זיך אלע אויסשמד'ען, ווייל מען האט צוגעמאכט די קרעשמע?

וואס האסטו געזאגט דא?


תוקן על ידי ראפאגאש ב- 04/02/2010 00:32:06




תוקן על ידי ראפאגאש ב- 04/02/2010 00:33:16




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2010 00:29 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:

לערנטס ענק א לעסן פאר נעקסט טיים: אפי' ווען מ'איז גערעכט, דארפן מען אויך טראכטן צו ס'לוינט.

צו עס לוינט? לוינט פאר וועם?

קלערסט אז אונז טוט פערזענדליך וויי אז זיי האבן א זאל? האבן די ארונים עפעס א פערזענדליכע פארדינסט ווען די רבי איז מסדר קידושין ביי די קרעציגע אויסגעשפראכענע שונאים? רעד דיך נישט איין אז עס קימערט איינעם 'מאראליש'. סך הכל איז עס א אידישליכע עוולה, און אוודאי נוצט מען אויס די מיטלען וואס רבינו הקדוש זי"ע שרייבט אויף אזא פאל. דאס אלעס.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/2/2010 00:07 לינק ישיר 

איך וויל נאך עפעס צילייגן מענין לענין.

די ארויניס זענען דא אין זייער א קאמפליצירטע פאזיציע, אויף ענגליש הייסט דאס "ביטווין א ראק ענד א הארד פלעיס", פון איין זייט ווילן זיי אויף אלע געלטער אנהאלטן די רעלאטיווע רואיגקייט וואס האט אנגעהאלטן אין קרית יואל די לעצטע 10 יאר, אלעס זאל זיך פירן עולם כמנהגו, געווינען אלע וואלן, ר' אהרן זאל זיך פירן דארט כמלך בגדוד בשלום ושלוה, אבער פון די אנדערע זייט ווילן זיי זיך פארט נישט לאזן שפייען אין קאשע טעלער. ס'איז טאף, וואס זאל איך זאגן.

בנוגע די סידור קידושין, אוואדי האבן זיי אלס געהאלטן ביים עפענען א זאל, אבער זאל ציקימען לידי מעשה האט עס נאך געהאלטן זייער ווייט, ווייל וואס א יאר ס'געווארן רואיגער האבן זיי נישט געשפירט קיין שטיפ צו טאן אזא דראסטישע זאך און ס'וואלט מעגליך ווען קיינמאל נישט געקומען לידי מעשה.

דער סידור קידושין האט געהאט געשריגן קלאר די ווערטער 'נקמה רביצין שול'. מ'דארף זיין א בלינדער בת היענה דאס נישט צו זעהן.

מ'האט זיי אויפגערעגט, און דא האבן זיי געהאט א זאפטיגע געלעגנהייט זיך אויסציגעבן זייער כעס און זיי האבן עס געכאפט מיט צוויי הענט.

(מיין חשד איז אז דער ר' יצחק שטיין וואס איז אויך ידוע אלס א בני יואל סימפאטיקער האט אפשר אויך אינזין געהאט נקמה געפילן וועגן די רביצין שול, איך זאג נישט אויף זעכער אבער זייער מעגליך)

לערנטס ענק א לעסן פאר נעקסט טיים: אפי' ווען מ'איז גערעכט, דארפן מען אויך טראכטן צו ס'לוינט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2010 22:29 לינק ישיר 

rebyankel כתב:
סקאט
אבי גערעדט
ס'עפענט זיך נישט קיין זאל אין 3 /4 חדשים



איך מיין אז סקאט האט א פוינט מיט די זאל זיי האבן שוין דע בילדיג א גיטע פאר יאר וואס זיי ניצען עס שוין פאר א חדר אבער א זאל האט זיך זיי קיינמאל נישט אויסגעארבייט אלע וואס האבן אנהויב געזאגט אז זיי גייען דארט חתונה מאכן האבן צירוק געצוגן אבער יעצט זענען זיי ווילד געווארן האבן זיי געטראפן מענטשן פאר געלט אין מענטשן וואס זענען גרייט חתונה צי מאכן דארט קען זיין אז סוואלט ממילא געווען אבער סוואלט נאך גענימען א לאנגע צייט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2010 22:18 לינק ישיר 

דער אמת איז אז דער ווילידש מיז זיך פירען אויף א ליבלעראלער וועג, וואו באלד עס איז א רגירונג אנשטלאט, קענן זיי זיך נישט מישען און קיין שום סיכסוך אפאציעל, דעריבער דארף מען נישט אטאקירען דען ווילידש,

 

מיר אלע האבן געוויסט, אז מיטן אפשפארען דעם מושב ליצים, דער קרעשמע, וועלן מיר ארויס ברענגען דאס בייז בלוט פון אירע באזיצער, דעריבער האט קהל קיינמאל נישט גענימען קיין ערענסטע שריט, צו פארטרייבען די קרעציגע עבריינים, ביז..ביז...

 

די עבריינים, זענען געגאנגען און גויאישען קארט און אנגעקלאקט קהל יטב לב, אז קהל יטב לב לאזט נישט ארויף לייגען קיין אפקילונג סיסטעם אויף זייער דאך, וואס דאן האט קהל יטב לב באשלאסען, אז גענוג איז גענוג, 30 יאר ליידען פון ווערים און קרעטץ, איז די והותר, און האבן זאפארט אריין געגעבן א קאנטער קלאגע, וואס האט ציגעברענגט דאס וואס כלל ישראל ווארט שוין אזוי לאנג, און די קרעשמע איז באשטימט געווארן אלס אומלעגאל, ביי די בהערדע, און איז בחסדי ה' פארשלאסען געווארן מיט שלאס און ריגל ביז משיח'ס טאג, חסדי ה' כי לא תמנו,

 

און די קרעשמע זיצער זענען געגאנגען און גלות אריין, באגלייט מיט א סורקוס, מען האט געבלאזען און טראמפייטערט, מיט קולי קולות, מען האט גענימען די הייליגע ספר תורה, און עס אריין געשטעלט און די הענט פון ווייס באבערבעלאע  ליצים, און מען האט אויף געשטעלט באוויסטע קאמידיקער האלטען רעדעס, עכ''פ עס איז געווען פרייליך און די שטאט, און יעדער רעכטדענקיגער מענטש האט זיך געהאלטען ביי די זייטען, פון די דאזיגע ליצים,

 

למעשה זענען די עבריינים אריין געפאלען און א שרעקליכען כעס, דאס בייזקייט האט זיי ב''ה בהערשט ביז צו משוגעת,

 

די ערשטע האבן זיי פראבירט צו מאכען א רעש און טימל, אז מען האט צוגעשפארט א שוהל, וואו להבדיל די בארבארן און די מיטלאלטער צייטען, און די נאציס ביי די צווייטע וועלטס קריג,

 

 אבער יעדער נארמאלער מענטש האט זיי תיכף אפירגעהאלטען, ר' משוגענער, פארוואס זענט איר  געגאנגען און גויאישען קארט, און געברענגט אויף אייער קאפ די דאזיגע צרה?

 

האבן די עבריינים און ליצים געזען אז די דאזיגע מהלך איז נישט קיין תכלית, האבן באשלאסען, אז מען גייט זיך נעמען צו דער בית השחיטה, וואס יעדער ווייסט אז יודישע קינדער האבן א סענסעטיווקייט צו כשרות הבשר, בפרט נאך דער טרויעריג בארימטע פינקל פרשה,

 

היידא, מען האט אריין געשמירט פארן אונטערנעט ראבינער הרב שטיין א פאר דאללאר, און די אונוועסמענט האט זיך אויסגעצאהלט שנעלער וואו געראכטען,

 

עס האט זיך געמאכט א פראבלעם און דער בית השחיטה, אז מען האט געשחטן בטעות, קאשקעס, וואס עס איז אנגענימען ביי א טייל יודען אז עס האט נישט קיין מסורה, און ווען מען איז אויפגעקימען מיטן טעות, האט מען תיכף געמאכט א ריקאל, מען האט ציריק געריפן די קאשקעס, און מפרסם געווען אז עס איז געשעהן א טעות,

 

נא? איז דאך גוט? נישט אזוי?

 

נא!!!, דער שטיין באטשי, האט זיך צוגעזעצט צום מחשב, און ער האט אנגעהויבן ארומצוקריכען, אויפן אונטערנעט, צו טרעפן עפעס זאפטיגס, און אז מען זיכט טרעפט נעם ער האט געטראפן ערגעץ אז די עופות זענען דורס, דעריבער מיז מען וואס טאן? איך ווייס נישט! איר קענט קאלן הרב שטיין!

 

עס איז געווען א טעות, און מען האט עס תיכף ציריק געריפן, וואס נאך וויל דער הרב שטיין? איין זאך! ריווענש, נקמה! ער וויל נאר נקמה, פארן פארטרייבען די ליצים פון די קרעשמע און גלות אריין!

 

צום גרויס כעס פון די לייצנישע עבריינים, אז די געפלאנטע פינקל קאמפיין וואס זיי האבן געוואלט לאנטשאן אויפן בית השחיטה, האט זיך אויס געלאזט מיט א פאטאלען בוידם, נאך מער יעדער האט מפליא געווען וואו אזוי  די בעלי מכשירים פון די בית השחיטה, האבן בהאנדעלט די פראבלעם, מיטן מאכן א ריקאל, און זיך נישט געפירט וואו דו ליצים פון די ''לישכע ב''ד''  וואלטן זיך געפירט ביי אזא פאל,  

 

האב די קארפען קעפ פון די זאליבאנישע געמיינדע, מיט זייערע שתפים די קרעשמע פארטריבענע, באשלאסען ארויס צו נעמען דאס לעצטע פארבליבענע וואפן פון די ארסענלען, ''סידר קדושין''

 

מען האט בליץ שנעל אויף גשטעלט א זאל, און פארשאפט עפעס צוויי קלים, וריקים, וואס זאלן א וועק געבען זייערע קינדער, פאר די מיסיע, און היידא, מען איז געלאפען צום שארמאשער גאון, וואס לעכעצט שוין אזוי אויף א סידר קדושין, און מען האט געשטעלט א חופה, און געשריגען מיט קלו קולות ''מקדשת'' און ויהו לפארפאלק,

 

און דערנאך האט מען געטאנצען חסדי ה' אז די מעכטיגע נקמה אקציע, איז געלונגען, מען האט צוגעפיקסט דעם הייליגען באשעפער, מען האט געוויזען אז מען קען אנפייפן א מרא דאתרא, מיט א דיין וואס איז פון די גדולי הדור, און רבינו הקוה''ט זי''ע האט אים געשטעלט פאר דיין און די שטאט,

 

זענדיג וואו דער גאנצער יודישע וועלט, שטימט עפעס נישט איין מיט די אלע שייגץ שטיק, און ביי זיי אייגענע רייען, קרימט מען מיט די נאז, אויף די נידריגע מעשים, וואס די עבריינים, ליצים, טיען אלס אפ,

 

האבן זיי זיך גענימען צו א נייע מהלך, ווארפן פאשקווילען, נאך שרייען רבינו שליט''א, מסור'ן און פייניגען יודן, וכו וכו'

 

וואס קימט נעקסט?

 

לכוארה גייען די עבריינים ליצים, זאגן הלל מיטן שם, דעם קימענדיגע ה' אייר, און חרדים,

 

דאן וועלן שוין די ארוינים טאקע שפרינגען, דאן ווען שוין די נקמה אקציע זיין פולשטענדיג, יענקל תרח, ווען ענדליך קענען כאפן דעם אטעם, און דער שארמאשער שילקרויט, ווען זיך קענען אומקערען, צו זיין בונקער, און דער טשאטער שרף וועט קענען מרביץ תורה זיין פאר די טויזענטער בחורים וואס זענען משכימים לפתחו מבוקר ועד ערב, און דאס פארפאלק וועלן קענען אויפ הערן שפילן הויז, און דער מסור יאשקע, וועט זיך ענדליך קענען שמד'ען בריש גלי,

 

און כלל ישראל וועט אפאטעמען, מיט פארלייכטערונג,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2010 22:12 לינק ישיר 

שקל_שלם כתב:
[quote]

עקטשועלי איז דאס די פראבלעם, לויט די געזעץ קען די וויליזש די אלע זאכען נישט אפשטעלן!

רוב פון די זאכען וואס דו רעכענסט אויס באלאנג צו פאליס, און די ווילעזש וועט קיינמאל נישט און טאר קיינמאל נישט מאכן א פאליס אינפארסמענט

דער מסור יאסל וואלדמן ימ"ש איז א מומחה אין נוצן די געזעץ פאר זיין זייט, און ווען בחורים און יונגעלייטלעך פארשטייען עס נישט און מיינען אז די פאליס איז סתם אנטיסעמיטען האמיר אונז אלע ביזי בזיונות.

יא, אונז קען מיר צוריקווארפען פאשקעווילען און מאכען טראקס (מיט פערמיטס) אא"וו, אבער פון דעם פארדינען נאר אזעלכע רשעים ווי יאסל וואלדמאן און די בני יואל!!!!!!!!


דאס איז מיין שאלה פארוואס קענען די מוסרים יא.....
דאס אז אינזערע בחורים ווייסען נישט וויאזוי מ'מסרט דאס פארשטיי איך ב''ה זייער גיט, כ'וואלט מיך געשעמט ווען זיי קענען ווען יא אזווי די קווינס בחורים. (ע'י ערך שלום דייטש כ''ו אב)
אבער דאס אז די וויליזש קען עס נישט פארלאנגען אז מ'זאל באהאנדעלן זייער עוולות אין רשעות אין טעראר לכה''פ ווי ווען יאשקע שיקט פאליס אין ישיבה מיט די טענה בחורים מאכען פאני קאלס... דאס פארשטיי איך נישט
(אגב, ער קוקט נעבעך אייביג אין טעלעפאן בוך די פאבליק טעלעפאן'ס פין ישיבה אין זאגט פאר די פאליציי ''פין די נומבער האט מען גערופן'' אין די פאליציי זענען אנגעקומען האט מען זיי געוויזען אז די טעלעפאן ארבעט שוין נישט א שטיק צייט....)

איך פארשטיי ס'איז שווער פאר א סאטמערע יוד צו גיין רופן פאליציי אויף א צווייטע יוד אפי' יענער האט א דין מסור,

איך וועל דיר געבן א דוגמא, ווען די זאלי'ס קלאגען די וויליזש אין קארט שרייען זיי אז זיי דארפען נישט קיין היתר בי''ד (אפי' אין פעלער ווי מ'קען איינזעצן יודן ר'ל) ווייל די וויליזש ווער געפירט דורך סעקולער געזעצן
נו פארוואס ווען די וויליזש האט טענות אויף א זאלי'ס וועלן זיי ווערן מוסרים אויב זיי רופן פאליציי?
האט די וויליזש א דין בן נח אדער א דין ישראל?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/2/2010 22:07 לינק ישיר 

פראטאקאלירט! קיין איין זאלי דא אויף הייד פארק האט נישט געטענהט אנדערש, שתיקה כהודאה אזויפיל ניקס האבן זיך אנגעשלאסן אין די בקשה. ערלעדיגט! די וואלן זענען געשלאסן, די ווילעדזש גייט אנהייבן צו טון שריט!

די פאבליק סעיפטי איז פון די מינוט אין קראפט! לאמיך זעהן ווער עס וועט נעקסט מסדר קידושין זיין! דא גייט זיין ארעסטן!

יוסל, נאך איין ווידיאו אויף יו טיוב ביסטן אין קייטלעך!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2010 22:00 לינק ישיר 

אין נאך מער
האבען ענק נישט פארברענט אפיסעס אין כמעט דירות מיט קליינע קינדער מיט א זעלטענע  מאס רציחה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א פארלאנג צום ווילידזש: מאכטס ארדענונג!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext