בית פורומים אידישע געדאנק

מעמד העגלת כלים אין קרית יואל ע"פ הוראות גדולי הוראה שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/2/2010 23:13 לינק ישיר 
מעמד העגלת כלים אין קרית יואל ע"פ הוראות גדולי הוראה שליט"א

אזוי ווי ע"פ הוראת כ"ק גאב"ד קאלסבורג שליט"א והגאון ר' יצחק שטיין שליט"א חבר דבי דינא ברויך מען די אלע כלים וואס זענען געקומען אין בארורינג מיט די קרית יואל'ע בית השחיטה מוסקאווי פלייש כשר'ן ע"פ הלכה איידער מ'וויל זיי ווייטער נוצן,
 
און  ווי די גמרא זאגט שוין קען מען מטהר זיין א שרץ בק"ן טעמים, אזוי אויך דא זענען ליידער דא מופקרים וואס זוכן אלע קולות און פאלגן נישט אויס כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א וואס לערנט אונז כסדר אז מ'דארף מחמיר זיין למהדרין אפילו לחומרא יתירא, און ח"ו צו זיכן התירים, און אוודאי אין אזא פאל וואס ערנסטע גדולי הוראה האבן געפסקענט הלכה למעשה אז מ'דארף כשרן, וועט מען ח"ו נישט זיך סומך זיין אויף די ק"ן טעמים פון די באצאלטע משגיחים ומורי הוראה וואס זענען אינטערן לאסט צו מטהר זיין דעם שרץ אויסגעהאלטן לכתחילה ע"פ תורה,

לאור זה, האבן די חשוב'ע עסקנים מסדר געווען אויפן קומענדיגע וואך פלעצער צו כשר'ן די כלים אין עטליכע לאקאלן אין קרית יואל, די עסקנים האבן אין פלאן אי"ה אראפצורופן די מידיא צו מאכן א גרויסן קידוש השם אזוי ווי עטליכע יאר צוריק אין מאנסי נ.י., ישראל אשר בך אתפאר,
 
די פונקטליכע צייט און פלאץ ווי דאס גייט פארקומען, וועט מען אי"ה מפרסם זיין די קומענדיגע וואך, די עסקנים ארבעטן יעצט שווער אויף די טעכנישע חלקים פון דעם מעמד, מ'האפט בקרוב ארויסצוקומען מיטן מעלדונג לשביעת רצון הציבור. 

         



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > מעמד העגלת כלים אין קרית יואל ע"פ הוראות גדולי הוראה שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext