בית פורומים אידישע געדאנק

העסקן הנמרץ משה לייב וויטריאל זאגט קדיש אין פאליס סטעישן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/2/2010 03:37 לינק ישיר 
העסקן הנמרץ משה לייב וויטריאל זאגט קדיש אין פאליס סטעישן

מיט געמישטע געפילן נעמן מיר אויף די נייעס אז העסקן הנמרץ ראש וראשון לכל דבר שבקדושה הנעלה והמרומם כש"ת ר' משה לייב וויטריאל הי"ו מנהל קעי זשעי פאבליק סעיפטי וואס שטייט אזוי געטריי ליד ימינו פון כ"ק מהר"א שליט"א און מאכט אלס זיכער אז זיינע געטרייע באמעס קענען אנגיין אומגעשטערט מיט די טעראריסטישע אקציעס פארזיכערינג כסדר פאר די פאליציי אז ער נעמט שוין קער און זיי ברויכן נישט קומען....

היצט קען משה לייב וויטריאל זאגן קדיש נאך דע גוטע צייטן, ער האט יעצט א ווארט ביי די ניו יארק סטעיט פאליס גלייך ווי יעדער ניו יארקער,

דע וואך ביי א וואנדעליזם אין טשאטער ביהמ"ד ווי מ'האט גערופן די פאליציי (אגב ס'האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז די וואנדילעזירער זענען געווען אידישע בחורים) און מ'האט זיי געפירט אין פאליציי סטאנציע איז דער מחותן משה לייב וויטריאל אריינגעקומען מיט זיין ברייטע חנופה'דיגע שמייכל אבער דאס מאל איז דער שמייכל נעבך געבליבן הענגען אין דער ליפט מ'האט אים געוויזן דעם טיר מיטן שמייכל אינאיינעם,
 געליטן דא האבן די בחורים'לעך ווייל די פאליציי האט זיי בכוונה געהאלטן איינגעשפארט א גאנצע נאכט, מיט א מעסעדש אז דע געים איז אווער, די בחורים זאלן זיך נישט איינרעדן אז מ'קען אויסהאקן שויבן און געגאנגן ווייטער משה לייב וועט שוין קערנעמן... דעס איז היסטאריע, 

ר' משה לייב, המקום ינחם אותך בתוך שאר אבילי ציון וירושלים ומחה ה' דמעה מעל כל פנים
 



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2010 05:13 לינק ישיר 

אוי משה לייב משה לייב, אשר אמרנו בצלך נחי', וואס איז געשען מיט דיר?


מיר זענען דאך אלע - פון 3 יאר ביז 85 - געווען אזוי שטאלץ און רואיג וויסנדיג אז אויף כל צרה שלא תבא האבן מיר אזא געטרייען פאליסמאן, וואס וועט אונז באשיצן פון אלדאס בייזן. טאג און נאכט זענען מיר נישט מיד געווארן פון איבערקייען דיינע אויסטערלישע גבורות און פארבינדונגען. אונזער שעצע צו דיר איז געווען ביז'ן הימל, ועד בכלל.
אבל עכשיו אהה, נהפך לאבל מחולינו! פונקט דו, דער הויכגעשעצטער טפסר, וואס פון אים ציטערן די טאליבאנער אין די היילן, ביזט געווארן פלוצלינג אזוי מאכטלאז? על מי נטשת את הצאן??? וואס וועלן מיר טוען  ווען די קרעציגע בני יואל'ע זאליבעצנס וועלן אונז אינמיטן די נאכט אנגרייפן??
ווער וועט אויף אונז באשיצן פון א מאסיווע בולדאזער אטאקע אין העלן טאג???

וואס איז מיט דיר געשען? דו האסט דאך אלץ געזאגט - און ר' יונה האט עס כסדר געשריבן - אז קרית יואל האט ממש אן אייגענע פאליס-דעפארטמענט, די פארשאלטענע סטעיט-טרופערס, האבן נישט קיין דריסת הרגל דאהי, וויאזוי קענסטו צולאזן אז אין הארץ פון הייליגן אתרא דמר, זאלן זיך ארומדרייען די סאדיסטישע טרופערס און ארעסטירן רעכטס און לינס פון די מצויינים פון אונזערע צעטיילטע ישיבות, וועלכע גייען פונקט אהיים אויף די לאנגע שארט  קאטס צו כאפן א דרימל צווישן איין תוספות און צווייטן??
מען טיילט טיקעטס רעכטס און לינקס ואין פוצה פה! אנטשולדיגט ס'יא דא א פוצה פה. אין בעקערי פארום האט זיך שוין געעפנט א ספעציעלער אשכול איבער דאס בארבאריזם פון די טרופערס, און מען איז דארט ערנסט מטכס עצה וואס צו טוען דערוועגן. אבער מיר פילן זיך אזוי מאכטלאז, אזוי צוזאמגעבראכן. הוי, הוי, הוי, הוי, מי יתן לנו תמורתו!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2010 04:48 לינק ישיר 
ווער קען אים פארגעסן?

* width="640" height="505"> <* * width="640" height="505"> <*

תוקן על ידי ארגינעלער1 ב- 04/02/2010 04:59:58




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > העסקן הנמרץ משה לייב וויטריאל זאגט קדיש אין פאליס סטעישן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext