אוי משה לייב משה לייב, אשר אמרנו בצלך נחי', וואס איז געשען מיט דיר?
מיר זענען דאך אלע - פון 3 יאר ביז 85 - געווען אזוי שטאלץ און רואיג וויסנדיג אז אויף כל צרה שלא תבא האבן מיר אזא געטרייען פאליסמאן, וואס וועט אונז באשיצן פון אלדאס בייזן. טאג און נאכט זענען מיר נישט מיד געווארן פון איבערקייען דיינע אויסטערלישע גבורות און פארבינדונגען. אונזער שעצע צו דיר איז געווען ביז'ן הימל, ועד בכלל.
אבל עכשיו אהה, נהפך לאבל מחולינו! פונקט דו, דער הויכגעשעצטער טפסר, וואס פון אים ציטערן די טאליבאנער אין די היילן, ביזט געווארן פלוצלינג אזוי מאכטלאז? על מי נטשת את הצאן??? וואס וועלן מיר טוען ווען די קרעציגע בני יואל'ע זאליבעצנס וועלן אונז אינמיטן די נאכט אנגרייפן??
ווער וועט אויף אונז באשיצן פון א מאסיווע בולדאזער אטאקע אין העלן טאג???
וואס איז מיט דיר געשען? דו האסט דאך אלץ געזאגט - און ר' יונה האט עס כסדר געשריבן - אז קרית יואל האט ממש אן אייגענע פאליס-דעפארטמענט, די פארשאלטענע סטעיט-טרופערס, האבן נישט קיין דריסת הרגל דאהי, וויאזוי קענסטו צולאזן אז אין הארץ פון הייליגן אתרא דמר, זאלן זיך ארומדרייען די סאדיסטישע טרופערס און ארעסטירן רעכטס און לינס פון די מצויינים פון אונזערע צעטיילטע ישיבות, וועלכע גייען פונקט אהיים אויף די לאנגע שארט קאטס צו כאפן א דרימל צווישן איין תוספות און צווייטן??
מען טיילט טיקעטס רעכטס און לינקס ואין פוצה פה! אנטשולדיגט ס'יא דא א פוצה פה. אין בעקערי פארום האט זיך שוין געעפנט א ספעציעלער אשכול איבער דאס בארבאריזם פון די טרופערס, און מען איז דארט ערנסט מטכס עצה וואס צו טוען דערוועגן. אבער מיר פילן זיך אזוי מאכטלאז, אזוי צוזאמגעבראכן. הוי, הוי, הוי, הוי, מי יתן לנו תמורתו!