ברעקינג ! קהל יטב לב נעמט אראפ שומרי החומות פישקעס
נאכדעם וואס קהל יטב לב אין וויליאמסבורג האט אפאר מאל געווארנט שלמה מייער פין שומרי החומות נישט צי אדווערטייזן
אין דער שונד בלאט דער איד אין שלמה מייער האט זיך אויס געלאכט.
האט קהל יטב אראפ גענימען די פישקעס פין שומרי החומות אאין לע שולן אין וויליאמסבורג ( מהר"א )
נשלח ב-5/2/2010 02:44
ביי ר' ישראל חיים מנשה איז טשעפנען א איד קיינמאל קיין עסק נישט נישט געווען מען האט געגעבן א צי מיט די נאז אין אלעס איז געווען מותר.
נשלח ב-5/2/2010 02:33
די אהרונים זענען לעצטענס ביזי אז זיי ווייסן נישט וויאזוי דער מקדש און מסדר קידושין ציטערן נישט פאר די חרמים
לאמר מאכן א פארגלייך: צי די סידור קידושין איז טאקע נישט אויסגעהאלטן להלכה איז א מחלוקה, די אהרונים האלטן אז נישט און די סאטמארער חסידים האלטן אז עס איז מותר.
אבער צו טשעפען א איד (אפילו ער האט געטאן אן עוולה) איז דאך זיכער אן איסור מדאורייתא, צי ציטערט נישט ארגינעלער צו טשעפען א איד???? ווייסטו נישט וואסערע עונשים עס קומען דערפאר???
איר זאלט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער ס'קוקט אויס ווי די אהרונים קריכן אויף א גראדן מאונט עווערעסט. איך האב נישט ליב אריינצורעדן געווענליך אין חסיד'ישע פאליטיק, אבער דאסמאל מוז איך מאכן אן אויסנאם.
די תקנה פאר זיך איז א דורכפאל שבדורכפאל, קיין איין מוסד כמעט האט נישט אויפגעהערט צו אדווערטייזן אין דער איד אפילו נאך די - כ'מוז זאגן, נארישע - מערכה מיט כולל שומרי החומות, און ס'איז קלאר אז ס'איז כמעט אוממעגליך צו פועל'ן ביי א פרעמדן מוסד ער זאל זיך מישן אין די סאטמערע טינופת. יעדער מיינט סטריקלי ביזנעס, און ביזנעס פארלאנגט אז מ'זאל זיך רעכענען מיט ביידע גרויסע פארטייען אין סאטמאר.
ווען שומרי החומות וואלט זיך געהאלטען נייטראל וואלטען זיי געטוהן וואס חיבת ירושלים אין אהבת ציון האבען געטוהן
נשלח ב-4/2/2010 18:20
איר זאלט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער ס'קוקט אויס ווי די אהרונים קריכן אויף א גראדן מאונט עווערעסט. איך האב נישט ליב אריינצורעדן געווענליך אין חסיד'ישע פאליטיק, אבער דאסמאל מוז איך מאכן אן אויסנאם.
די תקנה פאר זיך איז א דורכפאל שבדורכפאל, קיין איין מוסד כמעט האט נישט אויפגעהערט צו אדווערטייזן אין דער איד אפילו נאך די - כ'מוז זאגן, נארישע - מערכה מיט כולל שומרי החומות, און ס'איז קלאר אז ס'איז כמעט אוממעגליך צו פועל'ן ביי א פרעמדן מוסד ער זאל זיך מישן אין די סאטמערע טינופת. יעדער מיינט סטריקלי ביזנעס, און ביזנעס פארלאנגט אז מ'זאל זיך רעכענען מיט ביידע גרויסע פארטייען אין סאטמאר.
איך האב מורא אז ס'איז דא אן אלטער חשבון מיט כולל שומרי החומות וואס קומט יעצט צום אויבערפלאך, און דערפאר האט קיין איין אנדערער מוסד נישט געליטן פון זייער אדווערטייזן אין דער איד.
נשלח ב-4/2/2010 18:14
די זאלי'ס ווילן אויפשפילן כאילו איינער האט דא געטשעפט צדקת רמבעה''נ
איך וויל קלארשטעלן
אז צדקת רמבעה''נ וועט בעזהשי''ת נישט שאדען האבען קיין דאללער
מ'וועט ווייטער געבן שווערע געלטער פאר צדקת רמעה''נ דורך שטיצן, מוסדות יט''ל, כולל ויואל משה אין ירושלים ,כולל עצי חיים אין בני ברק, כולל אהבת ציון אדער פאר סיי וועלכע מוסד על 'טהרת הקודש' פין עניי ארץ ישראל וועלכע ''ניצט נישט די געלט צו שטיצן מחלוקת''