בית פורומים אידישע געדאנק

דעבאטע וועגן "קול מבשר"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/2/2010 20:14 לינק ישיר 
דעבאטע וועגן "קול מבשר"


לאמיר פירן א נארמאלע דיבעט וועגן קול מבשר

צד א'
יא סאיז א גיטע זאך ווי נישט ווי מענטשן קענען עס ניצן אשטאצט די ראדיא מענטשן ווילן וויסען נייעס אין האבן נישט קיין געדולד צי ווארטן ביז סוף וואך ווען סקימען ארויס די צייטונגען ניצט מען קול מבשר אשטאצט די ראדיא.

צד ב'
ניין סאיז נישט גיט סלייגט אריין יעדעם אפי' קינדער אין די גוישע וועלט מיט יעדע נארישע גוישע פאליטיק ווייסן אלע קינדער אין בחורים אין אויך ברעגן זיי נייעס וואס סאיז נישט פין אינזערע רייען.
 



תוקן על ידי המהדרין ב- 28/07/2011 21:05:23




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2011 07:50 לינק ישיר 

ר' קול מבשר זייענדיג א איידעלע אינגערמאן האט אים נישט געוואלט ענטפערן אין פנים "איך וויל עס נישט ארויפלייגן ווייל איך האלט נישט עס איז צוגעפאסט פאר א כשר'ע האטליין".
 
איך האלט נישט אז די מעשה איז אזוי געווען, נאר אזוי לייגט זיך מער אויפן שכל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2011 06:00 לינק ישיר 

קען זיין די ביסט גערעכט אבער איך קען נישט די מענטש אלטס אזא מענטש וואל זאל רעדען בעלאני אדער אויפמאכען אזאלעכע זאכען. און פארוואס האט אים קול מבשר גענפערט אזא מין תירוץ אז ער האט געוואלט פטור ווערען פון אים, תיקו....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2011 02:45 לינק ישיר 

גינוס איך גלייב אז די מעשה גייט אביסל אנדערש, איך ווייס נישט ווייל ער האט עס נאר דערציילט פאר דיר און נישט פאר מיר, איך זאג נאר וואס עס לייגט זיך מער אויפן שכל.
 
די מעשה גייט ווי פאלגענד: א איד האט געוואלט אדווערטייזן זיין ביזנעס (מעגליך א נייע) אויף קול מבשר, ער האט געהאפט אז דורך דעם וואס די צענדליגע טויזענטער צוהערערס וועלן הערן די עד, דאן וועט ער לכבוד דעם צובאקומען מער קונדן ביי זיין געשעפט, אבער ר' קול מבשר וויסענדיג אז ער טראגט א גרויס אחריות אויף יעדע זאך וואס ער לייגט ארויף, האט פארשטאנען אז דאס פאסט נישט ארויף אויף קול מבשר, צו ווייל עס איז די נייע שייטל געשעפט אויף ליע עוו וואס איז געאסר'ט געווארן דורך די רבנים אדער עפעס אנדערש אבער יהיה מה שיהיה האט ער זיך איידעלערהייט פארענטפערט פאר דעם איד טראץ וואס ער וואלט דעקענט יעצט פארדינען נאך אפאר טאלער.
 
איז דער איד אלץ א ידיד פאר אייך געקומען דיר פארציילן די געוואלדיגע נייעס אז קול מבשר גייט געאסר'ט ווערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2011 00:25 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
אויף ווי ווייט איך האב מיך נאכגעפרעגט איז דאס נישט אמת. קען אבער זיין אז דו ווייסט בעסער.


די מעשה איז: איך האב גערעדט מיט איינער ער וואס האט געוואלט ארויפלייגען אן אדווערטייזמענט אויף קול מבשר, האט אים ק"מ געזאגט יעצט קען איך נישט ווייל קומענדיגע וואך ווילען צעינדליגע רבנים אינטערשרייבען א מחאה אנטקענגען ק"מ אין איך פראביר יעצט צי פארהאנדלען מיט זיי, און קען זיין טאמער איך וועל יעצט ארויפלייגן דיין אדווערטייזמענט קען זיין אז זיי וועלען האבן מער טענות אויף מיך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2011 00:11 לינק ישיר 

אויף ווי ווייט איך האב מיך נאכגעפרעגט איז דאס נישט אמת. קען אבער זיין אז דו ווייסט בעסער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2011 00:09 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
גינוס, ווער איז דער "זיי"? וועכע רבנים פירן די מערכה?


איך האב גערעדט מיט איינער וואס האט גערעדט מיט די בעלי בעתים פון קול מבשר און ער האט מיך דערציילט וועגען די נושא, און אז ער פראבירט צי פארהאנדלען מיט די רבנים. אבער ער האט מיך נישט דערציילט פונקליך וועלעכע רבנים 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2011 23:39 לינק ישיר 

מיינע אויגן שווינדל פון אזעלכע לאנגע תגובות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2011 22:55 לינק ישיר 
א חלק פון זאכליכע תגובות פון "אידישע וועלט"

מיין וואוט איז עד צו פארשפארן אינגאנצן.
לאמיר זעהן.
אויב קול מבשר שפארט זיך היינט אפ, וועט דען אונז עפעס פעלן? ניין.
אויב וויל מען קען מען ארויס ברענגען זוכערס דורך הצלה, שומרים, בב. טעקסט, חברים, חסד, זיי אלע זענען וועל עקוויפטעד . יעדע קהלה מעלדט זאכן אין מינוטן.
אויב דארף מען נייעס? די מער געלונגענע צווישן אונז האבן איי -וועלט צוטריט, די אנדערע וועט טאקע פעלן ידיעות אחרונות נו איז וואס?
יעצט לאמיר זעהן החסרון שבו.
בחורים מיט ביטול תורה
פרויען מיט שוואכע הערצער
מיידלעך (13 יאר, אין מיין קאנטרי) זענען צודרייט די לעצטע טעג
צענדליגער שלאפן נישט און לעבן אין פחד
(אמאל, נאך פאר ק מ האט בארואיגט און באשטימט א נייעס אז עס איז טאקע נעבעך קראנט, פלעגט מען האפן למי שאמר לעולמו די, אז יאמר לצרותינו די, היינט ווארט מען קמ. זאל געבן אינטערוויו מיט א לייסענסד בארואיגער)
מחנכים האבן עס למעשה נישט ליעב און מיר מוזן געבן טראסט און רעספעקט פארן דאזיגן פערזאן וואס איז מחנך "מיינע" קינדער.
קינדער הערן זאכן וואס זיי פארשטייען נישט און פרעגן אומזינסטע קושיות. שטעלט זיך די שאלה : וואס פאר א …יאר דארף איך דיין סערוויס.
ער פערזענליך איז געלונגענע מענטש, פאר א טעלעקאמיוניקעשאן פירמע אריינצוזאגן וואויס ענסערינג סערוויסעס אבער א סערוויס פאר "אונז " האב איך רעכט צוריק צו ווייזן דיין אזוי גערופענע טובה, כ"ש ווען איך האב אזוי פיל גענעראלע טענות.
דאס מיינען די דרשנים ווען זיי זאגן: : ער נעמט איבער אונזער מוח...


***


איך האב איר זענט נישט ברוגז אז איך דיסעגרי מיט אייך, מ'קען אויף יעדע זאך מאכן א ס"ה און צוקומען צו דעם קאנקלוזשען.

קוק א משל...

לי עוו. פאוטאו, פארמאך עס!

ער פארקויפט טריפה'נע טעיפ'ס, כשר'ע קעמען קויפן אין גראסערי, פיקטשערס איז דא גענוג סטארס, די מער סאפיסטיקעיטעד עולם צווישן אונז קויפט עניוועי אנליין, בעטעריס פלעש לייטס קעמען היינט קויפן אין יעדע גראסערי...

איין מינוט! יעדע מוסד קעמען שרייען פארמאכעס! פארוואס דארפסטו גיין נאך געלט, קענסט אריינשיקן דיינע קינדער אין די גרויסע מוסדות, און הער אויף צו ברעטשען אז דו האסט נישט קיין געלט!

און צו דיין עצם טענה, אין די היינטיגע וועלט ווי יעדער באקומט טעקסט מעסידזשעס פון יעדע צודרייטע נייעס, אמת צו ליגענט, פעהלט אויס וויכטיג קול מבשר, יא פאר דיין 13 יעריגע טאכטער! און פאר די שוואכע הערצער! זיי דארפן קענען הערן קול מבשר כדי ווען ס'לקומט ארויס א רומער אז דער פארלוירענע בחור איז געפונען געווארן נישט לעבעדיג זאלן זיי וויסן אז ס'איז נישט אמת!

און מער פון אלעם, קול מבשר איז זייער סופיסטיקעיטעד, ער גיבט די אפשן אז ווער ס'וויל קען בלאקירן זיין נאמבער ביי זיך אינדערהיים...


***


לאמיר צולייגן אביסל דאס ענין פון קול מבשר לויט מיין פיצי מוח, און קליינע פארשטאנד.

צום אלעם ערשט מוז געזאגט ווערן לשבחו פון קול מבשר, אז ער צווינגט קיינעם נישט קיינמאל אים אריינצורופן און אויסהערן. קענסט מיר נישט ברענגן קיין איין איד אויפן כדור העולם וואס קען טייטלען מיטן פינגער אז מר. קול מבשר האט מיך אנגערופן היינט צופרי און געסטראשעט אז אויב הערסטו נישט מיין האטליין היינט וועט מען דיר אפהאקן די טעלעפאן סערוויס. פארקערט, ביודעי ומכירי וואס האבן פארגעהאלטן קול מבשר אויף זיין האטליין, און ער האט זיי אלע געזאגט און אפילו געהאלפן מיטן ארויפלייגן א פילטער אויף זייערע טעלעפאונען אז מ'זאל "נישט" קענען הערן קיין קול מבשר.

לאמיר גיין א שטאפל ווייטער, פארוואס האט נישט דער געהענגעל עפענער געשפירט פאר וויכטיג צו עפענען א אשכול ווי פאלגאנד: איז דער 'אלגעמיינער' א אויפטו אין שווערע מצבים?
(פאר די וואס ווייסן נישט, דער אלגעמיינער איז דער חב"ד'סקער צייטונג, וואס איז גע'אסר'ט געווארן מיט יארן צוריק, און טראץ דעם איסור איז זי נאך אלץ געבליבן אפ ענד ראנינג.)
מ'שטיינס געזאגט, דער אלגעמיינער איז דא צו באקומען אין די נייעס באלעמער'ס, ווילסט עס קויפן איז גוט, אז נישט קענסטו עס לאזן און געשעפט און ס'וועט קיינער נישט זיין בייז אויף דיר. די זעלבע מיט "קול מבשר", קול מבשר שטעלט צו א סערוויס וואס אז דו ווילסט אים נישט אויסהערן בוסטו נישט מחויב, מ'קען זיין א כשר'ער איד אן הערן קול מבשר, ווידעראום אז דו ווילסט עס אויסהערן און דו האסט קריטיק, ווי זיס און לעכטיג, לאז איבער א מעסעדזש פאר די מערכת און איך גלייב אז זיי וועלן בכובד ראש דן זיין דיין הערה.

איז פאר כ'גיי ווייטער, וואלט איך געוואלט פרעגן די שרייבער דא וואס האבן אזוי אראפגעריסן קול מבשר. נוצט איר קול מבשר צי נישט? נוצט איר קול מבשר און איר האט קריטיק, קומט זיך נישט דערפאר הענגן אין די גאסן. הערסטו נישט קול מבשר, וואויל איז דיין חלק, און לאז די אנדערע אידן מחנך זיין זיך מיט זייערע קינדער וויאזוי זיי פארשטייען.

נעקסט, איך בין נישט אזוי אריינגעטון אין דעם קול מבשר ליין, דעריבער ווייס איך נישט צופיל זיינע מעלות און חסרונות. אבער דאס איז אמאל זיכער, און קיינער לייקענט דאס נישט, אויב יא לעבט יענער אין דרום סודאן, נישט אין ברוקלין. מ'לעבט היינט אין א וועלט וואס נייעס איז געווארן א עובר לסוחר. אמאליגע צייטן אויב האט מען געכאפט בין לאדין זונטאג, האבן היימישע אידן נישט געוואוסט קיין דעטאלן ביז דאנערשטאג ווען די אידישע צייטונגען זענען ערשינען אויפן מארק. איך דארף נישט גיין אויף אזוי ווייט, א קלענערע משל אפילו; אמאליגע צייטן ווען א איד האט א שידוך געטון מיט זיין קינד האבן אנדערע אידן נישט געוואוסט דערפון סיידן אויב זיי האבן געהאט א פערזענליכער קשר מיט איינע פון די מחותנים, אדער אויב איז דער מחותן געווען א פאפולערער פיגור, און א מזל טוב בלעטל איז געדרוקט געווארן אין די היימישע צייטונגען.

היינטיגע צייטן, אין די טעכנעלאגישע וועלט ווען יעדער שמויגער דרייט זיך מיט א טעלעפאון, און צו די אונטערנעט איז גרינגער צוצוקומען ווי צו די אייגענע שנאלצן, יעדער וואס קען (נישט) קיין ענגליש האט א טוויטער גרופע וואו ער מעלדט נייעס, א פארפלייצונג פון אנגלא-אידישע וועבזייטלעך מיט מער נייעס ווי די ניו יארק טיימס (ווייל זיי דעקן זיי גוי'אישע און סיי אידישע נייעס..), איז קוריאז צו זאגן אז ווען נישט קול מבשר העט מען ווען נישט געוויסט צו זאגן אז דער באליוויער פרעזידענט האט זיך הארציג געזעגנט פון זיין שטאב הויפט מיט א קויל אין קאפ. פארשטייסט וואס כ'זאג, איא?

והשתא דאתית להכי, איז אנגעקומען א קול מבשר, וואס פילטערט ממש יעדע נייעס ס'זאל נישט ענהאלטן קיין טראפ גוי'אישקייט, און ווי איינער האט אים שוין דא גערימט אז ער האט נאך קיינמאל נישט ארויפגעלייט א דרשה צי סטעיטמענט פון א גוי / פאליטיקאנט א.א.וו., ועוד האט ער אן א צאל מעלות וואס אין אזא משוגענע וועלט וואלט איך געזאגט איז א מצוה צו הערן קול מבשר און נישט קיין אנדערע נייעס אגענטורן.

יעצט דו אינגערמאן וואס קול מבשר שטייט דיר ממש אין וועג, איז ווי געזאגט די טענה וועגן קינדער איז קיין טענה נישט, ווייל אויב האלטסטו אז דער קול מבשר איז אזוי שעדליך האסטו די ברירה פון פילטערן דיין היים טעלעפאן אז דיינע קינדער זאלן נישט האבן קיין צוטריט. סתם דיך חושד זיין אז דו בוסט ברוגז אויף קול מבשר אז ער מאכט געלט, וויל איך נישט. פשוט ווייל כ'האלט אז דו בוסט העכער פון דעם און דו בוסט נישט א ביליגער אומפארגינער. אלא מאי וואס באדערט דיך יא? דיך באדערט אז קול מבשר רעדט פון דעם באליוויער פרעזידענט? אקוראט די זעלבע נייעס האסטו דאך פינעף מינוט צוריק אדער פינעף מינוט שפעטער באקומען אויף דיין טעלעפאן / בלעקבערי פון עפעס א יצמח פורקניה אויף טוויטער. פארוואס בוסטו אויף יענעם נישט ברוגז? פארוואס פארשטייסטו אז יענער מעג יא באריכטן און קול מבשר טאר נישט?

דאס איז לגבי סור מרע וואס א חלק ווילן טענה'ן אויף דעם קול מבשר. יעצט לאמיר זיך אביסל אומקוקן אויף דעם עשה טוב.

עס איז ווינטער תשס"ט, ווען פלוצלינג אינמיטן העלן טאג אין חודש כסליו הייבן אן קומען שוידערליכע באריכטן פון די ווייטע אינדיע. דער כאאס איז אויפן העכסטן צושטאנד, מי יחי' ומי ימות. (און פארקויפט מיר נישט אז ווען נישט קול מבשר וואלט מען נישט געוויסט דערפון, שניידט ארויס די קרעפלעך). לאמיר זיך פארשטעלן ווען דאס זאל ווען געשען תשנ"ז, עס איז ערב שבת, מ'ווארט מיט אנגסט און שרעק אויף די נייעס פון אינדיע, וואו האלט איר וואלט דרייפערטל כלל ישראל געזיצן דעמאלס? איך וועל אייך זאגן, אין די קאר'ס צוגעשמידט צו די ראדיא רח"ל. קלאר ווי דער טאג (ומעשה דאו. דזשעי. סימפסאן בערב יום הקדוש יוכיח וד"ל!). איז געקומען דער קול מבשר, און געזאגט קום שעפעלע, זיץ ביי מיר אויפן סיסטעם, א כשר פלאץ וואו דו וועסט נישט הערן קיין אומאיידעלע קאמערשעל'ס בין גברא לגברת, און מ'וועט דיר דא אלעס פארציילן, פאשע נאר נישט אין קיין פרעמדע פעלדער. קומט זיך נישט פאר אזא איד ווי ר' קול מבשר שישי אין בית המדרש הגדול והחדש והמפואר והענקי? עס איז ביי מיר זיכער אז דער איד האט גאלדענע זכותים, ער האט אפגעראטעוועט טויזענטער אידן פון הערן מענער מיט רעבעצינס רעדן אויף די ראדיא.

וואס נאך? אה! פרשת רובאשקין. א קורצע חזרה, מ'רעדט נישט דא פון א טיפיקעל וויליאמסבורגער אידל וואס מ'האט גערעדט אין די מקוואות פון זיין קעיס. מ'רעדט דא פון א איד וואס האט ניטאמאל באלאנגט צו אונזערע קרייזן, און ס'האט אים באטראפן אזא שווערע צרה. איז געקומען ר' קול מבשר און געזאגט ר' שלום מרדכי, איך וועל אנווערן אלעס אין די וועלט אז מ'זאל עכ"פ פרובירן אייך צו העלפן. עס גייט נישט דורך אפאר טאג, כלל ישראל איז אויף מיט עפעס א ראשקין, באשקין, מ'קען קוים ארויסזאגן זיין נאמען און א קנאפע חודש דערויף ווערט שוין דער פאנד וואס מ'האט אויפגעשטעלט פאר דעם איד גערופן מיטן נאמען "דער כלל ישראל פאנד". היש לך דבר גדול מזה?! איך האלט אז אין דעם זכות אליינס דארף אליהו הנביא מבשר זיין דעם בשורת הגאולה אויף קול מבשר!

לייבי לייבי! ווער עס האט געזען א אינגל מיטן נאמען לייב קלעצקי זאל רופן... דער וואונד איז נאך פריש, און מ'דארף נישט צופיל רעדן, אבער למעשה מיט די היינטיגע טעכנעלאגישע וועלט ווען יעדער, אבער יעדער האט מיטגעהאלטן די כסדר'דיגע אפדעיטס אויף טוויטער, טעקסט מעסעדזשעס א.ד.ג. און די רומער'ס זענען געוואקסן שנעלער ווי גראז ביים עק פון טייך, איז דער קול מבשר דא געווען, און חוץ וואס ער האט אנגעווארימט דעם ציבור ארויסצוהעלפן מיט די זוך אקציע, מרבה זיין בתפילה און דאס געלייגט אויף זיין ערשטע עדווערטייזמענט פריי פון אפצאל, האט ער אויך קלארגעשטעלט די כראנאלאגישע געעשענישן און מיט דעם פארמינערט דעם ווילדן בלבול המוחות וואס האט געהערשט. און צוגאב איז יעדער באריכט געווען געזיפט און דורכגעטראכט, אויף ווי ווייט מעגליך נישט צו איבריג אנשרעקן די אידן וועלכע זענען געזיצן מיט אנגעצויגענע נערווען איבער דער גארער וועלט און מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען. און דאס איז א נקודה למחשבה, דאכט זיך אז ביזנעס גערעדט וואלט דאך פאר דעם קול מבשר לייכטער געווען צו מעלדן יעדען רומער אויף די גאס, אראפשטעלן א דראמאטישן מצב אן דורכטון די באריכטן פארדעם, אבער ער האט באשלאסן אז לטובת הציבור וועט ער נאר מעלדן באשטעטיגטע און קראנטע נייעס, און אנשטאט פארוואנדלען זיין טעלעפאן ליניע אלס "קול ענות", סתם געפייניקטע אומבאשטעטיגטע באריכטן, האט ער דאס געהאלטן אויפן העכסטן ניווא וואס עס איז נאר פארהאן על טהרת הקודש, און פארבליבן מיט שטאלץ אלס דער "קול מבשר".

אוי לקיים לקיים בנו חכמי ישראל! עס געדענקן אלע דאס אנגעצויגענקייט וואס האט געהערשט ביי היימישע אידן איבערן מצב הבריאות פון די צוויי גדולי האדמורי"ם הרה"ק מטאהש והרה"ק מסקולען שליט"א (און נאך פילע, אבער איך כאפ אן די צוויי אלס משל). יעצט דרייט מיר נישט קיין קאפ אז ווען נישט קול מבשר וואלט מען אפילו נישט געוויסט אז די צדיקי דורינו דארפן א ישועה. דאס איז בת היענה'דיג גערעדט און פארקערט ווי דער מציאות. למעשה האבן די שטוב מענטשן פון די צוויי צדיקים אפיציעל געמאלדן אז קול מבשר וועט זיין דער קשר וואס זיי וועלן האבן מיט כלל ישראל, און פון דארט וועלן ארויסגיין די באריכטן. האט דא קול מבשר ווייטער געהאט די זכי' סיי מעורר צו זיין דעם עולם מרבה צו זיין בתפילה, און אזוי אויך האט ער ב"ה זוכה געווען צו זיין דער מבשר טוב ווען גינסטיגע נייעס און שינוים לטובה איז ענטשטאנען אין זייער מצב הבריאות. כן יעזור ה' להלאה.

עס איז נישטא די ווערטער אין מויל און די געפילן אין הארץ צו באדאנקן און לויבן קול מבשר אויפן תיקון הדורות וואס ער האט צוגעשטעלט, און דאס איז א זיינע בארימטע טרעפיק באריכטן משך דעם זומער.
האמת אגיד, איך האב אין מיין לעבן נישט געזען מיין טאטן זז"ג הערן קיין ראדיא, סיידן.. ווען מ'איז געפארן אין קאנטרי און מ'האט געדארפט הערן די טרעפיק. דער פראבלעם איז נאך געווען שטערקער, ווייל 880 אדער 1010 מעלדן נישט יעדע צען מינוט אלע ראוד וואס אידישע קינדער נוצן ארויס צו די קאנטרי, און דאס האט געברענגט דערצו אז מ'האט געדארפט ארומשווימען צווישן איין טשענעל און די צווייטע פאר א גוטע פופצן צוואנציג מינוט, אדער לענגער, און דאס האט נישט געקענט זיין אין קיין העדפאונ'ס, ווייל מ'האט דאס דאך געהערט אין קאר. ותוצאתיו מי ישורנה. איז געקומען ר' קול מבשר, און אונז מזכה געווען מיט דעם באמבאסטישן טרעפיק אפטיילונג, וואס קודם כל איז דאס מער פראקטיש ווי די ראדיא ווייל עס מעלדט די אידישע וועגן וואס מ'נוצט צו פארן אין קאנטרי, און נאכדעם ברוחניות האט ער אפגעראטעוועט טויזענטער אידן פון הערן ראדיא. ועוד, א טאטע וואס וויל ח"ו נישט מכשיל זיין זיינע קינדער מיטן חטא פון הערן "קול מבשר", האט די ברירה אנצוטון אויער מאשינדלעך בשעת ער הערט אויס די טרעפיק באריכטן אויפן טעלעפאן. איז נאכאמאל, דו אינגערמאן וואס דו רייסט אזוי אראפ קול מבשר, האסטו אמאל אריינגעטראכט אז קול מבשר איז נישט נאר א אויפטו אין שווערע מצבים, נאר רוב מאל איז דאס טאקע א אויפטו אין טאג טעגליכע מצבים?

נאכמאל! נעם אין באטראכט, עס איז נישט היינט ב' פר' מטות תשל"ב, עס איז ב' פ' מטות תשע"א. דער טעכנעלאגיע איז סייווי אפ טו דעיט, מיט קול מבשר צו אן, דעריבער טראכט א מינוט צוויי צו לאגיק געפונט זיך בכלל אין דיינע ווערטער אז ווען נישט קול מבשר העט ווען דער נישט געוויסט, און יענער געווען רואיגער.

אלזא, איידער איר נעמט די פעדער ווידעראמאל אין די הענט און ווילט שרייבן וועגן קול מבשר, נעמט אין באטראכט די פאר אויבנדערמאנטע פאקטארן, און דערנאך וועל מיר דעבאטירן דאס איבריגע.

ודו"ק כי קצרתי!

דיסקלעימער: דער שרייבער פון די שורות צווינגט נישט קיינעם צו הערן קיין קול מבשר, און טוט נישט בארעכטיגן פאר קינדער צי בחורים צו הערן קול מבשר קעגן דעם רצון פון זייערע עלטערן. מיר האבן פשוט ארויסגעשריבן אביסל חומר למחשבה וואס ליגט שוין א לאנגע צייט אויפן געוויסן, און געשפירט אז יעצט איז די צייט דאס אויסצושמועסן מיט די ברייטע מאסן.


***


הגם צווישן וויכטיג מאכער און ארעסטאנט איז שוין מער ווייניגער מיין מיינונג אויך ארויסגעברענגט געווארן (הגם דער אשכול איז געעפענט געווארן מיט א ספעציפישע פראגע, אבער עס הא זיך פארקירעוועט אין א שמועס איבער קול מבשר בכלליות), וויל איך אבער צולייגן איין קליינע נקודה.

דער מציאות איז אז מען לעבט אין דעוועלופירנדע וועלט. עס בלייבט נישט שטיין, וויפיל מיר וואלטען געוואלט בלייבן ביי דעם אמאליגן שטעטלדיגן לעבן (שטייצעך נאר אין טעאריע...) איז אבער דער מציאות אז מען לעבט אין גרויסע שטעט, אין א גאר מאדערנער וועלט. אמאל האב קינדער געלערנט ביים מלמד פון שטעטל אין זיין חצר אדער בוידעם, קינדער פון אלע עידשעס צוזאמען, און היינט מוז מען פאר יעדע עידש האבן עקסטערע כיתות מיט שיינע ביוטעפול בניינים פון געשמאקע לאנטשעס און נייע באסעס, מיט עירקאנדישן וכדו'.

אמאל האבן בחורים געלערענט אין די שטיבלעך און מען איז אויסגעוואקסן גאונים אדירים, און היינט...

אמאל ווען עפעס האט פאסירט אין ווארשא, איז מען אין נירעדהאז קיינמאל נישט געוואר געווארן דערפון און היינט איז דא, נו, רעכן אויס.

דער פוינט איז, אז אסאך זאכן אין אונזער וועלטל, וואלט פאר "געוויסע" מענטשן געווען בעסער ווען עס איז נישט דא. אבער פאר אסאך אנדערע מענטשן איז בעסער אז עס איז יא דא, און דאס איז דער מציאות פון די גאנצע אידישע וועלט היינט.

קומט א אינגערמאן, שטעלט צו אזאך פארן ציבור, וואס גאר גרויסער עולם האט א שטארקער נוצן דערפון (און יא, אזוי ווי ער האט עס געמאכט אין אמעריקא, איז עס אמעריקאניזירט. זאג נאר, וואסערע קאר דרייווסטו...), ער שטעלט עס צו אויף גאר גאר א ריינעם אופן, ער האט דוקא א ערנסטער דעת תורה מיט וועמען ער רעדט זיך אדורך (סארי אז ער האט נישט דיך געפיקט) און צו דעם רעכנט ער זיך מיט אלעס וואס ערנסטע רבנים זאגן אים. און איר ווייסט וואס נאך, ער מאכט נאך ב"ה שיין פרנסה פון דעם אויך. נו איז וואס.

יעדער איינציגער קריטיק וואס איך הער דא אויף אים, זעה איך אויך אויף דעם 'איד' 'בלאט' 'צייטונג'. און איך הער נישט אז מען זאל מאכן דעם זעלבן איבערקערעניש קעגן זיי. אלא מאי וואס דען, עס איז גרינגער זיך צו שלאגן מיט עפעס א מיסטער ווידער ווי מיט אזעלכע גרויסע אימפעריעס וועלכע אפערירן די צייטונגען.

(און דאס זעלבע קען געזאגט ווערן לגבי די פארפירערס קעגן דעם שטערן ודומיהן)

אלזא, יעדער מעג קריטיקירן, און עס איז טאקע צומאל וויכטיג עס זאלן זיין שרייערס, אבער ווען די שרייערס און פארפירערס שפילן דעם פיק ענד טשוז געים, און זיי קלויבן זיך די גרינגע בעלי פלוגתא, דעמאלס ווייזט עס מיר נאר ווי ערנסט זיי מיינען זייער שרייען...


***


זייער גוט ארויסגעברענגט. און איך וועל צולייגן אפאר קליינע נקודות, כדי לאמת הדברים. איך אליין האב געמאכט א פעימענט פאר די ראבאשקין קעיס נאכן הערן עס אויף קול מבשר און פארבינדענדיג זיך מיטן אנגעגעבענעם טעל נומער.
און צוגאב דערצו איז דאך איי וועלט אויך לכתחילה מיוסד צוליב'ן אפהאלטן אידן פון פאשענען אין פרעמדע פעלדער.
ווען די וועסט הערן די א"י נייעס באריכטער. אפי' אויף די היימישע אידישע ליניעס. וועסטו זעהן וואספארא דיפערענץ עס איז דא ציווישן אים אין די יעניגע.
ואי אפשר לפורטם כי רבים הם: צום ביישפיל הרב קול מבשר נעמט אונז נישט אריבער מיט א לייוו הוק אפ, צו הערן דעם קראנקנ'ס לעצטע גסיסה אטעמען. ועוד ועוד ועוד....
און לגבי די קינדער...וואס טהור עינים האט אויפגעברענגט, אויב האסטו נאך, איינס פאר דיין פריערדיגע הודעה פשוט פארגעסן א פראגע צייכן. נעמליך "קינדער וועלן זעהן אז די טאטעס מעגן עפעס וואס זיי טארן נישט? ווי צו זאגן "עס גייט דאך נישט אזוי"?! דאן לייען די פאלגנדע.
אבער אויב האסטו עס געמיינט טאקע ווי געשריבן - בניחותא... דאן זאג איך עס פאר אנדערע וואס האבן אין קאפ דעם פראגע צייכן.
"זאג מען מוז עפעס הערן קול מבשר אינדערהיים אויף ספיקער מיט די פיס ארויף אויפ'ן ריקליינער"?
אוואדאי נישט! אז איינער וויל די קינדער זאלן נישט הערן . (וואס, אגב איז עס א גיטע דערהער) דאן הער עס נישט אינדערהיים! הער עס נישט ווען זיי זעהן !
און לאמיר זיך נישט פאפן ! סיידן אז די וועסט זיצן און לערנען ווען די האסט ליידיגע צייט, וועלן דיינע קינדער עס במילא הערן ווען זיי ווערן עלטער.! ווייל די ווארט איז נישט דאס זעהן דעם טאטן הערן קול מבשר - דאס מאכט אים נאכטוהן .!?
נאר דיין גאנצע הלוך ילך און ווירטשאפט דורכאויס דיין טאג. דאס באשטימט די מאס ערנסקייט וואס דיין קינד שעפט און לערנט זיך פון דיר.
און ענטפער מיר נישט. אז עס באדערט דיך נישט אז ווען ער ווערט עלטער זאל ער הערן קול מבשר. נאר פשוט יעצט ווילסטו נישט ?!
ווייל ווי נישט ווי. וועלכע טאטע וואלט זיך נישט געווינטשן אז זיין זוהן זאל נישט סתם פארפאטשקענען צייט מיט דברי עלמא. נאר ליבערשט עוסק זיין מיט חיי עולם.?!


***


צום עצם קעפל צו קול מבשר איז א אויפטו אין שווערע מצבים,
קלאר איז אין שווערע מצבים איז ער א אויפטו און א שטארקע פלאס פארן היימישן ציבור, ווי ארעסטאנט האט עס ארויס געברענגט קלאר און דייטליך, זיין דוגמא מיטן וד"ל (פון יענעם ערב יו"כ) איז א שטארקע הוכחה, איך געדענק די ערשטע איראקע מלחמה ווי יעדער איז געזעסן צוגעשמידט אין קאר און געהערט ראדיא פארטאג'ס אין די קעלטן, ממילא אין שווערע מצבים איז קלאר אז ס'איז א אויפטו, ער פילטערט אויס די אלע פאלשע שמועות און האלט זיך צו די קראנטע נייעס,

ווידער ארום און ארום איז שוין א שטארקע נידון צו ס'איז א נארמאלע זאך, איך האב לגמרי נישט קיין פראבלעם מיט די טריקענע טעגליכע נייעס, 2 מאל א טאג פאר פינף מינוט צו הערן וואס טוט זיך אויף די וועלט, איז זעה נישט עפעס ראנג מיט דעם, וואס יא?, די אלע ארומיגע פאליטישע שמועסן, די חינוך אפטיילונגען, די אינטערוויאוס פון פארשידענע מענטשן איז לדעתי אביער געטריבן, נישט אז ס'איז אן עבירה, ס'מאכט אבער משוגע די מענטשהייט,
די טענה פון הער נישט, קאל נישט, איז נישט גערעכט, ווייל דאן קען מען די האלבע תורה אוועק לייגן אין די זייט, ווייל ווען דו עפנסט אויף א טריפה'נע געשעפט אין א היימישן שטאט און מ'זאגט גיי נישט אריין און קויף נישט איז נישט צו די זאך גערעדט....

בכלל וואלט איך געוואלט וויסן צו קול מבשר באקומט רשות פון די באטרעפנדע מענטשן זיי ארויף צו שמירן אויפן סיסטעם, למשל די פרשה מיטן פארלוירענע בחור, האט ער באקומען רשות פון די משפחה צו מעלדן זיין נאמען ושם אמו, (דרך אגב נאר אזוי האט מיין ווייב געוויסט פון וועמען מ'רעדט....) מילא ווען א אומ'אחריות'דיגע טוויטער, צו בלאג, מעלדט אזא נייעס, קען דאך קיינער נישט קאנטראלירן, אבער א אפציעלע נייעס קוואל דארף זיך רעכענען מיט די מענטשן, איז טאקע יעדער מענטש מסכים אז ווען ס'געשעהט א פייער ביי אים אינדערהיים צו ביי א ענדליכע פאל זאלן זיי ווערן ארויף געשמירט אויפן סיסטעם?, מוז טאקע די גאנצע וועלט וויסן אז אויף 5555 מארסי עוו איז געוועהן א שריפה?, וואס טוט די אלטע באבע וואס הערט דאס און זי ווייסט אז אין יענעם הויז וואוינט איר קינד? זי קען דאך משוגע ווערן פאר שרעק,

ברוך דיין האמת בולעטין איז לדעתי א גרויסע אחריות, צומאל פארהוילט מען אזא בשורה פון די נאנטע משפחה מיטגלידער, מ'דארף מיט גאנצע פיסכילאגישע אופנים מעלדן די אלמה, די קינדער, וועגן דעם אומגליק, און דא פלוצלינג רופט זי אן קול מבשר און זי הערט נישט מער און נישט ווייניגער איר מאן איז צוזאמען געפאלן אין ביהמ"ד און געשטארבן, מ'קען דאך שטארבן פון דעם אליין, נישט אז איך רייס אראפ קול מבשר ווייל איך ווייס אז ער טוט שלעכט, איך פרעג נאר צו ער באקומט רשות פון די באטרעפנדע צו מעלדן אזעלכע נייעס,

אבער, פאר מענטשן וואס זיצן אינדערהיים איז דאס א ישועה גדולה מאד, עלטערע מענטשן וואס זענען איינגעשפארט ניצן דאס זייער שטארק, און ממש ס'ראטעוועט זיי דעם טאג, איך ווייס פון פאקט אז עלטערע אידן עכטע תלמידי חכמים זענען זיך מחי' ווען זיי הערן קול מבשר, ווען די קינדער קומען באזיכן רעדט מען איבער די נייעס, עס זענען דא טעמעס אויפן טיש פון וואס דער אלטער טאטע איז אינדערהיים,

וויאזוי זאגט ארעסטאנט? ודו"ק כי קצרתי...


***


מאנטאג נאכט פארן זיך לייגן האב איך געקלינגן קול מבשר מאכן א סך הכך פונעם טאג, הער איך דארט אז א קינד אין מיין שכינות איז פארלוירן שוין פאר איבער 6 שעה.
מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ, אבער זייענדיג אין די בגדי לילה ביי מיר אופן פערטן פלאר, האב איך נישט געזען מיט וואס איך קען ארויסהעלפן חוץ מיט ארויסנעמען א תהילימ'ל פון שאפע אין מתפלל זיין לאבינו שבשמים.
נאכן זאגן עטליכע קאפיטלעך האב איך נאכאמאל געקלינגן, האפענדיג צו הערן בשורות טובות, הער איך ווי מ'בעט אז יעדער זאל ארויסגיין זיך אומקוקען ביי זיין הויז, אין פארענט אין אין די בעק, האב איך אויסגעפאלגט און זיך אנגעטוהן די שמונה בגדים און ארויס אין חצר.
אז איך בין שוין געווען אינדרויסן האב איך מיר שוין אנגעשלאסן אינעם כללות'דיגן זוכעניש און געזוכט פאר עטליכע שעה לויט ווי די אנפירער האבן מיר צוגעוויזן.

וואס פרעגסטו? אויב קול מבשר איז א אויפטו אין אזא צייט?
אין קען נישט ענטפערן, נאר זאגן אזויפיל אז אין א פשוטע טאג וואלט איך אויפגעשטאנען דעמאלטס ווען איך האב גענדיגט זוכן - וואס אהן קול מבשר וואלט איך נישט געוואוסט דערפון.


און בנוגע קינדער,
נעכטן ביי די אסיפה אין פלעטבוש האט א געוויסע פערפעסיונאל דיסקוסירט וויאזוי צו רעדן מיט די קינדער דערוועגן, און אויב אפשר זאל מען נישט אריינגיין אין קיין פרטים,
האט ער פארציילט אז ווען ער איז געווען א קינד האט מען אמאל געהערט א קראך אזויווי אן עקסידענט אין די שכינות, איז זיין מוטער ארויסגעלאפן פון שטוב זעהן וואס האט פאסירט, איז ער מיטגעלאפן וועלענדיג מיטהאלטן, האט אים זיין מאמע צוריקגעשיקט זאגענדיג דאס איז נישט פאר דיר, און עד היום ווייסט ער טאקע נישט וןואס דארט איז געשען.
"היינט וואלט אזא זאך נישט געקענט געשען!" האט ער אויסגעפירט. די קינדער האלטן אלעס מיט, זיי ליינען און הערן אסאך מער ווי דו מיינסט.
א חסידישע פאליטיק, אדער א געשעעניש וואס ווערט נישט באריכטעט און קול מבשר, ווייסן זיי נישט?
כאפ דיך אמאל אריין אין כיתה ד' ביי הפסקה, העסטו הערן זאכן וואס דו חלומ'סט נישט אז קינדער ווייסן.
נו, פארוואס באשילדיגן קול מבשר?


***


קיין פראגע צו ק״מ פירט זיך אחריות׳דיג, ב״ה מער ווייניגער יא. עד מקום שידו מגעת.

איז עס אן אויפטו אין שווערע מצבים?
א שווערע פראגע, פאקטיש באנוצט מען זיך מיט אירע סערוויסעס. יתכן אז מען וואלט זיך אן עצה געגעבן אן דעם.
דאכט זיך אז מוסדות גיבן זיך אן עצה ווען מען וויל מעלדן א טויש אין טראנספארטאציע...

געפילטערטע נייעס?
ער פרובירט באמת... ליידער מאכט זיך גאר אפט אז ער ווייסט ניטאמאל אז מען דארף פילטערן.
אויף וויפיל ער פילטערט יא זענען מיר אים מכיר טובה.

אדווערטייזמענטס.
ער מוז לעבן, און דאס איינציגסטע מהלך איז אדווערטייזמענטס.

אבער צוויי זאכן:
1. די אדווערטייזמענטס זענען פילמאל אזוי נאריש אז אז איך שעם זיך ממש פאר אים... (כ׳רעד נישט פון דאס פארגרעבטקייט).

2. כמה פעמים צילן די אגס צו קינדער און דער תוכן איז, וויאזוי די קינדער זענען משכנע די טאטעס יא צו קויפן׳. וואס איז קעגן חינוך מכמה טעמים.

ווי שוין דערמאנט די אינטערוויאוס. (פון וועלעכע איך האב אגב שטארק הנאה...) זענען צומאל נאריש, גויאיש און פארגרעבט (למשל יעדע זינגערס מהלך אין חינוך),

ועל כולם, די הוגי דעות און פראפעסארן וואס לערנען אונז אמונה, בטחון. שמחה און ישרות... איידער איך פארגעס... סעלף קאנפידענס (איינער ווייזט וואס דאס מיינט...?) וועלעכע שרינקן אונזערע מוחות ווי שרינק-רעפ...

עכ״פ בעת קיין טענות צו אים האב איך נישט, האלט איך נישט אז עס וועט אונז עפעס פעלן אויב געווינט ער די לאטערי...


***


אגב, אז מ'רעדט שוין פון דעם "צופאל" אז מ'רעדט דא פון קול מבשר... מיין טענה איז אז דאס איז גארנישט קיין צופאל, מ'רעדט נאר פון דעם! פון די צייטונגען רעדט מען נישט ווייל ס'דעקט פארטייאישע אינטערעסן, מ'רעדט נאר פון קול מבשר וואס איז ריינער ווי אלע צייטונגען, פשוט ווייל ער האט נישט די פאוער וואס די צייטונגען האבן!

קול מבשר האט נישט קיין פארטיי מיט זיך, דעריבער איז ער מלא פראבלמען, אייביג טרעפט ביי עם פראבלעמען... איינמאל איז די פראבלעם זיינע גויאישע עדס, (די אלע מגושמדיגע עדס אין די צייטונגען איז נישט אזא פראבלעם, הא?) נאכדעם איזעס די גויאישע נייעס, (איי די צייטונגען האבן ס'זעלבע, און נאך באגלייט מיט בילדער?) און יעצט איזעס ווייל ער מעלדט שרעקעדיגע נייעס. (דא ווידער וואס די צייטונגען באשרייבן און באגלייטן מיט בילדער, און מ'וויל נאך טענה אז ווען נישט קול מבשר וואלטן די פרויען נישט געוויסט דערפון, כי כי כי... זוי פאני!)

אנשטאטס צו שרייבען "טענק יו קול מבשר" פארן האלטן אינפארמירט מיט קראנטע נייעס און אויסקלארן די מוחות אין א צייט וואס יעדער שמויגער טוויט זיינע פאנטאזיס, און ווי אויך צו זיין די שופר פאר אלע וויכטיגע ארגענעזאציעס ווען מ'דארף, האט מען געטראפן נאך א פלאץ ווי מ'קען עם אראפרייסן, ער מעלדט נייעס אז מ'האט גע'הרגט לייבי קלעצקי הי"ד.. שוידערליך, דער איז נארמאל? פארוואס מעלדט ער נישט אז איך האב געווינען די לאטערי? ער קען דאך מעלדן אזעלעכע גוטע נייעס? ווער הייסטעם מעלדן שרעקעדיגע?

אה, צוריק צו אונזער "צופאל"... און אין די זעלבע צייט הערט מען נישט קיין פיפס קעגן די צייטונגען... וואס האבן אויך די זעלבע משיגעתן, זיי האבן עדס וואס ברענגט אריין פרעסס, פראסטקייט, פונקט ווי קול מבשר און נאך מיט א שמיץ אריבער, זיי האבן פאליטישע אנאליזן, פאליטישע נייעס, און ווי געזאגט דורך די זעלבע אנאלאזירער ווי קול מבשר, און סאם האו שרייבן זיי אויך נישט אז מ'טיילט דירות בחנם, נאר די שרעקעדיגע נייעס אז לייבי קעלעצקי הי"ד איז גע'הרגט געווארן דורך א רוצח... קיין ווארט הערט מען נישט פון די עסקנים לשם שמים, די וועד הרבנים, וועד בעלי בתים א.ד.ג., דאס איז לכוראה נאר "פערצופאל"...


***


די חילוק איז זייער פשוט: די צייטונגען רעכענען געלט און קול מבשר שטעלט צו פרייע סערוויס

וואלט קול מבשר גערעכנט פופציג סענט פער שטונדע אדער א ניקל פער רוף, וואלט קיינער געהאט קיין טענות, ווייל "אז דו צאלסט, מסתמא ווילסטו דאס הערן. איינער האט דיך דען געצווינגן צו הערן"?

אבער וויבאלד ער איז בחנם, קען דאך יעדער שמויגער אים הערן וויפיל און ווען מען באגערט, אלזא קען מען אויך פארן זעלבן פרייז שיטן פעך און שוועבל אויף דעם איד וואס ארבעט ווי א פערד אונז מהנה צו זיין מיט א גוט שטיקל נייעס/אנאליז/וואטעווער.


***


כדי זיך אביסל בעסער מפרש צו זיין מוז איך אריין גיין אין מער דיטעיל'ס,

ווען פאליטישע אנאליזן זאל געזאגט ווערן בלויז דורך ר' הערשל פר"מ הייב איך אויף מיין היטל, ווייל ר' הערשל האט ליב מזמן לזמן צו לאזן וויסן אז די אלע שמועסערייען זענען סתם לידוע בעלמא, און מיר זענען נישט קיין צד, מיר זענען נישט קיין דעמאקראטן אדער רעפאבליקאנער, מיר שמועסן בלויז אויס די צדדים וואס איז יעצט נוגע, און כסדר רעדט ער מיט אזא טאן, ער האלט זיך נישט צוריק צו זאגן קעגנזייטיגע מיינונגען, ווי אויך לאזט ער כסדר וויסן אז משום כבוד המלכות האלט ער זיך צוריק פון רעדן קעגן די רעגירונג וכדומה, קיצור ער האט א שטיקל תורה'דיגע שמעק,

די אנדערע פאליטישע נייעס זענען פאר אונזערע קינדער סם, ס'מאכט אז די קינדער זאלן ממש ווערן היציג פאר א צד, און האבן א עמטליכע מיינונג אויף פאליטישע קאנדידאטן, איך זעה ווי מ'שרייבט דא, מאך א פילטער, לאז נישט דיין בחור הערן, איך וויל ענק איין זאך פרעגן, ווער פון ענק האט שוין בר מצוה געמאכט????.....

איך וויל נאר רעדן מיט איינעם וואס האט שוין בחורים און קינדער פון העכער 10 יאר, לדוגמא, מיין יונגל (איינע פון מיינע 5 יונגלעך) ווען ער איז געוועהן 11 יאר אלט איז ער געוועהן עדיקטעט צו קול מבשר, איך האב געשפירט אז איך קען נישט פייטן מיט אים האב איך בכלל נישט אנגעהויבן, אזויפיל יא אז איך האב געמאכט דעם טעלעפאן ביזי כלומר'שט ווען איך האב אלץ געזאגט יענקי איך ווארט יעצט א וויטיגע קאל איינער זאל מיר רופן, אדער איך דארף ארויס רופן איינעם אין דריי מינוט ארום וכו 'וכו', אזוי אז ער האט נישט געהאט צופיל צייט צו הערן, איר וועט נישט גלייבן וואס ער האט געטון, ער פלעגט אנשטעלן דעם זייגער אויפצושטיין 15 מינוט פריער און הערן קול מבשר פארטאג'ס...., ער האט נישט געהערט קיין נייעס, ער פלעגט הערן אינערוויאו'ס, פרטים פון מלחמה איבערלעבער געוויסע אינפארמעישאן וואס איך האב בשום אופן נישט געוואלט אז ער זאל הערן,

איך האב געלייגט א פילטער אויפן טעלעפאן מיין נעקסטע יונגל איז אונטער געוואקסן און ער האט מחדש געוועהן אז אין הכי נמי ס'איז דא א פילטער אבער ווען מ'קאלט ארויס מיט א קאלינג קארד גייט עס יא אדורך.... איר כאפט?..., צומאל נעמען זיי מיין ווייב'ס סעלפאן וואס דינט אויך פאר א וועקער זייגער, און זיי הערן ק"מ אין בעט,

נאך איין מזל אז איך האלט נישט אז קול מבשר איז א חורבן הדת, ווייל ווען יא וואלט איך געהאט א ערנסטע פראבלעם מיט מיינע קינדער, אזוי באדערט מיך נישט געפערליך אז מיינע קינדער הערן אביסל קול מבשר, אבער עכ"ז האלט איך אז זייער אסאך אינפארמעישאן וואס ווערט געהערט אויף קול מבשר איז צו סאך פאר יונגע קינדער, זיי מוזן נישט וויסן און ס'איז נישט געזונט צו וויסן די אלע פרטים וואס ווערט גערעדט אויף יעדן אינטערוויא,

אלץ אן אחריות'דיגע טאטע, (עכ"פ איך האלט מיך פאר א שטיקל בעל אחריות) האב איך געארבעט מיטן עשה טוב און נישט מיטן סור מרע, איך האב נישט אראפ געריסן קול מבשר איך האב זיך איינגעהאנדלט ביי קרן ש"ש א אוצר פון קינדער טיעפ'ס אויף א עמ פי טרי, און מיינע קינדער זענען צוגענאגלט צו ר' פישל שעכטער, ר' יעקב ווייס, ר' ש"ש טעללער, ואחריו דער לעצטער שטערן ר'לייבוש ליש (ר' לייבוש ליש איז צוקער זיס...), מיינע קינדער האבן א אויסוואל, יעדע נאכט הערט מען עפעס אנדערשט, ס'איז א מחי', מ'האט פארגעסן אז ס'איז דא אזא זאך ווי קול מבשר, ס'האט מיר געקאסט א פיינע מטבע אבער ס'איז ווערד,

יעצט ווען איך זאג מיין מיינונג אז די פאלטישע אנאליזן מיט פארשידענע אינערוויא'ס זענען א חורבן, זאג מיר נישט וואטס ראנג אז יונגעלייט הערן דאס, ווייל יעדע פיפיגע בחור אדער יונגל טרעפט זיך א וועג וויאזוי צו הערן ק"מ אויף זיינע הונטער טירן, און איך ברענג דיר א קלארע הוכחה פון מיינע אייגענע קינדער, און יעדער יונגערמאן וואס האט קינדער אין מיין עלטער וועט מודה זיין צו דעם, און מיט טאטע'ס פון כתה א' קינדער טענה איך מיך נישט....




תוקן על ידי נפל ב- 28/07/2011 23:01:31




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2011 22:44 לינק ישיר 
איז קול מבשר אין שווערע מצבים א אויפטו?

איז קול מבשר אין שווערע מצבים א אויפטו?
ווען עס קומט פאר עפעס ביים יהדות החרדית איז קול מבשר די ערשטע אדרעס, איז די שאלה צו קול מבשר טוט עפעס אויף?
1) בארואיגט די מצב ווייל מ'ווייסט פונקליך אלע דעטאלן? - אדער מאכט סתם אנגעצויגן?
2) ווען נישט קול מבשר וואלט מען נאכגעגאנגן די גויאישע טעכנעלאגיע? - יעצט הערט מען אלעס אויף א ערליכע אויפן איז עס א ישועה (בוחר הרע במיעוטו)?
3) די עסקנים אויף די אונטערוויא'ס געבן וויכטיגע אינפארמאציע ? - אדער סתם וויכטיג מאכער'ס??





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2011 22:39 לינק ישיר 

ברךמשהחסיד כתב:
די טענה אז ער האלט אפ מענטשן פון הערן ראדיא, איז זייער א שוואכע טענה, ווייל ווער עס הערט ראדיא ווערט נישט אפגעהאלטן דורך קול מבשר, אפשר אויף א קליינעם פארנעם.
למעשה איז דא מער מענטשן וואס הערן נישט ראדיא, וואס הערן קול מבשר אנשטאט שיעורי תורה, דרשות אדער סיפורי צדיקים מיט תוכן'דיגע אינהאלט.
צווייטענס, איז קול מבשר א עדיקשאן פאר אסאך יונגעלייט, און ספעציעל פאר בחורים, וואס נעמט אוועק זייער קאפ פון לערנען.

איך ווייס אליין נישט צו ס'איז א טובה אדער א רעה, עס איז זיכער דא מענטשן פאר וועמען ס'איז א טובה, און פאר וועמען ס'איז א רעה, און מען דארף לאזן א זאך פאר א דעת תורה דאס מחליט צו זיין.

איך אליין האב גראדע אמאל געפרעגט צוויי קלענערע רבנים, איינער האט מיר געזאגט אז ס'מאכט ממש חורבנות, דער צווייטער האט מיר געזאגט אז ער האט עס אמאל געהערט ביי איינעם, און ער פארשטייט נישט דעם פראבלעם.

אבער לפי ידיעתי האלטן רוב מנהלים פון היימישע מוסדות פאר קינדער און בחורים אז ס'איז זיכערער הפסד דאס צו הערן, און מען וואלט עס געדארפט אונטערברענגען.



איך האב דאס שוין געשריבן אין אנפאנג אשכול: די טענה אז כל מבשר פארגוי'אישט די אינגע קעפלעך וואס הערן זיך צו צו די וועלטליכע נייעס וכדו' איז כהיום "אפגעפרעגט", ווייל כהיום קען מען פארלאנגען פון די טעל. קאמפעני צו בלאקירן דעם נומער!

אויב ווילסטו נישט בלאקירן איז דאס דיין אייגענע אחריות, ווארף נישט אויף יענעם דיין אחריות.

דהיינו סאב טאטעל דער פראבלעם שטעלט זיך ארויס אז עס איז שעדליך פאר קינדער, אויף דעם איז דער תירוץ בלאק עס!




תוקן על ידי נפל ב- 28/07/2011 22:40:56




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2011 22:33 לינק ישיר 

רשכבהגולם
בנוגע דיינע רמזים, איבער די קלעצקי זוכערייען, לדעתי קען מען נישט באשולדיגן קול מבשר (אדער חברה הצלה) מיט מאכן א טומעל, ווען עס מאכט זיך אזא זאך אז קינד ווערט פארלוירן, דארף מען מאכן א טומעל אז וואס מער מענטשן זאלן קומען זוכן, און יעדער וואס מאכט א טומעל, און יעדער וואס העלפט קומען זוכן, האט א חלק אין הצלת נפשות!
די אלע זוכערס און טומעל מאכערס, וועלן באקומען שכר פאר זייער ארבעט פון ראטעווען א אידיש קינד!
קיינער האט נישט געקענט אויסרעכענען אין וויסטן חלום וואס דער מצב דא איז, און מען האט געהאנדלט ריכטיג, און אזוי דארף מען האנדלען אין אזא פאל.
עס איז בכלל נישט קיין חילוק ביטערער מציאות וואס האט זיך ארויסגעשטעלט, צום וועג וואס מען האט געהאנדלט וואס איז געווען זייער ריכטיג, לויט די אינפארמאציע וואס מען האט דעמאלט געהאט!

איינער וואס ווארפט אומריכטיגע באשולדיגונגען אויף א גוטע זאך, שוואכט אפ עסקנים פאר א צווייטן מאל, און דאס טאר מען נישט טאן.

מען קען אבער יא האבן טענות צו קול מבשר וויאזוי ער האט באריכטעט די געשיכטע גלייך נאכדעם, וואס איז נישט געווען ריכטיג פאר קליינע קינדער צו הערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2011 22:22 לינק ישיר 

די טענה אז ער האלט אפ מענטשן פון הערן ראדיא, איז זייער א שוואכע טענה, ווייל ווער עס הערט ראדיא ווערט נישט אפגעהאלטן דורך קול מבשר, אפשר אויף א קליינעם פארנעם.
למעשה איז דא מער מענטשן וואס הערן נישט ראדיא, וואס הערן קול מבשר אנשטאט שיעורי תורה, דרשות אדער סיפורי צדיקים מיט תוכן'דיגע אינהאלט.
צווייטענס, איז קול מבשר א עדיקשאן פאר אסאך יונגעלייט, און ספעציעל פאר בחורים, וואס נעמט אוועק זייער קאפ פון לערנען.

איך ווייס אליין נישט צו ס'איז א טובה אדער א רעה, עס איז זיכער דא מענטשן פאר וועמען ס'איז א טובה, און פאר וועמען ס'איז א רעה, און מען דארף לאזן א זאך פאר א דעת תורה דאס מחליט צו זיין.

איך אליין האב גראדע אמאל געפרעגט צוויי קלענערע רבנים, איינער האט מיר געזאגט אז ס'מאכט ממש חורבנות, דער צווייטער האט מיר געזאגט אז ער האט עס אמאל געהערט ביי איינעם, און ער פארשטייט נישט דעם פראבלעם.

אבער לפי ידיעתי האלטן רוב מנהלים פון היימישע מוסדות פאר קינדער און בחורים אז ס'איז זיכערער הפסד דאס צו הערן, און מען וואלט עס געדארפט אונטערברענגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2011 19:16 לינק ישיר 

רשכבה"ג, זיי זיך מער מסביר ביטע. מיינסט צו זאגן אז לוי אראן האט געהערט קול מבשר, און וויבאלד ער האט געזען אז קול מבשר מאכט אזא טומעל האט ער געטון מיטן קינד וואס ער האט געטון?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2011 19:14 לינק ישיר 

גינוס, ווער איז דער "זיי"? וועכע רבנים פירן די מערכה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2011 19:12 לינק ישיר 

איך שרייב שוין נישט דא א לענגערע צייט,
און בל"נ נאך די איינע תגובה גיי איך היינט ווייטער נישט שרייבען,
אויב האט מען יא באררירט, די נושא, וויל איך דא שרייבען א זאך וואס איז געליגען אויפן געדאנק פון אסאך אידען, נאך איידער מען האט געפינען דעם ביטערען מצואות יענעם פארטאגס, ביים מערדער אינדערהיים,
כ"ש לאחר המעשה,
דאס איז וואס האט זיך געדרייט און דרייט זעך נאך יעצט און אינזערע קעפעלעך,

איך שרייב עס און א לשון נסתר,
ווער ווייסט צי כל מבשר קען זאגען בפה מלא ידינו לא שפכו את הדם הזה,
איך וויל קלאר מאכען אז איך רעדט דא נישט פון קיין רוחניות, איך רעדט און פשוטן זון פון ווארט,

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דעבאטע וועגן "קול מבשר"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext