נעכטן איז געווען א קהלס מיטינג וועגן די חוצפהדיגע סידור קידושין און די גענעראל פארזאמלונג
נעקסטע וואך זונטיג.
ר' אברהם ווידער האט דארט אינצווישן געזאגט אז סאיז אויפגעקומען א גרויסע פראבלעם מיט די
סטעיט פאליס, וואס סאיז אריינגעקומען איינער וואס איז זייער גוט מיט די זאליס און ער מאכט אן
שרעקליכע צרות, ספעשילי יעצט מיט די גאנצע איבערקערעניש און אויך מיט די טיקעטס בליץ וואס ער
מאכט סתם פאר רשעות.
ער האט געזאגט אז די ווילעזש נעמט קעיר דערפון (כמיין אז היינט 12 אזייגער איז געווען א
מיטינג מיט די סטעיט פאליס וואו מהאט זיי אויפגעוויזען שווארץ אויף ווייס אז יענער כאפט זיך
סתם אן), אבער ער האט געזאגט אז די אלע שלעגערייען און איבערקערנישן וואס גייען פאר מאכן
מוראדיגע פראבלעמען און שפילען זייער שטארק אריין אין זייערע הענט.
ער האט געזאגט אז זיי טוען דירעקט אלעס וואס זיי קענען צו פראוואצירען די בחורים און
יונגעלייט אז מזאל צוריקשלאגען, און אזוי קען די סטעיט פאליס אנדרייען א שטינק אז זיי מוזן דא
זיין 'צו האלטן ארדענונג', און פאר דעם מאכט די סטעיט פאליס אזא ברייטל מיט יעדע אינצידענט
וואס א בחור געט א בלאז.
ער האט געבעטן ווער סקען זאל מפרסם זיין אז יעדער זאל זיך האלטן רואיג פאר נאך אביסעלע, ווייל
יעדע אקציע און איבערקערעניש וועט נאר שטערן די שווערע ארבעט פון קעיר נעמען פון די סטעיט
פאליס, און נאר אונז וועל מיר ליידן דערפון.
נשלח ב-8/2/2010 18:29
איך געדענק נאך די דרשה אין די ישיבה משפטים תשמ"ט: דער טאטע וועט אהיימקומען און וועט מאכן ארדענונג...
נשלח ב-8/2/2010 17:19
משפטים איז נוטריקין... טיפש יואליש מאגנשטערן שארמאש פארמערטממזרים
נשלח ב-8/2/2010 03:36
קען איינער באשטעטיגען צו מגייט אראפארן צו אלבאני די קומענדיגע טעג קעיר צו נעמן פון דער יוסל משומד מיט דעם אפיציר ??
נשלח ב-8/2/2010 03:28
דוד'ל ווייסטו אפשר פארוואס סאציך אויפגעהערט די פאני קאל'ס צו הרב בארזעסקי?
אגב: יעצט דרייט זיך ארום "הויכהילכערס" איבער די גאסן פון קרית יואל רופנדיג דעם עולם צום גענעראל פארזאמלונג און אסיפת חיזוק הדת
נשלח ב-8/2/2010 03:07
הע! איך געדענק נאך ווען... משפטים איז געווען נוטריקין... טיפש משה פריעדמאן שלאגט יואליש מאגנשטערן.
נשלח ב-8/2/2010 02:06
און לאמיר זיך דערמאנען די "ערשטע" דרשה קעגן די בני יואל וואס איז געזאגט געווארן מיט 21 יאר צוריק פרשת משפטים פאר די בחורי הישיבה אין מאנראו, וואו ער האט זיי "צוגעזאגט" אז מען וועט מאכן סדר, און דערווייל קענען זיי צוריקגיין לערנען. ווער געדענקט נאך די זיסע דיבורים פאר די תמימית'דיגע בחורים אין די ישיבה: "ווען מען וועט ענק דארפן וועט מען ענק רופן".
הייסט עס אז ביז אינמיטן די פאריגע וואך איז משה נאך געווען באלעבאס?
נשלח ב-8/2/2010 01:10
ווייל משה גבאי איז מער נישט בעה"ב
נשלח ב-8/2/2010 01:08
שעפעלע
זאג מיר פארוואס איז שטיל געווארן אין קרית יואל?
פארוואס האט זיך געסטאפט די פאני קאלס צו כ"ק הגאון הצדיק משארמאש שליט"א, צו ר' יודל הירש און צו די אנדערע וואס גייען חתונה מאכן אינעם נייעם זאל אין די קומענדיגע וואכן?