אינעם שכינותדיגן פארום ווערט אראפגעברענגט ברעכעדיגע נייעס, הערט אין שטוינט מיר וועלן איבערגעבן די ווארט פאר מר. "ביז-אהער"
"ר' אברהם ווידער בעט: האלטס ענק רואיג
נעכטן איז געווען א קהלס מיטינג וועגן די חוצפהדיגע סידור קידושין און די גענעראל פארזאמלונג נעקסטע וואך זונטיג. ר' אברהם ווידער האט דארט אינצווישן געזאגט אז סאיז אויפגעקומען א גרויסע פראבלעם מיט די סטעיט פאליס, וואס סאיז אריינגעקומען איינער וואס איז זייער גוט מיט די זאליס און ער מאכט אן שרעקליכע צרות, ספעשילי יעצט מיט די גאנצע איבערקערעניש און אויך מיט די טיקעטס בליץ וואס ער מאכט סתם פאר רשעות. ער האט געזאגט אז די ווילעזש נעמט קעיר דערפון (כמיין אז היינט 12 אזייגער איז געווען א מיטינג מיט די סטעיט פאליס וואו מהאט זיי אויפגעוויזען שווארץ אויף ווייס אז יענער כאפט זיך סתם אן), אבער ער האט געזאגט אז די אלע שלעגערייען און איבערקערנישן וואס גייען פאר מאכן מוראדיגע פראבלעמען און שפילען זייער שטארק אריין אין זייערע הענט. ער האט געזאגט אז זיי טוען דירעקט אלעס וואס זיי קענען צו פראוואצירען די בחורים און יונגעלייט אז מזאל צוריקשלאגען, און אזוי קען די סטעיט פאליס אנדרייען א שטינק אז זיי מוזן דא זיין 'צו האלטן ארדענונג', און פאר דעם מאכט די סטעיט פאליס אזא ברייטל מיט יעדע אינצידענט וואס א בחור געט א בלאז. ער האט געבעטן ווער סקען זאל מפרסם זיין אז יעדער זאל זיך האלטן רואיג פאר נאך אביסעלע, ווייל יעדע אקציע און איבערקערעניש וועט נאר שטערן די שווערע ארבעט פון קעיר נעמען פון די סטעיט פאליס, און נאר אונז וועל מיר ליידן דערפון."
איך שטיי און שטוין, דער מעיאר וואס שאקלט אלע פאלעטישענס, ער געווינט אלע עלעקשאנס אזויווי סאדאם חוסעין, אלע פאבליק אפישעלס זענען זיינע מענטשן, אבאמא האט זיך געווארפען צו זיינע קנעכלען צו געווינען זיין אינדארסירינג, און האט איהם טאקע צופארדאנקען פאר זיין ברייטע זיג (הקריה שבט תשס"ט) פעטערסאן איז געקומען איהם באזוכן פאריגע וואך, אלע טאון באמטע געווינען נאר אדאנק איהם - אבער איין מורישקע - עפעס א סטעיט טרופערעל, ער קען זיך ממש נישט קיין עצה טוהן, די 5% זאליס אין שטעטל האבן איפילטרירט די פאליציי און ניצן זיי פאר א שטעקן אויף די לאנג יעריגע נרדפים - די ארוינישע קאטשקע קעלבעלך.
די סופערמען ווידער קלערט אויף אז ער שוויצט געפערליך "בזה"ל: סאיז אריינגעקומען איינער וואס איז זייער גוט מיט די זאליס און ער מאכט אן שרעקליכע צרות, ספעשילי יעצט מיט די גאנצע איבערקערעניש" - איר הערט גוט דער קרופטירטער פאליסמאן איז געוואר געווארן דורך דוועק אז ס'גייט פארקומען אנאיבערקערעניש די בנ"י גייען איבערקערן די שטאט מיט מאכן א חתונה, איז ער אויפגעקומען מיט א טייוולאנישן פלאן ער גייט נישט מער און נישט ווייניגער זיך נעמען אויף די ארוינישע ביינער,
ליינט ווייטער: "ער האט געזאגט אז די ווילעזש נעמט קעיר דערפון (כמיין אז היינט 12 אזייגער איז געווען א מיטינג מיט די סטעיט פאליס וואו מהאט זיי אויפגעוויזען שווארץ אויף ווייס אז יענער כאפט זיך סתם אן) יאפס ער איז א שטייפער פירער נאך איבערמידעליכע כוחות ארבעט ער גאר שווער איבערצוצייגן די פאליציי אז ס'איז א פלעינע בילבול, אז די איבערקערנישט איז געקומען פון די בני יואל ביי די חתונה,
אבער דא וועריך צומישט ער שרייבט אזוי אבער ער האט געזאגט אז די אלע שלעגערייען ווי וואס שלעגערייען?? און איבערקערנישן וואס גייען פאר מאכן מוראדיגע פראבלעמען און שפילען זייער שטארק אריין אין זייערע הענט ס'גייטעך גארנישט פאר?? שוין רעב יענקל וועט שוין קלעריפייען וואס דער מעיאר מיטן האמערל האט געמיינט צוזאגן.
מיסטער ווידער יר"ה וואס טראכסטע, איינער קויפט אז עפעס א זאלי האט אינטערגעשמירט א פאליס, אלע פאלעטישנס ביקן זיך, נאר איין פאליציאנט לאכט פון דיר, אביסעל פאני, ניין?
סוי אז די ווייסט נישט וואס דא גייט פאר - וועלעך דיר פארציילען,
איינמאהל איז פארגעקומען א זיצונג אין די ווילאיכיגער קאאל (וואו ירום הודו איז ראה"ק), מ'האט זיך געמוטשעט מיט א שרעקליכן פראבלעם, דהיינו עפעס א שולעכל פארעקשנט זיך צופארקויפן זייער פראפערטי צו פארוואנדלען פאר די זבל פרדוסיו פונעם גרעסטן און בעסטן און קליגסטן רעבע פון אתר ואתר, נא אז ס'גייט נישט מיט גוטן, דארף מען גיין בכוח הזרוע, אזויווי אחאב.
מ'נעמט קעיר פון די קאטשקעס מ'שיקט ארויס אן אויפקלערונגס בריוו אז ס'בלאנגט פאר אונז אלע דורות איי מ'האט געאפפערט געלט אפצוקויפן, קיינער פרעגט נישט קיין קשיות מ'האקט אפ די יוטיליטיס און סוער, די מחוצפים האבן די חוצפה אריינצולייגן א סעפטיק טענק, ווייסן זיי דען נישט אז נאר די רעבע האט רעכט זיך צו מייכענען, דע "סעפטיקערס" וואסארע חוצפה?
שוין מען איז געקומען אויף די החלטה מ'גייט ברענגן א טראקטאר ארויסצוגראבן די סוער, וואיי וואו אזא עייצע, אבער די פאליציי וועט דאך נישט צולאזן, דאנט ווארי אונזער מעיאר יר"ה וועט צושטעלן אלע זיינע מיליטערישע כחות צוהילף פונעם טרעקטאר,
דער פאליציי שעף פונעם גרעסטן שטעטל - וואס האט שוין אפילו אייגענע רויט לייטס - מיסטער וויטריאל, ער וועט ערלעדיגן מיט זיינע נאנטע באציאונגען מיט די לאקאלע פאליציי באאמטע אז זיי זאלן אוועקשטיין ער וועט קעיר נעמען אויב ס'וועט זיין פאליצייאישע קאלס דעם טאג,
גוט די פאליציי איז מסכים, עקלשטיין מיט ווידער שטעלן זיך אוועק ביי די ווינדאו אין גייען איינמאהל פאר אלעמאל זעהן די פירות פונעם ווילידזש, דער טרעקטאר ערשיינט, דער קעי דזעי פאליס שעף נעקסטעלט אריין שימי פארקאש דער אססיטענט שעף און עפעס אן ערל וואס ארבעט אין די לאקאלע פארמעסי צו זיין רעדי ווען איך קליק אריין, ער טעסט אויס די לעלאס פון זיין יאקאן ס'ארבעט א מעחייע,
ביזדערוויל קוקן די מתפללים פונעם שוהל צו אז א טרעקטאר דערנענטערט זיך און פאנגט אן מאכן חרבנות, מען רופט 911 און די פאליציי עקלערן אז קעי דשעי פאליס וועט קעיר נעמען, און טאקע דער תינוק קומט אן מיטן פולסטן ערנסקייט ער מאכט ארדענונג נוסח ארויני - אז דער בולדאזער זאל קענען משחיתן אום געשטערט,
נא מיט אזאנע מצילים רופט מען אן די פאליציי עודך, זיי גיבן איבער אז זיי וועלט טשעקן מיטן געסטאפא אויב זיי ברויכן זיין הילף. נאכן צוריקרופן נאכאמאל געבן זיי איבער זיי האבן יעצט געטשעקט מיטן פאליס אן סין - דער פאליס שעף פון קעי דזשעי "אלעס איז אנדער קאנטראל", (נישט פארגעסן - די פאליס זענען זאליס...)
די מתפללים שלאגן זיך צוריקצוהאלטן דעם משחית, ביזדעווייל כאפט זיך אפאר יונגעלייט פערזענליך אריבער צו די פאליס סטעישן מיט א ויצעקו וואס איז דאס מ'שטייט און דער זייט ווען א טראקטאר ברעכט,
אונטער גרויס דרוק שיקן זיי פאליציי צו אבזערווירן די מצב, שטעלן אלעס אפ, מ'פארבינדט זיך מיטן ריכטער און ער שטעלט אפ די מערכה מ'שיקט אוועק דעם טרעקטאר, און עקשטיין ווישט זיך די נאז און ווידער שטוינט מיט די ברילן אויף די שפיץ נאז.
ויהי ממחרת צוויי הויעך ראנקיגע פאליציי אויספארשער פון אלבעני ערשיינען אינעם ביהמ"ד רעדן צו די מתפללים הערן די געשיכטע פון די פאליציי ריספאנס, קוקן די בילדער ווי די פראפעשענאל קעי דזשעי פאליסמאן בריקעט מיט די לאפעס, און זאגן צו א פולע פאליציי אינוועסטיגעשאן,
די אינוועסטיגעטארס שטאטען אפ א באזוך אינעם לאקאלן פאליס בערעקס, הערן מיט אינטרעס די געשיכטע פון די הבטחה פון וויטריאל אז ער נעמט קעיר און אלעס איז אנדער קאנטראל.
פון דא און ווייטער וועט אייך מיסטער ווידער פארציילן אז זיי זענען עפעס אינטער געשמירט פון די זאליס, א עכטע ראאשע מערישע, יר"ה ארבעט ביז צוועלעף אזייגער צו "סעטלען" ביז די קליינע קינדער וועלן איינשלאפן
תוקן על ידי משגיחים ב- 05/02/2010 13:20:59