בית פורומים כל העולם כולו

וועט רז"ל טיילן געלט אדער איז גאר א "בלאף"?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/2/2010 13:38 לינק ישיר 
וועט רז"ל טיילן געלט אדער איז גאר א "בלאף"?

גייט רז"ל טיילן געלט אדער איז עס "בלאף"?

די שאלה פרעגן די מנהלים פון ארץ ישראלדיגע מוסדות על טהרת הקודש? וועט ער טיילן געלט אזווי מנדל וואלערשטיין מיט אפרים שטערן זאגן צי פאר יעדע מוסדות וועלכע וועט זיך באטייליגן ביי די קבלת פנים און כיכר השבת. אדער וועט עס זיין אזוי ביי די באזוך פון רבינו בעל ברך משה זי"ע וועלכע מען האט צוגעזאגט הרים וגבעות פאר די מנהלים און עד היום ווארטן זיי אויף די געלט? וועט ער קענען ברענגען קרוב צו דריי מליון דולר פאר די מנהלים און די שווערע מצב און כלכלה?
קרן הצלה טייטלט אויס יעדע זמן פאר די מנהלים א האלב מליון דולר און עס קומט אויס פאר יעדע מוסדות קרוב צו 5.000 דולר און לפי וואס מנדל וואללערשטיין מיט אפרים שטרן זאגן צו פאר יעדע מוסדות צווישן 15 און 20 טויזנט דולר קומט אויס א ס"ה פון צווי מיליון דולר!!!
 און אזוי אויך זענען ארויף א משלחת צו ר' חיים הערשעל'ע פון מלמדים פון סאטמארע מוסדות און ירושלים מיט כולל יונגעלייט וועלכע האבן שוין נישטא באקומען געהאלט קרוב צו 5 חדשים מיט די טענה אז מען קען נישט געבן פאר די פרעמדע איידער מען באצאלט נישט פאר דע היימישע און ר' חיים הערשעל'ע האט זיי צוגעזאגט אז עס וועט ווערן באצאלט.

ס"ה א קיימא לן פון קרוב צו דריי מליון דולר!!!

וועט ער עס האבן אדער נישט?

די תשובה וועט פארענטפערט ווערן ביי די מסע המלכות די קומענדיגן חודש אדר???




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2010 19:37 לינק ישיר 

איך האף און די קומענדיגע שעות צו ארויף לייגן די שטר הסכם צווישן די זאלי'ס און די אלע הנהלת המוסדות פון ירושלים איבער די זיך משתתף זיין פון די ידי הת"ת ביי די קבלת פנים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2010 18:24 לינק ישיר 

די לאנדנע אידן גיבן טאקע איבער אז מען זעט טאקע דעם יפו'ער זיך ארום קוילערען און די לאנדענער גאסען,

עס דערמאנט זיך א מעשה, איינמאל האט הרה''ק ר' הערשלע ספינקער זי''ע חתונה געמאכט אן אייניקל, און די זאלען פון קאנטינענטעל,
 
און זיינע 2 זון כ''ק אדמו''ר ר' אביש שליט''א, מיט אדמו''ר ר' אייזיק שליט''א, זענען געשטאנען און גאס און געהאנגען לעמפליך, מיט טאוולען, לכבוד די שמחה,

שפאצירט דורך א קליגע יוד, און פרעגט זיי, וואס טיט איר דא?

ענפערן זיי אים, אז אונזער טאטע די ספניקער רבי מאכט חתונה, דעריבער הענגען מיר לעמפליך, לכבוד שמחה בבית צדיק,

רופט ער זיך אן, אז א רבי וואס די קינדער דארפן הענגען לעמפליך, איז א שאד אויף די לעמפליך, ודפי''ח,

לענינינו, אויב דער יפוער ר' חיים הערשלע מיז זיך אויף הייבן פון זיין בענקל, און זיך אריבערשלעפן קיין בריטאניע, שאפן געלטער, פאר זיין טאטענס פראפעגאנדע נסיעה, איז א שאד יעדעס פעני,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2010 00:21 לינק ישיר 

די לעצטע וואך איז ר' חיים הערשעלע פון ירושלים ארויס געפארן קיין לונדון צו מאכן עטליכע גראצערס פאר די באזוך ווייל אז נישט וועט זיין בושות וחרפות!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/2/2010 15:55 לינק ישיר 

מוסדות דושינסקיא האבן זיך געוואנדן צו די ראשי קהל יטב לב ד'סאטמאר ירושלים אויף ר' יונה אנצופרעגן אויב סארט זיי אז די קינדער פון זייער מוסד וועלן זיך באטייליגן ביים קבלת פנים פונעם עם הארץ - ווייל מהאט זיי צוגעזאגט צען טויזנט דאללער אויב באטייליגן זיי זיך - קהל יטב לב האט זיי געזאגט קיין פראבלעם. אז מגיט אייך צען טויזנט דאללער קענט איר גיין בכבוד גדול אדרבה צשטערט אונז נישט - די שאלה אינאר עטליכע פונקטן
כבינישט אזוי זיכער אז פאר יעדן ביק וואס גיט צען טויזנט דאללאר גייען זיי זיך למעשה באטייליגן
צווייטנ'ס דאס געלט איז נאכנישט דא מקען די באנדיטן נישט טראסטן מיט קיין רויטן צענט ניטאמאל פלעינע רויבערס שקרנים - עי' ערך אנטווערפן ווי ער האט צוגעזאגט גאלדענע בערג און משה זיך מיך דער ביק מיט זיין געמיינדע זענען ממש ווי אין וואסער אריין מאטכע שטויבער מיט דרעזנער רייסן זיך נאך ביי די קעפ פונקט ווי פארדעם - זיי באדן זיך אין דלות - און פאר ווער סגעדענקט נאך איז דעמאלטס אויך געווען אלעס פארשלייערט מיט א נסיעה כ"א אדר ווייל אנדערש וועלן זיינע קעלבער נישט מיטפארן - צוריק צום ענין - די זעלבע זאך וועט דא זיך איבערשפילן דושינסקיא צו סיי וועלכער אנדערע מוסד וואס קוקט ארויס נעבעך פאר יעדן דאללער וועט זיך באטייליגן און דאס געלט וועלן זיי ניטאמאל באקומען

נאך א שמועה דרייט זיך ארום אז די ראשי עדה החרדית די חברי הבד"ץ זענען שרעקליך אויפגעברויזט אויף די ביטול תורה וואס דער וועלטס עם הארץ גרייט זיך אן מבטל תורה צו זיין פאר טויזענטער תשב"ר פאר פוסטע פראפאגאנדע - זיי טענה'ן פארוועם ווילן זיי דען דאס אנמאכן דער קען דאך נישט קיין צורתא דשמעתתא - פארוואס איז זיי נישט גוט אנדעם..

האלט אייך געשפאנט!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וועט רז"ל טיילן געלט אדער איז גאר א "בלאף"?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext