דער בראדער רעבע פארוואנדעלט אין יאנקעלע גליק
עס איז שוין גארנישט קיין וויץ.
דער בראדער האט זיך געלאזט אריינלייגן זיינע בילדער די וואך.
אזוי ווי ער איז דאך א גרויסע רעבע מיט אסאך חסידים, האט ער געטאן וואס אן אנדערער אזא סארט רעבע האט געטאן, און געפאטשקעט די פיקטשערס מיט פאוטו שאפ.
און וואס עס האט דארט פאסירט דורך דעם קלעפן און שטיקלען מיט די ספעציעלע "מעדזשיק וואנד" טולס איז צו שמייכלען און צום לאכן.
מ'זעט ווי דער בראדער טאנצט מיט'ן חתן און מחותנים, ארום אים טאנצן די חסידים מיט גרויס התלהבות און ברען, און ער אליינס דער בראדער בכבודו ובעצמו, באווייזט מוראדיגע נסים, ער טאנצט ארום זיך אליינס... מ'זעט אים טאנצן מיט אלע חסידים ווען דער בראדער טאנצט אליין מיט ביידע הענט אין די הייעך (הייבט אויף דיינע הענטעלעך ניגון אפשר)..
וואסערע וואונדער פאוטו שאפ קען באווייזען קען קיינער נישט. נאר יאנקעלע גליק און דער בראדער.
ליצים זאגן אז "דער בראדער" האט באקומען א "בראדער" (ברודער).
אנדערע לייגן צו אז דאס איז די גרעסטע מופת אין בראדער קלויז און ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד אז ער אליינס האט עס געמאכט אויף פאואטו שאפ, און ער וועט זיך אי"ה צולערנען אז דאס נעקסטע מאל וועט ער שוין געדענקען זיך ארויסצונעמען פון צו ערשיינען 2 מאל אויפן זעלבן בילד.
איך בין נישט קיין קאמפעטישן מיט יאנקעלע גליק זאגט דער בראדער.
קויפט "די וואך" פ' יתרו תש"ע, און קוקט אויף זייט 8 אונטן.
ווער עס האט עס זאל עס ביטע פאוסטן.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 05/02/2010 20:24:43
 |
|
|