בית פורומים כל העולם כולו

אכטונג: אומשולדיגע מענטשן וואס האבן באקומען טיקעטס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/2/2010 05:02 לינק ישיר 
אכטונג: אומשולדיגע מענטשן וואס האבן באקומען טיקעטס

די באריכטן וואס מען הערט די לעצטע פאר טעג זענען ממש געפערליך. הונדערטער אומשולדיגע תושבי קרית יואל באקומען טיקעטס ווייל די סטעיט פאליס זוכט צו שיקן א לעסאן פאר'ן ווילידזש.

צענדליגער מענטשן האבן איבערגעגעבן אז מען האט זיי אפגעשטעלט פאר ווייאלעישאנס וואס זיי זענען קיינמאל נישט באגאנגען. אפאר יונגעלייט האבן דערציילט אז זיי האבן באקומען טיקעטס פאר סיט בעלטס כאטש זיי האבן געהאט אנגעטאן סיט בעלטס, וכדו'.

דאס איז קאלעקטיוו פאנישמענט קעגן א גאנצן שטעטל וואס איז אומדערהערט אין גאנץ אמעריקע.

מען בעט ווער ס'קען א גוטן ענגליש און האט א האראר סטארי צו פארציילן קעגן די סטעיט פאליס אז מען זאל שיקן אן איידעלן אימעיל פאר'ן רעפארטער קריס מעקענע פונעם רעקארד.

[email protected]
346-3159

נ.ב. נאר ווער ס'קען א גוטן ענגליש און האט א שרעקליכע מעשה צו דערציילן. שיקטס אים נישט סתם קיין אימעילס ווייל ער וועט ווערן נערוועז און ס'וועט נאר האבן א קאנטער עפעקט.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 17:16 לינק ישיר 

די וואס האבען מורא צוניטצען זייער נאמען, זאל אים זאגען אז זיי ווילען נישט זייער נאמען צילוב טעראר וואס עס איז צום ערווארטען פון יאשקע מסור וכת דילי', פאני קאלס וכדומה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 11:07 לינק ישיר 

די נייעס איז נישט געווען גינסטיג פאר קרית יואל. עטס זענטס ענק אליינס שולדיג.

קריס מעקענע איז ארומגעגאנגען אין קרית יואל זוכנדיג יונגעלייט וואס זענען מסכים צו רעדן צו אים איבער דעם טיקעט בליץ.

ווער ס'האט מסכים געווען צו רעדן צו אים איז געווען:

1. די סטעיט פאליס וואס האט געזאגט אז ס'איז דא ווייאלענס און וועגן דעם איז דא דארט די פאליס און ס'איז נישט אמת אז זיי טיילן טיקעטס אין די וועלט אריין.
2. יאסל וואלדמאן, וואס האט אויך געזאגט אז די סטעיט פאליס טוט א גוטע דזשאב און ער וויל אז זיי זאלן ווייטער בלייבן אין שטעטל און טיילן טיקעטס.

ווער ס'האט נישט מסכים געווען צו רעדן צו אים איז געווען:

1. קרית יואל'ע יונגעלייט. ער האט געקאלט 15 מענטשן וואס האבן באקומען מער פון דריי טיקעטס. אפאר פון זיי האבן באקומען זיבן אדער אכט טיקעטס. קיינער פון זיי האט נישט געוואלט רעדן צו אים. איינער האט בדוחק מסכים געווען אים צו שיקן אן אימעיל און אויך אים נישט געוואלט לאזן נוצן זיין נאמען.
2. די הנהלת הווילידזש האט אים איגנארט און נישט געוואלט רעדן צו אים. זיי האבן אים נישט געוואלט געבן די בריוון וואס זענען געשיקט געווארן קיין אלבאני.

נאכ'ן עפענען מיין אשכול דא אויף היידפארק האט קריס מעקענע באקומען איין איינציג אימעיל פון איין מענטש. כ'בין נישט זיכער אז יענער וואוינט בכלל אין קרית יואל.

מעקענע טרייט נאך אלץ צו רעדן צו יונגעלייט וואס האבן באקומען טיקעטס פון די פאליס. ווער ס'האט שכל זאל קאאפערירן מיט אים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2010 17:38 לינק ישיר 

http://www.vosizneias.com/48942/2010/02/09/kiryas-joel-ny-mayor-appeals-to-state-police-superintendent-to-delay-ticket-blitz/



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2010 21:13 לינק ישיר 

בלייבט נאר 2 ברירות:

א.   דרייווט לעגאל
ב.    הערט אויף ספרעיען די באסעס און די ווענט פון שטעטל וועט די פאליציי זיך נישט דרייען אינטער די פיס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2010 21:03 לינק ישיר 

אגב, דער בליץ האט זיך צוריק באנייט היינט מאנטאג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2010 21:01 לינק ישיר 

אכטונג נאכאמאל!

דער טיקעט בליץ עפעקט יעדן איינעם צוגלייך, שונא אדער פריינט.

מען מוז דאס אפשטעלן באצייטנס.

דאס קען נאר געשען אויב מען וועט אויפרודערן אלע אינסטאנצן.

יעדער איינער וואס האט א האראר סטארי צו דערציילן איבער א טרופער וואס האט אים אפגעשטעלט און גערודפט נאר ווייל ער איז א קרית יואל'ער איד זאל זיך פארבונדן מיט קריס מעקענע און אים דערציילן זיין מעשה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אכטונג: אומשולדיגע מענטשן וואס האבן באקומען טיקעטס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext