| נשלח ב-7/2/2010 16:18 |
|
| |
סידור קידושין קר"י: ירושלימ'ער רב וויל נישט שרייבן בריוו
מיט צווי וואכן צוריק האט הרב מענדל טייטלבוים אב"ד הופער וויליאמסבורג זיך געפונען און ארץ ישראל, און האט באזוכט דעם ירושלימ'ער רב, און האט מיט עם גערעדט איבער די פירצה פון א צווייטער רב וואס וויל מסדר קידושין זיין באתרא דכבוד מר אביו, און האט עם געבעטן א בריוו צו מחזק זיין דעם איסור אויף די בני יואל (זיך מצטרף זיין צו דעם אלטן בריוו) און מחזק זיין כבוד מרא דאתרא.
דער ירושלימ'ער רב איז געזעצן מיט צוזאמענגעלייגטע הענט, און האט אלעס געהערט, אבער ער האט עם נישט גענטפערט איבער דעם ענין, און למעשה האט ער זיףך אנטזאגט צו שרייבן דעם בריוו.
בצר להם האבן זיי זיך געוואנדן צום ראב"ד הגאון האדיר ר' משה שטערנבוך שליט"א, אין ווי די אהרונים מעלדן גייט מען היינט נאכט ביים גענעראל פארזאמלונג זייערע, הערן דעתו תורתו פון העדה החרדית ראב"ד אין ירושלים.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 19:45 |
|
| |
עס איז דא צוויי בריווען
איינץ אז מהרז"ל קען מסדר קידושין זיין אין קרית יואל צוויי אז ער איז ממלא מקום נאר אין וויליאמסבורג
די שאלה איז צו די צווייטע בריוו איז גורע דעם ערשטער ווייל עס קען זיין אז ווי דער בירך משה שרייבט האלט ער אז ער איז נאך געווען רב אין קרית יואל ממילא גוט ער רשות פאר זיין זין ר' זלמן צו זיין א מסייע אין מסדר קידושין זיין בשעת ער איז רב!!1 אבער למעשה האט ער אים נאר געשריבען וויליאמסבורג ממילא האט ער מער נישט דעם כח ווייל דער בירך משה איז שוין נישט רב.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 03:59 |
|
| |
פרעגסט זייער גוט, אבער וואס ווייסן מיר קליינטשיקע היידפארק שראבערלעך די ענינים, מ'העמיר דאס מוזן איבערלאזן פאר די גדולי דורינו, ווי רב שטערנבוך, דער שארמאשער, מיט ר' געציל, וכדומה, זאל זיך יעדער זאגן זיין מיינונג, ווער ס'וויל פראטעסטירן זאל פראטעסטירן, עכ"פ גארנישט ווייניגער ווי די שערי חמלה פראטעסטירער.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 03:17 |
|
| |
סקאט, דעס אז וואודבערי איז אין די גלילות פון מאנרא דעס דארף אונז הרב שטערנבוך נישט פארציילן ווער ס'זאגט אנדערש דער ברויך א דאקטער, וואס איך וויל יא הערן פון אים איז, אויב ר' אהרן איז טאקע אחראי אויפן וואודבערי עירוב, מכירת חמץ, צו ער דארף מאכן א עגלה ערופה אויף דארטיגע מת מצוה,
צו אתרא דמר טייטש 'סידור קידושין' אבער פאר דעם און נאכדעם גיהערט פאר.....?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 02:40 |
|
| |
אבער הדר ביה מזה, ווייל שפעטער האט דער ברך משה געשריבן צוואה אז ער געבט בלויז וומ"ס פאר רז"ל, ער שרייבט מפורש 'פה בוומ"ב' [בערך] איז אטאמאטיש בלאבט ר' אהרן דער ממלא מקום אין מאנרא. ווייל אין דעם סידור קידושין בריוו שרייבט ער בכלל נישט אז רז"ל זאל איהם ממלא מקום זיין אין מאנרא לאחר מוע"ש. ממילא בלאבט אלעס וויזוי ער האט געזאגט לכתחלה בעל פה אז ר' אהרן האט מאנרא.
ממילא אי משום הא [צוואת הברך משה], קומט זיך ערליך פאר ר' אהרן מאנרא.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 02:23 |
|
| |
יא האסט א שטארקע טענה, דאס איז טאקע געווען זיין פלאן. אבער אזוי ווי ראט איז געגאנגען בערכאות אין וויליאמסבורג, און פרובירט אוועקצוכאפן וויליאמסבורג פון זיין ברודער האט דער ברך משה געגעבן רשות מען זאל עפענען פרישע מוסדות, און מען זאל מסדר קידושין זיין אין קרית יואל.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 02:18 |
|
| |
דער ברך משה האט דאך געזאגט ביי יענעם צוואה דרשה אין וומ"ב שול, אז וומ"ב איז פאר רז"ל אין קרית יואל איז פאר ר' אהרן.
אויך האט ער געזאגט איז האב 2 זוהן אין איך וויל ציטיילן סאטמאר.
נו, ר' אהרן קומט זיך ערליך מאנרא.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 02:08 |
|
| |
מיט דעם מוז איך געבן גערעכט פאר סקאטמאלען, אז ראט האט די רעכט צו שרייען אז דאס סידור קידושין איז זיינס, און זיינע פעיראל דיינים האבן די רעכט זיך אנצונעמען פאר אים. אויב ער קען טרעפן אנדערע גוטע פריינט וואס נעמען זיך פאר אים אן האט ער אויך רעכט.
אבער אין די זעלבע צייט, האט דער שארמאשער רב שליט"א די רעכט צו פסק'ענען אז ראט איז נישט מרא דאתרא אין קרית יואל. דער בית דין צדק דקהל יראים האט רעכט צו האלטן אז רא"ט האט נישט קיין בעלות אויף סידור קידושין. דער הייליגער ברך משה זי"ע האט געהאט רעכט אוועקצונעמען דעם זכות פון דעם הולך בערכאות רא"ט. דער הייליגער ברך משה זי"ע האט געהאט רעכט צו געבן רשות פאר זיין ממלא מקום כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. יעדער האט רעכטן, און איך בין בכלל נישט ברוגז אויף די רבנים וואס וועלן אויסדרוקן זייער מיינונג וועגן סידור קידושין וויאזוי זיי ווילן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 01:17 |
|
| |
בהא קמפלגי, צו ס'איז 'אונזער וואדבערי', אדער 'יענעמס גלילות', און רב שטערנבוך איז ענטיילט צו זיין דעת תורה אז ס'יענעמס גלילות.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 00:42 |
|
| |
אויב דו גייסט אויף דעם ריכטונג, דאן קען הרב שטערנבוך זיך אויך נישט אריינמישן אין אונזער וואודבערי חתונה זאל
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 00:32 |
|
| |
ווייל פונקט ווי ווען דער ברך משה זאל ווען גיין איינטיילן דעם קאשויער רב וויזוי ער זאל פירן קרית קאשוי, ווייל אלט עטס אלע ארויפגעשפרינגן אויף איהם און ציריסן אויף שטיקער הלמאי ער מישט זיך אין יענעמס שטעטל,
דארף אויף קיין האר אנדערש נישט זיין ווען ס'פארקערט, ווען א ווילד פרעמדער רב גייט איינטיילן א צווייטן רב אן זיך נעמען די מי אין אנפרעגן דעם ארטיגן רב, דער ברך משה.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 00:24 |
|
| |
עימעצר האט דא גערעדט פון שערי חמלה מיט די געקעסטעלטע לאקשן?
יעדער מעג זאגן זייער מיינונג
די שאלה איז נאר פארוואס איז קאשויער רב'ס מיינונג קיין מיינונג? און דיין רבי'ס מיינונג יא א מיינונג?
נאר אלעס גייט צוריק צום שורש: אויב וועט מען נישט באצייטענס ליצנות מאכן פונעם בעל דברי יואל ז"ל דאן קען מען גיין זוכן חסידים אין וויזניץ
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 00:06 |
|
| |
פארוואס איז דער קאשויער רב געווען ענטייטלד צו האבן א מיינונג לגבי שערי חמלה, און רב שטערנבוך איז נישט ענטייטלד צו האבן א מיינונג לגבי סידור קידושין?
נאר אלעס גייט צוריק צו דער שורש פון שיטת הזלמונים "איך מעג אין דו נישט" ווייל איך עס געקעסטלע לאקשן יו"ט אזוי ווי די רבי ז"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2010 23:21 |
|
| |
אז יעדער זאל וויסען
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2010 23:09 |
|
| |
דעס איז אינטרסאנט פארוואס ווילסטו זיי אדווערטייזען?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2010 23:01 |
|
| |
אדווערטייזמענט איז שלעכט ?
|
|
|
|
|