בית פורומים אידישע געדאנק

ברעיקינג! הכתרה מרא דאתרא על כל הגלילות היינט נאכט ביים גענעראל פארזאמלונג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/2/2010 20:29 לינק ישיר 
ברעיקינג! הכתרה מרא דאתרא על כל הגלילות היינט נאכט ביים גענעראל פארזאמלונג

עס קומט יעצט א מעלדונג אז די הויכפונקט פינעם היינטיגן גענעראל פארזאמלונג און ביהמ"ד הגדול גייט זיין אן אפיציעלע הכתרה אויף אלע גלילות ארום און ארום קרית יואל והגלילות, ווי די עסקנים געבן איבער זיצן יעצט די אינזשענירן מיט מאפעס ביי כ"ק מהר"א ווי מ'ארבעט אויס מיט ישוב הדעת אלע גלילות ביזן נהר סמבטיון,

ווי מ'גיבט איבער איז די סיבה ווייל ביז היצט האט זיך די קרית יואל'ע גלילות זיך געענדיגט ביזן בית השחיטה, יעצט וויל מען מרחיב זיין די גבולי הקדושה און אויך ארייננעמן דעם סוער פלענט

גדול יהיה כבוד המעמד הזה

ווי שוין געמאלדן אין די מודעות פון קהל יטב לב, ווערט דע צערעמאניע צוגעשטעלט פאר די לעידיס ענד זשענטל מענס, מ'האט ערלעדיגט די נשים זאלן זיין אין די עזרת נשים ווי ס'שטייט שוין אויפן צעטיל, 

מ'האפט  אז יעדער וועט אהיימגיין פיל מיט חיזוק אויף ווייטער ס'זאל נישט אויספעלן ארומפארן מיט טראקס און ווארפן פאשקעווילן ווייל ווי דער עולם רעדט זיך אפ איז דאס בלויז א קנאפע חיזוק ווייט פון וואס ס'פעלט זיך אויס, היצט האפט מען אויף א שטארקע סוקסעס אי"ה

 
               



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2010 21:37 לינק ישיר 

ממש פון גרויס צולאזעניש האבן זיי דע נאכט נאכאמאל געווארפן פאשקעווילן.... אפגערעדט וואס זיי האבן פאריגע וואך אויסגעשאסן די פענסטערס און אנגעפעינט באסעס אלעס די זאלונישע צולאזעניש...





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2010 20:52 לינק ישיר 

אויך ר' חיים_מענדל וועט רעדן מיט א הוקאפ פון 5 גארפילד.

ווי די חברה גיבן אצינד איבער, איז די צולאזטע רעאקציע פון די זאלונים - נאך שטייענדיג אסאך שעות בעפאר די גענעראל פארזאמלונג - א גענצליך אומערווארטעטע סוקסעס.

פאלגט נאך ווייטערדיגע אשכולות...

תוקן על ידי fiveboro ב- 07/02/2010 20:56:06




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2010 20:51 לינק ישיר 

איינער שיקט מיר אין אישי אויב איך ווייס אויב מ'גייט אריינלאזן קינדער מיט בחורים,

ווער ס'איז באקאנט זאל זיך אנרופן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2010 20:45 לינק ישיר 

הרה"ג ר' משה שטערנבוך שליט"א גייט רעדן פון א הוקאפ


תוקן על ידי חיים_מענדל ב- 07/02/2010 21:35:39




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2010 20:44 לינק ישיר 

איך גלייב אז אויפן סוער איז דער שפיטיווקער נאך יא מוותר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2010 20:42 לינק ישיר 
שפטיפקע רבי האט אים שוין אויסגעכאפט

כבר קדמנוך רבינו!
דער הייליגער שפטיווקער רבי שליט"א
איז שוין ארויסגעקומען אז ער ווערט קרית יואל'ער רב און איז ער נישט מוותר אויף די גלילות
וואס דער הייליגער שפאטיווקער רבי איז אויך אן אייניקל פון הייליגען ישמח משה
(אין ענגליש, )HAPPY MOSESׂ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2010 20:39 לינק ישיר 

ס'הייסט עטליכע טאון אפישעלס גייען אראפקומען, זיי גייען רעדן באריכות איבער די געזעצליכע חלק פון גלילות ווי ס'מאכט א חילוק ביי אסאך פעלער אינעם געזעץ וכדו'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ברעיקינג! הכתרה מרא דאתרא על כל הגלילות היינט נאכט ביים גענעראל פארזאמלונג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext