בית פורומים אידישע געדאנק

אהרונים שאקירט פונעם געפלאנטן מסע המלכות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/2/2010 23:22 לינק ישיר 
אהרונים שאקירט פונעם געפלאנטן מסע המלכות

ווי עס קוקט אויס האבן אויך די אהרונים באקומען די פונקטליכע באריכטן איבער דעם געפלאנטן מסע המלכות בראשות כ"ק מרן מסאטמאר שליט"א, ווי די מוסדות התורה והחינוך און ארץ ישראל גרייטן זיך מקבל פנים דעם סאטמארער רבי'ן שליט"א מיט די איבער 1000 געסט וואס האבן זיך איינגעשריבן אינעם "וועד האש"ל", אויך צו די אהרונים איז שוין אנגעקומען די באריכטן איבער די געפלאנטע מאורעות דקדושה, און עס איז ביי זיי ווי גירי בעיני שטנא.

און דעריבער פארבאצירן זיי יעדן טאג פרישע ספינס מיט פאלשע דאקומען אויסגעשטעלט אליין אויף זייערע קאמפיוטער'ס.

אמת. די מוסדות התורה על טהרת הקודש וועלן אי"ה באקומען גרויס חיזוק ברוחניות ובגשמיות ביים רבינ'ס באזוך, ווייל דאס איז געווען דעם רבי'ן זי"ע באגער אז מ'זאל שטיצן מוסדות התורה על טהרת הקודש.

און אויף דעם דארף מען נישט קיין הסכם און אן אופמאך מיט די מוסדות, דאס האבן מיר באקומען מסורה ומורשה פון רבי'ן זי"ע, און מ'דארף נישט מאכן דערפאר אן הסכם מיט קיין מוסדות, במילא איז נישטא דא קיינע אופמאך'ס, און עס וועט נישט געמאכט ווערן קיין אופמאך'ס.

אלע בעלאני באבקעס פון יונה בעקער מיט שמואל ווידער, וועט נישט איבערמאכן דעם פאקט, אז ר' אהרן טייטלבוים איז געקומען און געפארן און ארץ ישראל ווי א וועלט'ס לאזער, נישט האבענדיג קיין שייכות מיט די ערליכע מוסדות התורה, און ווייזענדיג פאר זיי אז מבחינתו איז חינוך הטהור א פארגאנגענהייט.

פון צווייטן זיין גייט דער סאטמארער רבי שליט"א בדרכי אבותיו און גייט מחזק זיין די מוסדות התורה ווי עס איז געווען דער רבי זי"ע וואונטש און באגער, און פונקט ווי זיין גרויסן טאטן האט געטאן ביי זיינע נסיעות און ארץ ישראל.

לאמיר ענדיגן די באריכט מיט די אייניגע מעלדונג פאר די אהרונים ווי פאלגענד:

די סורפרייזעס ביים באזוך האט זיך נאכנישט אנגעהויבן, האלט אייך געשפאנט!


תוקן על ידי yuchw ב- 07/02/2010 23:23:51




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2010 22:48 לינק ישיר 

yuchw כתב:
ווי עס קוקט אויס האבן אויך די אהרונים באקומען די פונקטליכע באריכטן איבער דעם געפלאנטן מסע המלכות בראשות כ"ק מרן מסאטמאר שליט"א,

און דעריבער פארבאצירן זיי יעדן טאג פרישע ספינס מיט פאלשע דאקומען אויסגעשטעלט אליין אויף זייערע קאמפיוטער'ס.


לאמיר ענדיגן די באריכט מיט די אייניגע מעלדונג פאר די אהרונים ווי פאלגענד:

די סורפרייזעס ביים באזוך האט זיך נאכנישט אנגעהויבן, האלט אייך געשפאנט!


תוקן על ידי yuchw ב- 07/02/2010 23:23:51



דאס אז די נסיעה איז קענסילד איז אויך א ארונישע ספין.....?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2010 01:08 לינק ישיר 

די שמוציגע מערכה וואס ראט פירט קעגן כולל שומרי החומות, איז בעצם זיין שטענדיגער מהלך פון "איך זיך און מיך".

ער האלט נישט ביים שטיצן און געבן געלט פאר "פרעמדע", נאר פאר די אייגענע וואס וועט אים עפעס ברענגען.
ער האט נישט קיין געפיל פאר כולל שומרי החומות, אדער אנדערע מוסדות הקדושים אין ארץ ישראל וואס פלאגן זיך צו האלטן על טהרת הקודש. ממילא העצט ער קעגן זיי, מיט נארישע תירוצים, און דער סך הכל פון די העצערייען זענען: גיט דאס געלט נאר פאר מיר!

ווען ער איז געפארן קיין ארץ ישראל, האט ער נישט געהאלטן ביים געבן פעני פאר מוסדות הקדושים, האט אים פלוצלינג אנגעכאפט א שטארקע "ענוה" געפיל, ער דארף נישט קיין כבוד, קיינער זאל נישט מיטפארן, ער וויל נישט גיין באזוכן קיין מוסדות, און דער סך הכל דערפון איז, ער האלט נישט ביים שוויצן צו העלפן מוסדות הקדושים.

און לאמיר נישט פארגעסן, אז זיין טאטע דער הייליגער ברך משה זי"ע, וואס איז נאך געווען אזא עניו ווי ראט, און האט נאך אזוי פיינט געהאט די אלע כבוד המדומה ווי ראט. איז יא געפארן קיין ארץ ישראל מיט א עולם, און יא געגאנגען באזוכן די מוסדות, ווייל ער האט געוואוסט אז די מוסדות התורה אין ארץ ישראל מוטשענען זיך, און ס'איז פאר זיי א שטארקער חיזוק ווען ערליכע אידן קומען צו פארן מחזק זיין, און זיי שטיצן, דאס העלפט ארויס אין די מלחמה קעגן די ציונים.

ממילא הגם עס קומט יעצט אן שווער פאר רבינו שליט"א צו פארן, און אזוי אויך איז שווער פאר אסאך נדיבים בעם, מיט כל הקהל הקודש, וועלכע וועלן מיטפארן מיט רבינו שליט"א, עס איז פונקט פאר פסח, ווען יעדער איז פארנומען.
אבער מען דארף געדענקען אז מען פארט נישט דא פאר וואקאציע, נאר די מוסדות הקדושים אין ארץ ישראל קוקן ארויס, מען זאל זיי מחזק זיין, מען זאל זיי קומען באזוכן, מען זאל זיך באקענען מיט זיי פון די נאענט, און זיך פערזענליך איבערצייגן ווי אזוי עס וואקסט א לגיון של מלך פון טויזנטער ברכים אשר לא כשלו לבעל. און יעדער זאל זיך טאקע מיטנעמען סכומים צו טיילן פאר די מוסדות הקדושים און עניי ארץ ישראל.

איך פערזענליך האב שוין אנגעזאמלט און אוועקגעלייגט איבער טויזנט דאלער אין צדקה געלט, איך האף ביז נאך פורים צו האבן לכל הפחות 2500 דאלער.

לאמיר נישט פארגעסן, אז אלע מוסדות אין ארץ ישראל וועלכע נעמען נישט קיין געלט פון די ציונים, דארפן מיר העלפן און שטיצן, דאס זענען אונזערע "אייגענע" מוסדות, און ס'איז קלאר אז דאס איז געווען רצון קדשו פון רביה"ק זי"ע.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אהרונים שאקירט פונעם געפלאנטן מסע המלכות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext