| נשלח ב-8/2/2010 04:37 |
|
| |
ר' געצל בערקאוויטש מחוצף קעגן זיין אייגן רבי'ן
מיט א חוצפה'דיגע דרשה האט היינט אויפגעטרעטן דער דיין פון סאטמאר דרייוו מיט א בפירוש'ע חוצפה קעגן רבינו הקדוש והטהור בעל ויואל משה זי"ע און רבינו בעל ברך משה זי"ע ארויסשיסנדיג קלאר קעגן זייערע פסקים, די פסקים פון זיין אייגענעם רבי'ן
קודם כל לאמיר זיך איינרעדן אז דא גייט ארויף אלע זאכן וועגן מרה דאתרא צו פרה דאתרא צו מרה שחורה וויאזוי מען וויל עס נאר רופן, איז דאך אבער קלאר אז רבינו הקדוש בעל ויואל משה זי"ע וואלט זיכער נישט געוואלט האבן פאר רב אין זיין שטאט דעם שייגעץ וואס איז בוגד בדרכו הקדוש, איז מכבד רשעים, ברענגט אריין פארברענטע ציונים אין דעם רבי'נס הייליגע שטעטל
חוץ דעם איז א קלאר א רבן דקרו אינדערצייט וואס דער ברך משה האט קלאר געשריבן אז רבינו שליט"א מעג זיין מסדר קידושין דא אין קרית יואל קומט ער און זאגט אז דער ברך משה האלט טאקע אזוי אבער איך זאג אנדערש,
רבי געצל, אויב איר קענט זיך אויפשטעלן און זאגן אזעלכע חיזוק ווערטער פאר'ן כבוד פון א טעראריסט א הולך בערכאות און א פורץ גדר פון ערשטען קלאס, דעמאלס וועלן מיר זיך באגנוגען מיט די פסקים פון אונזערע ערליכע רבנים און דיינים וואס כמעט אלע פון זיי באלאנגען און אונזער מחנה
כבודך במקומו מונח אבער דעם כבוד פון רבינו הקדוש בעל ויואל משה זי"ע קומט קודם
תוקן על ידי המהדרין ב- 09/02/2010 02:25:58
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 04:24 |
|
| |
זייער פשוט, ווייל קודם זאגט ער אז מ'האט נישט גשחטן נאר ער האט געראטעוועט א צווייטן און נאכדעם זאגט ער אז יא נאר יש על מי לסמוך אבד חזקתו,
והשנית ער איז קיין פארווע מענטש קיינמאהל געווען, ער האט פאר פארטיי מתיר געווען טריפנע מילך אין קר"י, פאר פארטיי האט עא עובר געווען אויפן חדרב"ת און איבער געמאכט א גט
פאר פארטיי האט ער בועת געווען ברבו וועם ער האט מספיד געווען אין חרדים, און מתיר געעוען די פס"ל אין מאנרא פאר פארטיי האט ער מתיר געווען ערכעות אין קרית יואל אלע יארן
פאר פארטיי האט ער גאסר'ט בני יואל
און פאר פארטיי האט ער מתיר געווען מאסקאוי קאטשקעס אבער אויף סידור קידושין האט ער נישט געטראפן קיין איין היתר, ווען ער האט נישט געמאכט קיין איין טעלעפאן קאל צו די רבני צופרעגן פון ווי זיי האבן געפנסקנ'ט זיי וועלן עם שוין ווייזן פון ווי זיי האבן געפסקנ'ט ווי איידער מוציא לעז זיין אויף יידישע קינדער רח"ל
סקוויקי קלין???? יא ביי די ירושה פרשה איז ער געווען נוטראל, ער האט נישט געוויסט ווי צו שטיין
תוקן על ידי zibala ב- 11/02/2010 04:27:53
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 20:12 |
|
| |
דאס איז דאך מיין פוינט, מהיכי תיתי אז ער האט מקיל געווען מיט די קאטשקעס צוליב 'פארטיי', דער מענטש האט דאך א סקוויקי-קלין רעקארד און פארטייאישע מחלוקה ענינים, ער איז נאך עד היום נישט ארויסגעקומען מיט קיין איין איינציגע בריוו אדער פסק הלכה בנוגע די סאטמארע ירושה/קארט חאזעריי, קיין איינס, ער האט אפי' מספיד געווען ר' אברהם לייטנער און די זאלוינישע שול, דער מענטש איז נודע אלס איינער וואס האלט זיך קלין
ממילא לייגט זיך אויפן שכל איהם צו שטעלן אויף די חזקה אז ווען ער האט מקיל געווען מיט די קאטשקעס, איז עס נישט געווען מחמת פארטיי, נאר מחמת חוות דעת תורתו, בהל' איסור והיתר, פונקט ווי ער קען יעדן טאג טרעפן היתירים ווען מ'פרעגט שאלות, און אנדערע מקצועת התורה
די זעלבע מיט די יעצטיגער סידור קידושין פסק, די מציאות איז אז ר' געציל איז דא ארויס מגדרו, און דאס ווייסמיר אז ווען א מענטש איז יוצא מגידרו איז עס מער לעדשיט און סאך שטערקער ווי איינער וואס איז ביי איהם א רגילות צו ארויסקומען מיט פסקים וואס זענען נוגע צו פאליטיק, ווי למשל דער וומ"ב דיין, ער איז מסתמא אויך א גרויסער צדיק אין א ת"ח אבער ער קען שוין נישט זאגן אז ער איז יצא מגידרי.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 19:55 |
|
| |
סקאט איך ווייס אז ער איז א דיין און ער האט רעכט אנצונעמען וועלכע קולות עס שמעקט אים, און איך בין זיכער אז ער קען ארויסקראצן א היתר אויף אסאך הארבערע שאלות.
דער פראבלעם איז נאר, אז מענטשן ווי איך און אנדערע, פלעגן זיך אויף אים פארלאזן אז ער האט א נאמנות, אבער יעצט האט זיך ארויסגעשטעלט אז פאר כשרות איז ביי אים וויכטיגער די פארטיי. און צו פארטיידיגן די פארטיי וועט ער זוכן וועלכע קולות עס איז נאר שייך, ממילא האט ער ביי אונז פארלוירן דאס נאמנות.
איך האב נישט אויף אים קיין טענות, ער דארף זיין כבוד, און ער דארף שפייזן זיין משפחה מיט זיינע חתונה געהאטע קינדער, און אויב וועט ער נישט דינען זיין פארטיי הונדערט פראצענט, וועט זיך אים נישט לוינען. ממילא וועט ער שטענדיג טאן וואס די פארטיי הייסט.
אבער סתם פשוט'ע אידן וועלכע האבן זיך פארלאזט אויף די קרית יואל'ע שחיטה, טראסטן אים מער נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 19:40 |
|
| |
מיינסט אז די רופסט אים עגלי דבש ווערט ער קלענער?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 15:04 |
|
| |
איך וואלט געקענט פארענטפערן, די א"ג 'שרעקליכע' קאטשקע סקאנדאל,
ער איז א דיין און ער האט אלע רעכטן צו האלטן אז די עופות זענען נישט טמאות, און דער איינציגער פראבלעם איז בלויז מסורה, ער האט גרויסע גדולים וצדיקים הקודמים אויף וועם זיך סומך צו זיין, ממליא בדיעבד, במקום ספק רחוק, האט ער אלע רעכטן אלס דיין מובהק צו מיקל זיין, דאס איז אזאך וואס יעדער דיין ספראוועט זיך טאג איין טאג אויס.
ועל כולם האט ער דאך געמאכט א ריקאל.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 07:46 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | אנביליוועבל!
פארוואס ווען א דיין וואס האט דער זויבערסטע רעקארד פון אלע דיינים אין סאטמאר, שטעלט זיך אויף אין זאגט בלויז זיין מיינונג, מיינט עס שוין 'שעלטן, שרייען, בייסן די קארפעט',
|
|
סקאט קיינער האט נישט קיין קשיות אויף ר' געציל וועגן זיין סידור קידושין דרשה, יעדער פארשטייט אז ער דינט זיינע ברויטגעבערס, און מען פארשטייט אפילו זיין שמור לי ואשמור לך געשעפט מיט'ן ראט, וועלכער האט געהאלטן א דרשה אז ר' געציל איז דער איינציגער דיין און אלע פארטייאישע דיינימליך זענען אונטערגעווארפן אונטער אים. די מעמבערס פון די אנדערע קהלות אין קרית יואל רעכענען זיך סייוויי נישט מיט זיינע פאליטישע פסקים, לטובת דעם רא"ט.
די אמת'ע קשיא אויף ר' געציל איז נאר וועגן די שרעקליכע קאטשקע סקאנדאל, אסאך מענטשן פון אנדערע קהלות האבן זיך ליידער פארלאזט אויף זיין רעפוטאציע אז ער איז זיכער עומד על המשמר אז דאס כשרות זאל זיין כדת וכדין און ליידער יעצט ביים שרעקליכן קאטשקע סקאנדאל האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט עטליכע וואכן מיטגעארבעט מאכיל צו זיין אידן מיט עופות טמאות, כדי צו פארדעקן די שאנדע פון די פארטייאישע מופקרת בית השחיטה.
דאס אז ער זאגט דרשות אז רא"ט זאל זיין מסדר קידושין, דאס שטערט אונז נישט, ער קען זאגן זיין מיינונג, און מיר וועלן טאן וואס אונזערע דיינים ורבנים וועלן האלטן, אבער דאס וואס אזויפיל אידן האבן זיך פארלאזט אויף זיין כשרות, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז די פארטייאישקייט האט ביי אים באזיגט ערנסקייט דאס איז באמת א ווייטאג
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 07:06 |
|
| |
ברעיקינג - יעצט באקומען א לייוו ריפארט פון די FIVE BOROS אז סטוט זיך אויף טישן און אויף בענק ביי צוויי חשובע קרית יואלע משפחות,
ווי ער געט איבער זינט דער עגלי דבש האט זיך די ערשטע מאל איו די היסטורי געמישט אין פאליטיקס (כפי עדותו של ר' סקאט) און גאסרט די חתונה ווי א פרה חרינה געט נישט קיין רשות טוט זיך יום טוב דארט.
די פרויען ליגן אויף דער ערד די יללות פון די כלה גייט אויף די העכסטע טענער, די שכנים האבן אריין גערופן די פאליציי, און עס דערקעמט זיך שטארק זייער אנוועזנהייט אין שטאט,
דיר מעיאר טוט העפטיגע שתדלנות צנאזאם מיט אלע שרי האחשתרנים והסדרנים
מער דעטאלן וועלן נאכפאלגן פון FIVEBORO
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 06:13 |
|
| |
יא יא, "יעצט גערעדט".. מארגן רעדן..
ווען דו רעדסט שוין יא, דארפסטו קיינעם נישט צוריק קומען זאגן וואס דער ענטפער איז געווען, עס איז מיר גענוג אז "דו" זאלסט עס וויסן...
תוקן על ידי FiveBoro ב- 08/02/2010 06:16:15
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 06:08 |
|
| |
אי"ה מארגן אינדערפרי וועל איך פרובירן צו רעדן צו איינעם פון משפחת סרוגא צום ווידער זעהן מארגן
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 06:07 |
|
| |
יעצט גערעדט צו א זון פון משפחת פאלקאוויטש, ווי ער באשטעטיגט אז יא!!! די חתונה וועט אי"ה פארקומען מיטן פולסטן הסכמה פון זיין טאטן אינעם נייעם זאל.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 06:02 |
|
| |
איך פארקויף נישט גארנישט. איך פארצייל דיר א משעה מיט א נאמען, גיי פרעג זיי אליינס! | FiveBoro כתב: |  | הא? שוין דא 25 דעיטס? דו ווייסט אפשר וואס טוט זיך אויף דער וועלט??
דו ווייסט אפשר וואס עס גייט פאר ביי די פאלקאוויטש-וואלנער שידוך וואו פאלקאוויטש שרייט אז וואלנער קען זיך אויסוועהלן א צווייטן מחותן פאר אזא חתונה?!
דו ווייסט אפשר וואס עס גייט פאר ביי די כהן-סרוגא שידוך, וואו די כלה מיט איר מאמע שלאפן נישט קיין נעכט און מאכן נעבעך נאס דעם קושן, נישט ועלנדיג זיין ענקער שמוץ-שטעקן?! |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 06:00 |
|
| |
פארקויף עס פאר דיינע קעלבלעך
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 06:00 |
|
| |
| רשכבהגולם כתב: |  | הייבטס אן ענקערע ספינס כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן
|
| דערפאר האב איך עס געשריבן מיט נעמען. גלייב מיר נישט! פרעג זיי אליינס אן!!
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 06:00 |
|
| |
א מין השגה פון יארע 2010
ר"א, איך בין ענקער מרא דאתרא
ר"א  די זייגער דרייט זיך און די באן פארט ווייטער, אויב די ווילסט קענסטו דיך מיטכאפן,
אדער אויב ווילסטו קענסטו זיין די הינט וואס בילד
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 08/02/2010 06:04:16
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 05:56 |
|
| |
אנביליוועבל!
פארוואס ווען א דיין וואס האט דער זויבערסטע רעקארד פון אלע דיינים אין סאטמאר, שטעלט זיך אויף אין זאגט בלויז זיין מיינונג, מיינט עס שוין 'שעלטן, שרייען, בייסן די קארפעט',
און ווען די זאלויני דיינים יעדן שני וחמישי, ביי יעדע קליינער אנטוויקלונג און די סאטמאר חאזעריי מחלוקה, קומען זיי ארויס מיט חרמות וארורים מיט קול קורות, רעכטס אויף לינקס, דעמאלטס איז עס הייליג אין טייער, תורה הקדושה, רבי ז"ל, וכו' וכו'...
היפאקריטן!
|
|
|
|
|