| נשלח ב-8/2/2010 22:06 |
|
| |
נייע האטליין "הני טפשאי" בקרוב
אזוי ווי ביי די אהרונים האבן אנגעהויבן צוריק מחדש צו זיין זייער אלטע גרויליגע קאמפיין פון אויפהעצן זייערע חסידים
נישט זיך משתתף צו זיין ביי קיין משפחה שמחות א זאך וואס זיי האבן אנגעהאלטן לאנגע יארן און דערנאך דאס
אויפגעגעבן בחרפות ובושות,
האבן די עסקנים פארמירט א נייע האטליין ווי מען וועט קענען הערן
נאך יעדע שמחה ווער עס זענען געווען די עקסטרעימע פערדן וואס האבן זיך נישט אנטייל גענומען אין די
שמחות פון זייערע געשוויסטער. און זיך אויסגעשלאסן פון זיין אייגענע משפחה
די טעלעפאן ליין וועט זיין בקרוב אפען פארן ציבור.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 22:14 |
|
| |
גייט זיין א עקסטערע עקסטענשן אויף יעדן משפחה מיטגליד? אוי יא, מאך זיכער צו האבן גרייט גענוג עקסטענשן'ס...
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 22:23 |
|
| |
העלד, ס'איז שקר, מען האט בכלל נישט גערעדט אז מען זאל נישט גיין אויף קיין שמחות, ס'איז א איסור חפצא נישט קיין איסור גברא, אויב מאכט דער נאנטער משפחה מיטגליד א שמחה אין א כשר'ן זאל, נו, אוודאי וועט מען גיין!!!, אבער וואס זאל מען טוהן, אז ווען מען פרעגט אן ביי די גדולי ישראל צו מען מעג זיך משתתף זיין ביי א שמחה ווי מען איז מסדר קידושין בלי רשות המרא דאתרא, קומט דער אנטפארט אז חלילה מעשות כן!, ס'איז א שפיל מיט פייער!, איז דאס נישט טייטש אז מען וויל נישט גיין אויף די שמחה, אדרבה, זאל דער פלוני אלמוני פרובירן צו מאכן זיין שמחה אין מאנסי אדער אין וויליאמסבורג און אפילו געבן סידור קידושין פארן שארמאשער וועט איר זעהן אז מען וועט גיין, איר וואלט שטארק געואלט צוזאמען לייגן דעם איסור פון סידור קידושין מיטן איסור השתתפות בהשמחה, אבער ס'איז צוויי באזינדערע זאכן, און איינס קומט נאכן צווייטן, ס'איז א איסור וחרם הקדמונים מסדר קידושין צו זיין בלי רשות המרא דאתרא, און לרוב הדיעות איז די קידושין בכלל נישט חל, און מען וואוינט צוזאמען בלי חופה וקידושין רח''ל, און במילא צו אזא חתונה קען מען נישט און מען טאר נישט גיין, אבער ס'איז נישט דא קיין שום איסור זיך משתתף צו זיין ביי שמחות ביי משפחה אפילו מען איז א מתנגד לרבינו שליט''א.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 22:25 |
|
| |
איך געדענק נאך ווען אהרונישע קרובים זענען נישט געגאנגען צו קיין בני יואל שמחות, און היינט גייט מען פאניע בראט
אין פאר יאר ארום וועט זיך די זעלבע איבערחזרן...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 22:43 |
|
| |
דוד דוד שטיי אויף פון דיין שלאף....
איך ווייס נישט וואס דו געדענקסט, איך קען אבער א שיינע פאר משפחות (וואס איך באלאנג צו א חלק פון די) וואס גייען נישט נאך היינט צו קיין חתונות פון נאך ברודער/שוואגער נאנטשאפט, דאס הייסט די ערשטע קאזינס.
און איך רעד פון די עכטע בני יואל, די וואס האבן די קינדער דארט, וכן אני וכל משפחתי נוהג.
בפרט ווען די זיידעס ביי די משפחה זענען שוין נישט בין החיים
און דאס איז נישט אלס איסור, ווייל ווי באקאנט פלעגט די רבי ז"ל דער ברך משה זאגן מען זאל נישט מישן פאליטיק מיט שמחות (היפך דעת הגז"ל), נאר פשוט, ווייל מיר האבן מיט זיי גארנישט... ניקס.... אויסגעשפיגענע קרעציגע פארביטערטע מענטשן וואס רייסן זיך מיט יעדעם.
איז די ברידערס און שוואגערס זענען נאך ווי נישט ווי צוגעגאנגען, אבער היינט אויב דאס וועט האבן א חלק מיט פורצי גדר פון סידור קידושין וועלן אוודאי די גאר נאנטע משפחה אויך נישט גיין
און מען וועט זיך נישט דערשרעקן פון די נועמי המדות וואס ווייסן נישט פון שלאגן/שרייבן פאשקעווילן/עפענען האט ליינס/פראפאגאנדע (נאר פון די נקודה פון רעבין זכרוינע לבכראכע)
תוקן על ידי וואלןסח ב- 08/02/2010 23:06:18
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 22:47 |
|
| |
וואלןסח אשרי לך ואשרי חלקך! שיק מיר אין אישית דיין פולע נאמען די עסקנים דארפן עס וויכטיג האבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/2/2010 20:08 |
|
| |
ווי איך הער איז נעכטן געווען א גאר פרייליכע חתונה ווי א ריזיגע ציבור משפחה און גוטע פריינט האבן זיך מיטגעפרייט מיט די שמחה אין נייעם זאל איו די גלילות פון קרית יואל,
עס איז געווען אפאר אהרוני פעטערס וואס זענען נעבעך געבליבן אינדערהיים ו וער עס ווייסט די נעמען פון די טפשים וואס טייל טוהען שוין דעם שפיל צום צווייטן מאל זאל מיר ביטע שיקן אין אישית דער וועד ההאטליין דארף עס האבן ווי אמשנעלסטנס.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/2/2010 20:19 |
|
| |
העלד איך ווייס נישט פון וועלכע האטליין די רעדסט איך ווייס נאר פון איין האטליין וואס געהערט גראדע פאר די אהרוינים און נישט פאר בני יואל. (וויאזוי האט יענער געשריבן? נישט געפערליך ווען זיי האבן געשפירט פאר 10 יאר צוריק אז זיי פארלירן וו"ב האבן זיי דעמאלטס אויך געפענט א האט ליין).
איך האב באקומען דעם נומער אויף א טעקסט מעסעדש וואס ליינט זיך אזוי (איבערגעטייטשט אויף אידיש):
אהרוינים! האלטס אן אייער גוטע ארבעט, קיינער קען דאס נישט טון אזוי גוט ווי איר אליינס... 718-506-9041 #2 איז די בעסטע!
---
וואס איז די נאמען פון אינגערמאן וואס רעדט דארט?
|
|
|
|
|