בית פורומים אידישע געדאנק

שהחיינו וקימנו! "חברה שומרים" דקרית יואל!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/2/2010 00:13 לינק ישיר 
שהחיינו וקימנו! "חברה שומרים" דקרית יואל!!

נאך א באשלוס ביי א מיטינג היינט אין קרית יואל,

ווי באקאנט האט זיך לעצטענס אנגעהויבן א אבנערמאלע וואנדעליזם אין קרית יואל אויף א פארנעם וואס מ'הערט נישט אין קיין שום געגנט אין אמעריקא, מיט גרויסע שאדנס יודיש געלט נכסי הקדש, אין די וואנדאליזירער זאגן אז דאס איז נאר דער אנהייב, בנוסף צום פאקט אז משה לייב וויטריאל מיט זיינע ליגווארדיע גוים וואס רופן זיך KJPS דארפן כלומרשט פאטראלן די גאסן פון קרית יואל פון פארברעכנס, זענען קיינמאל נישט צום געפונען ביי די אלע אקציעס, הערשט צופרי ווען די עסקנים רופן פאליציי פאר א פאליס ריפארט ריקן זיי זיך אן מיט אלע לעמפלעך און מאכן זיך וויכטיג כאילו זיי זענען גאר געקומען ארויסהעלפן מיט די אינוועסטיגעישן,

אויף דעם ארויף זענען עסקנים געקומען צו די החלטה אז, ס'איז שוין געקומען די צייט!

מען ארבעט יעצט אינאיינעם מיט די פאליציי איבער דעם, די פאליציי וואס זיי האלטן מיט פון די נאנט זענען צופרידן פון דע נייע ארגענזעישן, מ'האט זיי אנגעוויזן איבער ווילימסבורג און בארא פארק וואס ס'האט זיך דארט זייער גוט איינגעגעבן און זיי קומען אויך אסאך צוניץ פאר די ארטיגע פאליציי,

מ'בעט יעדער וואס איז גרייט צו ווערן א מעמבער און איז גרייט אוועקצוגעבן אפאר שעה א נאכט צו א וואך צו פאטראלירן אדער קאארדענעיטן זאל שיקן א אימעיל מיט זיינע אינפארמעישן א טעלעפאן נומבער ווי מ'קען אים צוריקרופן, מ'גייט ארויסלייגן א גרינגע נומבער וואס מ'איז יעצט מסדר זיין מיט פראנטיער וואס יעדער זאל קענען גרינג אריינרופן ווען נויטיג, די אימעיל אדרעס איז [email protected]

ואחרי כן יקרא לך עיר הצדק קריה נאמנה, אי"ה

  

  



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2010 00:30 לינק ישיר 

בעתו ובזמנו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2010 00:38 לינק ישיר 

וואס וועט שומרים טון אין א פאל ווען א מעמבער זעט א בחור ספרעיען אויף די וואנט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2010 00:56 לינק ישיר 

כלהנערים כתב:
ואחרי כן יקרא לך עיר הצדק קריה נאמנה, אי"ה


די 'אחרי כן' ענדיגט זיך נעבעך נישט.. ווער געדענקט ווען פאר די וואלן האט געהייסן אז נאך די וואלן גייט זיין די אחרי כן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2010 01:08 לינק ישיר 

עס ענדיגט זיך נישט אזוי שנעל, אבער עס רוקט זיך שטארק פאראויס....





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2010 01:10 לינק ישיר 

קודם האבן מיר גרויס הנאה אז דער פסוק ליגט דיר נאך גיט און די ביינער 
דעס וואס די זאגסט "די 'אחרי כן' ענדיגט זיך נעבעך נישט"
ביי אינז איז אדורך פאל נישט קיין מילער מיר זענן דורך פיל גרעסערע דורך פעלער ווי דאס,
מיר האפן אז פינקט אזוי לאנג ווי ענקערע בויס פון די ישיבה בקברו
וועלען בארדערן גענוי אזוי לאנג וועלן די חברה שומרים זיין,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2010 01:42 לינק ישיר 

ואחרי כן מיינט, אינעם פאליציי סטאנציע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2010 17:25 לינק ישיר 
אלערט אלערט!!! א טראק מיטן מוסר וויינשטאק ביים ביה"ח

אלערט פון חברה ק"י שומרים!
2.9.2010 10:22AM
מען זעיט יעצט א BUDGET טראק ביים ביה"ח מיטן מוסר וויינשטאק
מיט צוויי מעקסיקאנער גוים
מען בעט אלע חברים דאס תיכף ומיד אויסצוטשעקן
 און אונז תיכף מודיע זיין
[email protected]

תוקן על ידי kjshomrim ב- 09/02/2010 18:10:01




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2010 19:46 לינק ישיר 

אל כבוד חברינו היקרים, העומדים על המשמר
מען בעט יעדן וואס האבן באקומען א INVITE תיכף צוריק ענטפערן
(בען בעט די ארוינים נישט פראבירן זיך אריין צובאקומען אין חברת שומרים, ווייל מען וועט זיי במילא נישט אן נעמען)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 00:46 לינק ישיר 

ס'איז דא א גוטע קאארדינעיטר, אין די קומענדיגע טעג גייט מען ריפלייען צו אלע מעמבערס פאר א קאנפרענץ מ'גייט איינטיילן די שיפטס פאר יעדע סעקשן, אינז האב מיר שוין די אנערקענונג פון די נ.י. סטעיט פאליס ב"ה, מען דארף נאך ספאנסערס ווער ס'איז וויליג ארויסצוהעלפן זאל אינז אימעילן, וזכות הרבים תלוי בו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 00:52 לינק ישיר 

דארפסט געלט? וואס איז? דשימעיל האט זיך בארעכנט צו טשארדשן פאר די אימעיל אדרעס?

בד"וו, כמיין אז פארמעגליכ'ס פעיפאל אקאונט האט היבש געלט, אפפשר קען מען שעירן רווחים..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 00:56 לינק ישיר 

מ'וועט דיר פינקטליך לאזן וויסן פארוואס מ'דארף געלט..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 01:05 לינק ישיר 

די ווילידש פארופט א עמערדשענסי מיטינג אויף נעכטן נאכט, בנוגע די מעכטיגע חברה שומרים. (העי! כבין א שומרים! מיין גרויסע ברודער האט א בלוטעדיגע פא...) עס הייסט אז וויטריאל גייט ריזיינען. עס איז אויך דא א מעגליכקייט אז די ווילידש וועט נעמען יוסל וואלדמאן אויף זיין פלאץ, אבער די פאליציי האבן עס נאכנישט באשטעטיגט.

דיטעילס וויל פאלאוי, כל הנערים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 01:12 לינק ישיר 

איך בעט דיך טרייב נישט ליצנות, ווייל דו ברענגסט עס כמעט אינטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 05:29 לינק ישיר 
לא תעמוד על דם ריעך! שרייבט אייך איין אלץ וואלענטיר, און העלפס אונז, זיך ארויס

ב"ה עס האלט שוין ביים זיך צוזאמענשטעלן די גאנצע חברה שומרים ארגעניזאציע
מען בעט יעדן איינעם מען זאל זיך תיכף איינשרייבן צו אונזער אי מעיל
[email protected]
מיר האבן שוין ארויסגעשיקט צו מערערע אנ"ש אן INVITE בעט מען יעדער זאל תיכף צוריק שיקן
מען זאל זיך פולי אינדעטיפאצירן מיטן נאמען און טעלפאן נומ' וכדו'
(כדאי מען זאל קענען אכטונג געבן פון די ארוינים וד"ל) 


אויך בעט מען דעם חושבן ציבור הנדיבים בעם, אזוי ווי עס קאסט אפ גרויסע הוצאות די הצלת חברת שומרים איינצורישן, ווי קאר לעקטערס קאלירטע און די רעג' שטארקע לייטס פאר ביינאכט, סייערינען לאד ספיקערס, און קאסטן פאר פרינטינג מעלינגס פרסומים וכדו'
אז מען זאל דאס אלעס קענען צוזאמענשטעלן אויפן בעסטן און שנעלסטן אופן, בעט מען מען זאל תיכף מנדב זיין גרעסערע נדבות, די מצוה איז נישט נאר פאנ"ש קרית יואל, אויך אפילו פון אנ"ש פון די שטאט און פון די פרעמד.
ביטע זיך תיכף מעלדן מיט אייערע אינפארמעשין צו אונזער אי מעיל בהקדם האפשרי.
בכל הכבוד
מנהלי החברת ק"י שומרים

נב' ווי מען פארשטייט גרייטן זיך אן די ארוינים צו די צווייטע חתונה און תיכף צו די דריטע וואס קימט איה"ש בקרוב, דעריבער איז זייער וויכטיג אלעס שנעל זיך גרייטן ויפה שעה אחת...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 17:15 לינק ישיר 

סאיז נישט דא קיין ברירה מיט די ארונים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > שהחיינו וקימנו! "חברה שומרים" דקרית יואל!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext