בית פורומים אידישע געדאנק

דעבאטע: סידור קידושין אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/3/2010 20:45 לינק ישיר 

גערעכטער, חיים מענדל ווען ער זאגט "מיר האבן פינף דיינים (אכט) וואס זאגן אז סידור קידושין איז נישט קיין פראבלעם", זאגסטו עס איז נישט גערעדט צו דער זאך.

אבער ווען דו - אנשטאט ענטפערן צו דער זאך - ענטפערסטו נאכאמאל און נאכאמאל "ווערעמדיג קרעציג בני המן".. און דאס הייסט גערעדט צו דער זאך.. ארונישע קאפ, (חלה דעקל בלע"ז).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2010 21:00 לינק ישיר 

פאר די וואס זענען צוגעוואוינט צו נוסח הבלאט און פארשטייען נישט וואס מ'רעדט איינמאל, וועל איך עס איבערזאגן נאכאמאל:

יעצט צום ענין, איר זענט אויסגעצייכנטע ספינערס, אוועקדרייען דעם נושא אויף זייטיגע שטותים, "קהל בני יואל" האט געוואלט א זאל ווי מ'קען נעמען אייגענע מסדרי קידושין, און ווי יעדער בני יואל אדער אנדערע ערליכע איד מעג דארט דינגען א זאל,(אן קיין טעראר אדער רשעות אריינגעמישט) זיי האבן עס באוויזן!

די קהילת הארונים האבן איינגעלייגט וועלטן אז דאס זאל נישט געשען, זיי האבן געטון כל מיני השתדלות דאס אפצושטעלן, (און פרובירן נאך יעצט וואס זיי קענען טוהן צו ארטעווען זייער פארלוירענע חוזק קאמף), זיי האבן געוואלט פאר יעדען פרייז אז ס'זאל זיין נאר "איין איינציגער" מסדר קידושין פון דא ביז נהר פרת ועד עבר הירדן, ביז ווי זיי שפירן און האלטן אז ס'הייסט נאך די גללים, אנטשולדיגט - די גלילות פון קרית יואל.. זיי האבן עס פארלוירן! פינטל.


עס איז דא דא א מערכה, זייער לעצטע קויל פון דעם דיין רבי געציל האבן זיי דא ארויסגעשאסן און אים געמאכט צונאר פאר זייער דורכגעפאלענע מערכה, אפיר געקראצט חרמים וקונמים (וואס זענען -גראדע- נישט צום ענין) די ארוינים האבן פרובירט מיט אזעלכע נידעריגע מיטלען ווי מבזה זיין גדולי ישראל וואס האבן דארט מסדר קידושין געווען מיט "וועד למשמרת הדת" מיט א לאנגע ליסטע פון חברי הוועד, מיאוסע חוצפה'דיגע האטליינס, זיי האבן זיך אראפגעלאזט אזוי נידעריג ביז מזלזל זיין אין ענינים פון יחוס משפחה און נוצן די אויסדרוק "ממזרים" רח"ל אויף די אלע וואס פאלגן די תורה הקדושה, די ערליכע דיינים און פאלגן נישט די משכילי'ישן בלאט.

עס האט זיי גענוצט א קדחת! דער זאל איז קאי וקיימא, עס איז שוין דא געבוקט אויף דאס יאר אליינס צענדליגער חתונות.

אין איין ווארט הייסט דאס "א געווינס פאר די "בני יואל" און א מיאוסן פארלוסט פאר די ארוינים"!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2010 23:12 לינק ישיר 

KJ
האב נישט קיין פאראיבל אז איך רוף ענק קרעציגע, ווערעמיגע, בני המן, מצוה לשמוע דברי חכמים, און דער חכם הגדול דער שארמאשער וויל זייער וויסן וואס דער הייליגער ברך משה האט געזאגט און געהאלטן צעווישן תשמ''ו און תשנ''ו, ער קאלט ארום יעדן פרעגן פונקטליך וואס ער האט געהאלטן, ניץ איך נאר די נעמען וואס אינזער היילגער רבי דער בעל ברך משה זי''ע האט ענק גערופן, און וויאזוי זאגט דער שארמאשער?, ס'איז א בשורה טובה....

KJ, איך בין געצווינגען צו שרייבן מיט א אהרונישע קאפ, ווייסט פארוואס? ווייל איך בין א אהרוני ענד א פראוד וואן!, במילא קען איך נאר שרייבן מיטן קאפ ואס איך האב, און זעסט, איך בין אבסעלוט נישט באליידיגט ווען דו שרייבסט חלה דעקל, טשיז דעניש, אדער ציין פאסטע, איך בין נישט אזוי סענסיטיוו ווי דו,
 
גלייב מיר KJ, דא ביי אונז אין קרית יואל דערקענט זיך בכלל נישט דער ביטערן שאס וואס מיר האבן געכאפט מיט אייער סידור קידושין, דאס איינציגסטע פלאץ ווי עס דערקענט זיך אביסל איז אויף היידפארק, מיט געוואלד פראבירסטו אנבלאזן דעם סידור קידושין ווי עפעס א מוראדיגע מעכטיגער פאלוסט, און למעשה דער איינציגער וואס האט פארלוירן איז חיים פריינד, ווייל ביז היינט האט ער געמאכט שיין געלט פון די באסעס וואס ער האט צו געשטעלט פאר די פליטים קיין מאנסי, און דאס האט זיך גענדיגט, נא מאר מאנסי,  מען איז אין די שכנות (אדער גלילות) אין וואדבערי און מען דארף מער נישט קיים באסעס קיין מאנסי, אבער אויסער חיים פריינד האט קיינער נישט פארלוירן עפעס עקסטערס, און וויפיל דו זאלסט נאר דרייען און פינטלען וועט זיך גארנישט טוישן, און בכלל, רבינו שליט''א האט נישט קיין גרעסערער דורכפאל מיט די פורצי גדר אין קרית יואל ווי רבינו הקדוש זי''ע האט געהאט מיט נח''ל החרדי און מיט די הולכי לבחירות הטמאות אין ארץ ישראל, ביי ביידע איז דער פארלוסט געווען כלפי שמיא, די תורה הקדושה האט פארלוירן און כביכול האט פארלוירן, און ס'האט גארנישט מיטן רבי'ן פערזענדליך. און איך האף אז אפילו מיט אזא פארשטאפטן (זאלי) קאפ וועסטו פארשטיין די דברים פשוטים.

נו, לעטס גא!!! חלה דעקל, חלה דעקל, אוי אוי אוי אוי דעקל,  חלה דעקל, חלה דעקל, אוי אוי אוי אוי אוי אוי דעקל ....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2010 01:00 לינק ישיר 

גערעכטער כתב:

.....גלייב מיר KJ, דא ביי אונז אין קרית יואל דערקענט זיך בכלל נישט דער ביטערן שאס וואס מיר האבן געכאפט מיט אייער סידור קידושין, דאס איינציגסטע פלאץ ווי עס דערקענט זיך אביסל איז אויף היידפארק, מיט געוואלד פראבירסטו אנבלאזן דעם סידור קידושין ווי עפעס א מוראדיגע מעכטיגער פארלוסט......

לאמיך איבערלייגן מיינע ווערטער, ארויסהעלפן א ארויני חלה דעקל וואס פארשטייט נישט קיין פשוט שטיקל אידיש:

עס איז דא דא א מערכה, זייער לעצטע קויל פון דעם דיין רבי געציל האבן זיי דא ארויסגעשאסן און אים געמאכט צונאר פאר זייער דורכגעפאלענע מערכה [רבי געציל און רבי לאוב האט גערעדט אין היידפארק?]

אפיר געקראצט חרמים וקונמים (וואס זענען -גראדע- נישט צום ענין) [געווען באשריבן אין "די בלאט"ע, אויף אלע זייערע ווענט, אין די מעיל באקסעס, האנט דעליווערט דורך צוויי פיסיגע פערדן צו די מחותנים און חתן כלה'ס, די אלע וואוינען אין היידפארק?]

 די ארוינים האבן פרובירט מיט אזעלכע נידעריגע מיטלען ווי מבזה זיין גדולי ישראל וואס האבן דארט מסדר קידושין געווען מיט "וועד למשמרת הדת" מיט א לאנגע ליסטע פון חברי הוועד, [זענען זיי אלע בלויז היידפארק שרייבער????]

מיאוסע חוצפה'דיגע האטליינס, [האטליינס הייסט אויך ביי ענק - קלאץ קעפ - היידפארק?]

זיי האבן זיך אראפגעלאזט אזוי נידעריג ביז מזלזל זיין אין ענינים פון יחוס משפחה און נוצן די אויסדרוק "ממזרים" רח"ל אויף די אלע וואס פאלגן די תורה הקדושה, די ערליכע דיינים און פאלגן נישט די משכילי'ישן בלאט. [דאס איז געווען אין ענקער בלאט, אנגעשפריצט אויף אלע ווענט אין קרית יואל דורך ענקערע סטודענטן, די מצויינים פון ענקער ישיבה (נעבעך)]

[די מייקס וואס זענען ארומגעפארן אין שטעטל מיט ענקערע סטודענטן מיט מאסקעס שרייען און מבזה זיין ת"ח מיט געמיינע און מיאוסע אויסדרוקן, דאס הייסט אויך היידפארק??]


[די גענעראל פארזאמלונגען פאר די שטעטל און פאר די בחורים, ווי מ'האט געשאלטן און געשימפן, מבזה געווען ערליכע אידן, דאס איז אויך היידפארק?]

[דער בלאט, ענקערע שולן און מקוואות ווי מ'קאכט אגאנצן טאג איבער דעם סידור קידושין איז אויך היידפארק?]

איך ווייס שוין נישט פארוואס מ'רופט ענק חלה דעקלעך, ס'איז נישט יושר אזוי שטארק צו מבזה זיין א חלה דעקל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2010 01:36 לינק ישיר 

די בני זאלי/בני יואל ווייסן נאר פון איין זאך, חלה דעקל, פינטל. און אויף יעדע פראגע וואס האט נישט א קלארן ענטפער איז דער תירוץ חלה דעקל, פאר וואס דארף זיין 8 טאג חנוכה דער נס איז דאך נאר געווען זיבן טאג, תירוץ: חלה דעקל...
וואס הייסט חייב אדם לבסומי בפוריא עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי, תירוץ: חלה דעקל...
פארוואס זענט איר בועט אין פסק פון רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי''ע, תירוץ: חלה דעקל...
פארוואס זענט איר אין בג''ץ, בו בזמן ווען דער הייליגער ויואל משה שרייבט אויף דעם גאר הארב, תירוץ: חלה דעקל...
פארוואס איז ביי אייך גיט פלייש בהשגחה ממליחה ואילך, תירוץ: חלה דעקל...
וויאזוי האט איר זיך דערוואגט אויפצוהערן צו ניצן שטיינזאלץ וואס רבינו הק' זי''ע האט אזוי מקפיד געווען, תירוץ: חלה דעקל...
פארוואס נאכדעם וואס מען האט געטראפן א פראבלעם מיט צומת הגידין האט מען ביי אייך נישט בודק געווען,: חלה דעקל...
פארוואס איז רבי דוד עקשטיין א מסור ווען איר האט אריין געפירט דעם קעיס אין קארט, תירוץ: חלה דעקל...
פארואס האט איר מורא געהאט ארויס צו לייגן א קאנדידאט ביי די לעצטע וואלן, תירוץ: חלה דעקל...
און דו ווילסט נישט פארשעמען דעם חלה דעקל... כא כא כא .....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2010 02:56 לינק ישיר 

לעניניננו ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דעבאטע: סידור קידושין אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 16 17 18 סך הכל 18 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.