בית פורומים כל העולם כולו

אכן נודע הדבר די אמת'ע "נישט געזונטע שוויגער" איז ארויפגעשווימען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/2/2010 22:09 לינק ישיר 
אכן נודע הדבר די אמת'ע "נישט געזונטע שוויגער" איז ארויפגעשווימען

היינט צופרי האט אויסגעבראכן א געפעכט צווישן די עסקנים פון די זאליס אין ירושלים י. בארמינקא און י. ווייס
מיטן עורך פון די צייטונג העדה ט. ליבערמאנן
הללו די פארוואלטונג פון די העדה טענה'ן אז ס'קומט זיי באצאלט 2000 דאלער אויף די ביז איצטיגע קאמפיין לקראת דאס קומען פון רז"ל, וויבאלד מ'האט אפגעמאכט א טאטל פרייז פון 10000 דאלער, און צוויי וואכן ארבעט איז שוין אריבער.
והללו די זאליס טענה'ן אז ס'קומט נישט אין באטראכט קיין איין פעני אלעס איז אראפ און ס'איז נישט פון וואס צו רעדן
לכבוד דעם האט דער ט. ליבערמאנן געעפנט זיין פיסקל און אנגעהויבן צו זינגען אביסל שירה פון די אינסייט אינפארמאציע
ס'איז גארנישט קיין שוויגער און גארנישט קיין וועטער ס'איז דא איין סיבה פארוואס מ'האט געקעסנלט די גאנצע נסיעה און דאס איז בלויז וועגן די "רבנים", וואס הייסט וואס איז פלוצלינג געשעהן ?
ער זאגט אזוי, די גבאים פון רז"ל האבן די גאנצע צייט זיך געפארכט צו מ'גייט נישט ארויסקומען יצא הפסדו בשכרו ווען אפי' נאר איינער פון די רבנים אין ארץ ישראל זאלן עפעס אריינזאגן פאר רז"ל אויף די עבירה פון די בג"ץ און נישט חתמ'נען בוררות
ווידער די קליקע פון אינדערויסן ובראשם דער אמאליגער בן פראדל מיט די ירושלימ'ער האבן זיך אויסגעלאכט און אנגעהויבן צו שפרינגען מיט די נסיעה ביז פארגאנגענעם דאנערשטאג ווען דער דיין פון ב"ב ר' משה ש. קליין האט געזאגט פאר איינעם פון זיי ש.י.ה. אז די רבנים ווארטן אפ רז"ל און אויב וועט ער נישט חתמ'נען פאר'ן אריינטרעטן אין ארץ ישראל פלאנט מען ארויסצוקומען מיט א עפנטליכע מחאה און דאס מאל אנטקעגן איהם פריוואט
דא האט שוין אויף משה מיט די אינגעלעך זיך דערשראקן און מ'האט אנגעהויבן צו קווענקלען פאר שבת צו מ'זאל זיך איינשטעלן מיט די נסיעה, די זאליס אין ירושלים האבן אנגעהויבן צו פארפירן אז מ'זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל אפלאזן די בג"ץ און זיך זעצן צו א בוררות ווייל ואס האט מען דען פון דעם אויסער צרות און בזיונות, פון די צווייטע זייט האט דער ספרדי טאלעהר פון ב"ב געסטראשעט אז אויב רז"ל גייט ארויס פון בג"ץ לאזט אפ די גאנצע פראיעקט פון די דירות אין ב"ב און רז"ל קען פארגעסן פון א הנחת אבן הפינה אין ב"ב
ס'איז באשלאסן געווארן אז נאך שבת שיקט מען אראפ אפרים שטערן קיין ב"ב צו די רבנים ער זאל טאפן און זעהן ווי ערנסט זיי מיינען דאס, זונטאג אויפדערנאכט איז אפרים אהיימגעקומען קיין ירושלים אינגאנצן צורידערט פון וואס ער האט זיך אלס אנגעהערט פון די בני ברק'ער רבנים, און אלע צדדים האבן איינגעשטימט אז מ'קען אויף אזא אופן נישט קומען... די שוויגער פון ר' חיים הערשעלע איז נישט געזונט
א רפואה שלימה  
 



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 22:01 לינק ישיר 

כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א איז היינט אנגעקומען קיין ניו יארק ווי ער וועט זיך אויפהאלטן עטליכע וואכן, היינט באלד נאכן אנגקומען האט דער רב שליט"א געדאווענט שחרית נאנט צום ציון הק' פון כ"ק אדמו"ר מלויבאוויטש זצ"ל אין קווינס.

***

צו מעלדן נייעס און באריכטן פונעם חרדישען וועלט שיקט צו:


האט דער מאקעווער רבי עפעס מיט די שוויגער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 19:16 לינק ישיר 

יא קוקט אין די גליון העדה (וואס נפל טענה'ט אז דער גאב"ד גיבט דאס ארויס און ער איז אין די פארוואלטונג דערויף)
דער טוביה ליבערמאנן האט זיך געבראכן און געמאלדן אז רז"ל קומט זומער און אונטערגעשריבן אלס טרייסט וועד קבלת פנים פון די העדה החרדית, וואס טוהט מען נישט אויף צו טרייען ראטעווען פארלוירענע געלט וואס מ'האט איהם נעבעך צוגעזאגט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 19:13 לינק ישיר 

דאס ווייס איך אבער ווי באלאנגט ער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 19:11 לינק ישיר 

rebyankel כתב:
ווער איז דער ר' טובי' ליבערמאן?


דער עורך פון גליון העדה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 19:03 לינק ישיר 

ווער איז דער ר' טובי' ליבערמאן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 13:09 לינק ישיר 

איך הער אז נאך א לאנגע דין תורה ביי בית דין פון די עדה איז ארויס א פשרה אז טוביה ליברמן וועט די וואך דעקן און די העדה אז רז"ל וועט קומעו כ' סיון און יואל ברמינקה וועט אים שוין באצאלן א חלק פון די געלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 00:31 לינק ישיר 

נפל'ע ביסט אפשר גערעכט אז איך בין א בעקער, אבער לו יהא כדבריך איז פארוואס האט ערשט א שעה נאך וואס די נייעס איז ארויף דא אויפן פארק האט דער ט. ליבערמאנן פון די צייטונג העדה באקומען א שארפן טעלעפאן קאל פון י.ש. בלויא פון ירושלים (אייניקל פון הגאון רבי יעקב חבר הבד"צ) אז אויב ער וועט נישט צומאכן זיין מויל וועט ער פליעהן פון די צייטונג ?
אה, וואס באדערט אזוי ווען יענער דערציילט בלויז שטותים מיט ליגענט ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 00:17 לינק ישיר 

פארפאלען ער האט זיך גוט ארויפגעארבעט...

גענדיגט מיט שוואגער/חבר, היינט האט ער שוין אן "אינסיידער"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 00:08 לינק ישיר 

די פארגלייכסט רבי משה שאול צו מארגענשטערן?
רבי משה שאול וועט זיך נישט שטעלן אפכאפען א ווידיא פאר תאוות קנאה ושנאה, ער וועט נישט בענטשן קיין מוסרים, ער וועט נישט זיין קיין פרץ גדר, ער ווארפט זיך פולקאם אינטער זיין רבי הגאון האדיר בעל שבט הלוי שליט''א,

די אלע היידפארק מעשיות אז ירושלימער רב האט געזאגט אזוי אין אזוי איז פינקט גיט פאר דיר אין ענדליכע קעלבעלך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 00:00 לינק ישיר 

איך ווייס נישט ווער ער איז... און עס אינטערסירט מיר נישט ווייל איך האב געהערט פון א אינסיידער ביים גאב"ד אז דער יעניגער האט אים אויסגעפאפט און געברענגט פאלשע מעסעדשעס פון הרב וואזנער. זייט דעמאלט'ס האט ער פארלוירן זיין נאמנות ביים גאב"ד.

זיי מיר נישט יעצט א פרומער אויף יענעמ'ס חשבון ווען די אליינס שרייבסט מיט א געוואלדיגע זלזול קעגן יעדעם וואס געפעלט דיר נישט אפגעזען וויפיל ת"ח יענער איז. די אליינס האט עטליכע מאל געשריבן מיט א שרעקליכע זלזול קעגן הגה"צ שארמאשער רב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2010 23:58 לינק ישיר 

סוי נפל די תירוץ איז די באבע????

דאס האב איך געשריבן אין א אנדערע אשכול

די זיסטע פין אלעם
ווי מ'קען  זעהן, כדי צו זיין א זאלי'ס דארף פעלן אביסל איי קיו  (א חוץ דעם וואס מ'דארף זיין זייער פארביסען)

אלע קעלבעך קויפן אפ די 'באבע' תירוץ אז מ'גייט 6 וואכען פריער אפמאכען אהער צו ברענגן א בר מצוה וועגן א 'באבע', נאכדעם וואס מ'האט שוין געספענט רבבות דאללארן פאר די מסע הילדות
מ'דארף זיין א נער'ישע זאלי'ס אפצוקויפן די נערישע תירוץ.

איר ווייסט אפשר פארוואס ער האט נישט אהערגעברענגט זיין ליפא'לע'ס בר מצוה ''צו די זיידע אין באבע''????? פארוואס דעמאלטס האט ער געפראוועט א גרויסע בר מצווה אין ירושלים, אין נאך גערופן די גאנצע משפחה בראשות רבינו שליט''א?

די מער אויפגעקלערטע זאלי'ס וואס לאזען זיך נישט פארנארען,  זיי טענה'ן אז זיי ווייסען אז די עכטע תירוץ איז די געלט..... אין אמעריקא איז נישט אריינגקומען קיין געלט, ווייטער אין לאנדאן האט זיין בנו הגדול נישט אויפגעטריבן ציפיל מער ווי די שפעזן.

אבער לאמיר אביסל בעסער אריינקוקען, קודם זאגט ער פאר די פרעסע אז ער גייט אפרופן די קבלת פנים אין 'כיכר השבת' (לאכט נישט: וועגן ביטול תורה) אין ער גייט עס מאכען אויף א פריוואטע פארנעם.
אין א טאג נאכדעם רופט ער אפ די גאנצע נסיעה.......

עס איז פשוט ער האט מורא פין 2 ווערטער ''שטרי בירורין''...........
זעהט אויס אז ירושלימער רב שליט''א מיט די בני ברק'ע רבנים האבען דאס מאל געזאגט עד כאן!
קענסט נישט קומען ווי א שיינע יוד  ווען די האלטס אפען א קלאגע אין ציוניסטישע ערכעות.

די ציונים מיט די זאלי'ס באוויינען עס (אפשר די מוסדות וואס האבען געמיינט זיי גייען באקומען 36 פאר יעדע קינד אויך) אבער ירושלמער יודן האלטען זיך אינטער מיט דעם אלטען ווערטל
פארשטינקע פיש געגסן אין פין שטאט ארויסגעווארפען (נאך פאר'ן אנקומען)


אין דאס רבי יונה געשריבן

ווי אזוי זאגט די וועלט די שוויגער איז אלעס שולדיג....

נעבעך די זאליס שרייען און קוויטשען מיט אלע כוחות שוויגער... שוויגער... שוויגער...

זיי פרובירען מיט אלע כוחות מסביר צו זיין, און איין רעדן יעדעם זייער קינדערישע באבע ליגענט אז עס האט נאר מיטן שוויגער.... גארנישט מיט בג"ץ! בג"ץ ארויס....!

די ווארט בג"ץ...!! איז פאר די זאליס ווי דער טויט!

ווי מען טרעפט היינט א זאלי זינגט ער שוויגער... באבע... שוויגער... באבע...

באבע שנגח את השוויגער טריי ריי ריי ראם...

גראדע אפאר נקודות.

1) די הייליגע שוויגער פון וואס מען רעדט איז שוין ביטער קראנק פאר 5 חדשים.

2) אז די שוויגער איז קראנק שוין 5 חדשים דערמאנט מען זיך נישט 3 וואכן פארן נסיעה.

3) מאנטאג נאכט א טאג נאך די בר מצוה וואס האט געדארפט זיין אין ירושלים, קומט פאר די חתונה פון לעמבערגער אין בני ברק אין וויזניץ ביהמ"ד, ווי די הייליגע שוויגער איז די זעלבע באבע, די חתונה האט מען בכלל נישט אפגעשטיפט.

זעהט אויס אז פאר די שוויגער האט מען נישט דערציילט...

4) אז מען זארגט זיך אזוי אויף א קראנקע באבע זאל זיין ביי בר מצוה, טא ווי איז די קראנקע באבע הרבנית הצדיקת תליט"א לרפו"ש, וואס וואוינט ביי רז"ל אין בעסימענט, פארוואס האט מען זיך נישט געזארגט אז זי וועט נישט זיין ביי די בר מצוה?

זי איז דא חי' שרה שוויגער.... ווי איז חי' שרה פארוואס שרייט זי נישט שוויגער...?

5) זייט ווען איז א באבע א גאנצער מחותן ביי א בר מצוה...? א בר מצוה איז נישט ווי א חתונה וואס איז דא א חתן כלה, גייט אפשר די שוויגער זיצן אויבן אן ביי די מענער ביי די בר מצוה דא אין ווילי?

6) אז מען דארף זיין מיטן שוויגער... באבע טא פארוואס זיצט איצט ר' חיים הערש מיט זיין ווייב אין ירושלים מיט די פיס אין די הייעך, און זענען נישט מיט די הייליגע שוויגער איצט אין אמעריקא?

7) און ווי אויבן דערמאנט ווען רז"ל האט געמאכט בר מצוה אין ירושלים, האט ער נישט געברענגט די בר מצוה קיין אמעריקא אז די זיידע און באבע, מרן ברך משה זי"ע, והרבנית תליט"א זאלן קענען זיין אויף די בר מצוה! איז די ברך משה זי"ע והרבנית תליט"א נישט אזוי חשוב ווי די איצטיגע שוויגער באבע?

ווייל די ברך משה איז נישט געווען רז"ל שוויגער....

אבער די תירוץ ווייסט דאך יעדע די גאנצע שוויגער איז א נערישע באבע מעשה, צו פארדעקן די בג"ץ...!!!

אזוי ווי אלע רבנים ובראשם מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, ובפרט די רבני בני ברק ובראשם פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א, האבן קלאר געשטעלט אז ווי לאנג די הולך לבג"ץ גייט נישט ארויס פונעם טמא'נעם בג"ץ און שרייבט אונטער שטרי בירורין, גייען זיי אים נישט אויף נעמען.

נאכדעם וואס אפרים שטערן איז ארום געלאפען אין בני ברק זינטאג צו אלע רבנים, זאגענדיג אז מען גייט בקרוב אונטער שרייבען שטרי בירורין, נאר מען ווארט אויף דעס און יענץ, בקיצור מען גייט אונטער שרייבען נאך פסח..., נאך די נסיעה... האבן אים אלע רבנים קלאר געזאגט אז עס נישט דא וואס צו רעדן, נאר פאר ער קומט אויף א"י דארף ער אונטער שרייבען אז נישט זאל ער אין דער היים בלייבען ווייל דא וועט ער בזיונות האבן.

זעהענדיג דעם בראך אז דא האט מען צו טאן מיט ערענסטע רבנים, נישט קיין שוחד נעמערס און ממליחה ואילך'ס, האט מען געמיזט צוריק ציען די נסיעה, מיטן תירוץ פאר די אינגעלעך שוויגער....

שוויגער איז אין אידיש טייטש בג"ץ...!!!

איצט מיט א שמייכעל....

געוואלד...

וואס וועט זיין מיט די בג"ץ ריכטערס וואס וועלן זיך נישט קענען באטייליגען ביי די בר מצוה ווייל עס גייט זיין אין ווילי...

צוריק מיט די בר מצוה קיין ירושלים....




תוקן על ידי rebyankel ב- 10/02/2010 00:00:39




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2010 23:56 לינק ישיר 

נפל כתב:
משה ש. קליין האט זיך


נפל טיפשות איז נישט קיין תירוץ אויף בזיון כבוד התורה

הגאון רבי משה שאול איז פין די גאר אנערקענטע רבנים אין בני ברק בפרט אין ארץ ישראל בכלל
מיט זיין ווארט רעכנט זיך יעדער אפי' די היימישע קהילות
א גרויסע גאון אין פין די גרעסטע תלמידים פין הגאון האדיר בעל שבט הלוי שליט''א

די וועג פין רעדן אזוי אויף ת''ח זעהט מען ביי אלע וואס האבען א שנאת ע''ה לת''ח

האסט א שמיציג מויל ווי אלע  זאלי'ס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2010 23:34 לינק ישיר 

ווי ערוואקסענע קענט איר אויך ענטפערן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2010 23:06 לינק ישיר 

נפל וואס פרעגסטו פון ווי ער ווייסט?

די ביסט נישט די אייציגסטע מיט שוואגערס...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2010 23:00 לינק ישיר 

זאג נאר וואס מאכט עפעס טאהש רבי'ס שוויגער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אכן נודע הדבר די אמת'ע "נישט געזונטע שוויגער" איז ארויפגעשווימען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext