און דעם אשכול וועלן מיר צוזאמנעמען אלע תירוצים וואס מען האט געזאגט און די לעצטע 48 שעה פארוואס די זאלי'ס האבן מבטל געווען די מסע המלכות קיין ארץ ישראל! בעז"ה וועלן מיר ארויס געבן א "ספר הזהב" (ע"ש די ספר הזהב וואס האט געדארפט ארויס קומען ביי די מסע המלכות). מיט אלע תירוצים און הסברים און טעמים כמוסים???
די ערשטע תירוץ: די שוויגער/שוועגערן.....................
תוקן על ידי בכורשוטה ב- 10/02/2010 19:17:48
תוקן על ידי בכורשוטה ב- 10/02/2010 19:18:24
נשלח ב-11/2/2010 18:56
און גליון פתגמין קדישין פון די זאלי'ס און ירושלים ווערט די וואך גארנישט דערמאנט אז מען האט אפגעשטיפט די מסע המלכות אויף כ' סיון אזווי און העדה! ווייל דיע גליון געהרט פאר די יונגעלייט און זיי זענען זייער אויפגערעגט אויף די ביטול המסע וועגן דעם ווילן זיי נישט דעקן גארנישט. און העדה האט שייכות מיט יצחק ווייס...
נשלח ב-10/2/2010 21:47
השבת אבידה!
עס ווערט שטארק געזיכט "שכלדיג" וואס וועט אינז אויפקלערן וויפיל די העדה האט מיט עדה החרדית און בכלל ווארפען א ליכט איבער די גאנצע נסיעה
נשלח ב-10/2/2010 21:24
זאג נאר טיפוש איינער!
די קענטס אפשר משה ראטמאן פון טאהש קודש?
נשלח ב-10/2/2010 21:23
דאס איז קלאר אז "דער בלאט" האט קיינמאל נישט געהאט קיין גרויס שייכות מיט די אהרוינים... בערך אזא פנים טראגט דיין גאנצע תגובה. נאך אזא הקדמה האב איך שוין אפילו נישט ממשיך געווען ליינען דיין תגובה איך האב זיך אפגעשטעלט ביים ערשטען סענטענס
"העדה" געהערט צו די עדה און דאס איז די אפיציעלע צייטונג פון די עדה.
דאס איז קלאר אז דער גליון "העדה" האט קיינמאל נישט געהאט קיין גרויס שייכות מיט די הנהלה פון די עדה החרדית.
דאס זעלבע איז קלאר אז די זאליס האבן משונה'דיגן דרוק פון די גדולי הדור אין ארץ ישראל אז זיי זאלן ארויסגיין פון דעם טמא'נעם בג"ץ, כאטש איך האלט פערזענליך אז לפחות דער ירושלימ'ער רב שליט"א וואלט אים אויפגענומען פאר א באזוך אפילו אויב ער גייט נישט ארויס.
אבער מיט איין נקודה איז נפל פאקטיש גערעכט. שוין די העכסטע צייט אז אונזער ציבור זאל אנערקענען דעם פאקט אז די זאליס זענען א גרויסע קאמפאני, און נישט ווערן אזוי איבערגענומען פון יעדעס מאל וואס ס'איז דרך רשעים צלחה.
קיינער פון אונז האט נישט אויפגענומען רבינו שליט"א אלס רבי דערפאר וואס דער אדער יענער רב/רבי האט אים אויפגענומען, אדער אפילו דערפאר וואס אנדערע טויזנטער אידן גייען לאורו און פירן זיך עפ"י הדרכתו. מיר האבן אים אויסגעקליבן צוליב זיין גדלות בתורה ויראת שמים, וואס רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האט מערערע מאל מעיד געווען דערויף און אונז באפוילן אז מיר זאלן אים אויפנעמען אלס מנהיג.
דאס וואס נאך טויזנטער אידן זענען סרים למשמעתו און די גאנצע וועלט ציטערט פאר זיינס א ווארט איז נאר א פּלאָס, וואס איז א דירעקטע תוצאה פון די זעלבע סיבות פארוואס מיר האבן אים לכתחילה אויסגעקליבן.
נשלח ב-10/2/2010 21:07
עס איז נישט קיין סתירה טובי ליבערמאן ארבעט פאר די זאליס, אבער מען דארף אים באצאלען, אז מען זאגט אים צו דארף מען באצאלען, אז נישט איז פריילעך.
דאס אז מען קענסעלט א נסיעה צוליב נישט וועלן ארויס גיין פון בג"ץ איז נישט זיין פראבלעם.
נשלח ב-10/2/2010 20:42
ניגון הידוע "אז מען ווייסט נישט אז מען קען נישט נעמט מען זיך נישט אינטער"
נשלח ב-10/2/2010 20:38
נפל, שיין זעהסטו אויס אז דו טרייסט דיך מיט די גליון העדה וואס האט אפשר אזויפיל ליינער וויפל מענטשן דיין רבי האט ביים מגילה ליינען
ווען די בראך פון די רבנים\שוויגער וואלט געווען ביי מיר וואלט איך אויך גענוצט יעדן נארישן צעטל פאר א טרייסט
אדרבה ברענג מיר די נעמען ווער עס איז אין די וועד, אויסער ליבערמאן יצחק ווייס און נחום אטיק.
און ווען די רבני העדה האבן אויפגענומען די וועד...
פאר אפאר טאלער קענסטו שרייבן היינט אין די גליון העדה, ארץ הקודש לבשי עוזך... ברוך הבא כ"ק אדמו"ר הגה"ק מבראד שליט"א און קענסט אויך אונטער שרייבען וועד קבלת פנים שע"י העדה החרדית.
נשלח ב-10/2/2010 20:10
נפל פליז זאג מיר מיט וועלכע "וועד קבלת פנים" די ביסט גוט מיט?
אויך צו זיי זענען ליסטעד אין דיין טעלעפאן בוק?
טריי איינצוקלאפען מיט אן "אינסיידער" און פארשאפט א קאפי פון די "כתב יד" ווי די עדה שרייבט די אויבערדערמאנטע
דרך אגב קענסטו אויפקלערען וואס איז דאס א חלה דעקל?? (א נפל ווייס איך)
נשלח ב-10/2/2010 20:03
נפל כתב:
איך וועל אויפקלערן די חלה-דעקלעך וואס דרייען זיך דא.
א. נישט נאר איז די נסיעה נישט בטל. נאר
ב. די עדה החרדית אויף וועם איר האט פראבירט צו פארקויפן אז די גאב"ד וועט זיך נישט משתתף זיין... די עדה וועט נישט מאכן א קבלת פנים... וכו'. נישט נאר פראסקעט ענק די שקר צוריק אין פנים. נאר, נאך מער, די זעלבע עדה האט א "אייגענע" "וועד קבלת פנים"... און די זעלבע עדה שרייבן "ארץ הקודש לבשי עוזך" "היו נכונים".
איר האט יעצט פונקט די זעלבע פנים ווי ווען איר האט געהאט ביים לייקענען אז איר האט געשחטן טריפה קאטשקעס און נאך שרייבן אז איר האט גאר געראטעווען אנדערע בתי שחיטה...
וועקט אייך אויף איינמאל פאר אלעמאל! אנערקענט אז חסידות סאטמאר (מהרז"ל) פארמאגט א מעכטיגען כח אין די וועלט, זיי לעבען און בראקענען. וועט אייך זיין גרינגער אראפצושלינגען ווען זיי באקומען כבוד און איר ליידט א דורכפאל.