בית פורומים כל העולם כולו

הגה"צ מאנטריאל'ער דיין: דעת קדשו פון רבינו בעל ברך משה וועגן סידור קידושין!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/2/2010 20:03 לינק ישיר 
הגה"צ מאנטריאל'ער דיין: דעת קדשו פון רבינו בעל ברך משה וועגן סידור קידושין!

עדות הגה"צ דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל שליט"א בנוגע סידור קידושין אין קרית יואל.

פאר צוויי וואכן האט הגה"צ ר' משה מנחם טירנויער שליט"א דומ"ץ מאנטרעאל חתונה
געמאכט אן אייניקל , ווי הגה"צ אב"ד שארמאש איז געווען א פעטער, דער דיין האט מכבד געווען שארמאשער רב מיט אויסטערלישע קרבות, ער האט געטאנצען מיט אים
אליין א לענגערע צייט, און גערעדט מיט אים פריוואט מחזק געווען באופן בולט, דאס איז געווען בלויז איין טאג נאכדעם וואס דער שארמשאשער רב האט מסדר קידושין
געווען אין גלילות קרית יואל.

ווען אונזער ר' אהרן האט געהערט דערפון האט ער געשיקט שלוחים, צוויי תלמידים פון מאנטרעאלער
דיין שליט"א, און פארגעהאלטן אז היות ער איז דאך יא א חסיד געווען פון טאטען ווייסט ער דאך זיין אמת'ער
מיינונג אז דער רבי האט געהאלטן אז מסדר קידושין זיין מעג זיין נאר דער מרא דאתרא און ער איז דאך דער מרא דאתרא און ער פרעגט היתכן ער איז מחזק דעם שארמאשער רב.

דער דיין האט געענפערט פאר די תלמידים אז ער האט באקומען הוראה מפורשת פון רבי'ן דער ברך משה אויף דעם ענין און אלס חסיד פון רבי'ן וועט ער טאקע נישט כובש זיין עדותו אויב מען וועט אים פרעגן.

ער האט ממשיך געווען מיט די מעשה ווען ער איז געווען מיטן רבי'ן בשעת די נסיעה אלול תש"ס אויף מקומות הקדושים, און דערנאך קיין לאנדאן אויף שבת, וואס דער
תכלית איז געווען די נייע ישיבה וואס מען האט דעמאלס אויפגעבויט, דער רבי האט פארציילט פאר'ן דיין זיין עונג און נחת וואס ער האט פון די ישיבה וואס ער איז מיט זיי אין קעמפ, ער האט פארציילט פאר'ן דיין אז ער שפירט אז דאס געט אים חיות, און ער האט געוואלדיג הנאה אז ער דאנקט דעם רבוש"ע אז ער האט זוכה געווען אין
די יארן אויפצושטעלן אזא שיינע ישיבה וואס איז א נייחא לנשמתו הטהורה דער פעטער ז"ל. דעריבער שפירט ער א חוב זיך אנשטרענגן און ארויספארן נאך געלט פאר דעם מקום.

מענין לענין האט דער רבי גערעדט פון דעם אז ס'איז געווען אזאלכע וואס זענען נישט צופרידן דערפון, (כוונתו אויפן קרית יואל'ער רב) אבער איך זאג אדרבה קנאת סופרים תרבה חכמה, אפשר וועט יענע ישיבה אויך לערנען אביסל מדות טובות מיט דרך ארץ.

האט דער דיין געפרעגט אויב דער רבי האלט נישט אז דאס קען ברענגן מחלוקת, אויב למשל די תלמידים פון די ישיבה וועלן אנהויבן חתונה האבן, און זיי וועלן בעטן דער וויליאמסבורגער רב זאל מסדר קידושין זיין, אפילו אין קרית יואל, האט דער רבי ז"ל געענפערט אדרבה ואדרבה ,זאל ער טאקע מסדר קידושין זיין , איז דען ר' אהרן דער איינציגער וואס קען מסדר קידושין זיין, האט דער דיין געזאגט איך מיין אבער אין קרית יואל אפשר וועלן תלמידים חתונה האבן אין קרית יואל, האט
דער רבי געזאגט איך פארשטיי וואס די מיינסט, און אודאי זאל ער גיין מסדר
קידושין זיין זיינע תלמידים.

דערנאך האט זיך דער רבי אפגערעדט מיט ווייטאג פארוואס דער קרית יואל'ער רב איז נישט מיטגעקומען מיט אים אויף די נסיעה, איך האב מורא אז זיינע מענטשען זענען אים שלעכט מייעץ.

דער דיין האט געזאגט פאר זיינע תלמידים, שלוחי ר' אהרן, עטץ ווייסט דאך אז איך האב נישט מורא צו זאגן מיין מיינונג, עטץ געדענקטס דאך ווען איך בין געווען דער איינציגער וואס
האט געזאגט מיין מיינונג ברבים איבער דעם סקול דיסטריקט אפילו די ווינטן האבן געבלאזן אנדערש, און אפילו דער קרית יואלער דיין האט געזוכט צו געפעלן פאר די קעגנערס און האט נישט געוואלט האלטן קיין דרשות ברבים, האב איך מיך נישט
געשראקן, איך וועל מיך נישט שרעקן זאגן מיין עדות ברבים.

און ער האט געבעטן די תלמידים זאלן זאגן פאר זייער רבי אז ער זאל נישט אנהויבן קיין מערכה ווייל עס וועט אים נישט ברענגען קיין כבוד.

וואס אונזער רבי אהרן האט אויף האט אויף דעם צו ענפערן ווייסט דאך יעדער איינער..
זאג שמואל'ן (ווידער) זאל מסדר זיין דעם משה מנחם מיט זיין שחיטה אין מאנטריאל.
בת היענה בתפארתו!

דער נעקסטער טאג אויף הייד פארק: מארוויד שחט טריפה'נע טורקיס, באטורער רב נעמט אראפ השגחה..

נעקסטע וואך:
מארוויד שחט מיט א סכין פגימה, אלעס איז נבילה..

א וואך דערויף:
מארוויד שחט צעהן יאר מאסקאווי קאטשקעס..

שמואל עס וועט דיר גארנישט העלפן, דער דיין וועט זיך נישט ברעכן פון זאגן דעם אמת'ער דעת קודשו פון רבין, האסט אוודאי געמיינט אז דו וועסט קענען שרייבן אין בלאט דברות קדשו פון דיין אלס עדות נאמנה וועגן דעם סידור קידושין, נו נו! ער האט דיר געגעבן צו טועם זיין דערפון!!!




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2010 17:36 לינק ישיר 

האט ר' משה מנחם שוין פארגעסן דעם זאפטיגן סיפור? וואו איז עס פארשווינדן פון זיין בריוו?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/2/2010 04:31 לינק ישיר 

ראפאגאש כתב:
ניין ער האט נישט! ער האט עס געמאכט און ויואל משה אויף קאזניטץ


שקר!!! במילתא דעבידי לאגלויא לא משקרי אינשי
זעהט אויס אז ראפאגאש האט נישט דער כלל

ר' שלמה טירנויער'ס באווארפען איז פארגעקומען אין ביהמ"ד "ויואל משה" שע"י קהל יט"ל אויף 5 גארפילד, ווי הרה"ג ר' משה מנחם טירנויער שליט"א האט באקומען כבוד מלכים

דיין טעות שטאמט פון דעם וואס דער "לוח יום ביומו" האט געמאכט א טעות און פארטוישט די צוויי בתי מדרשים "ויואל משה"
און די האסט שוין געבויעט א גאנצע מעשה וואס די האסט געוואלט עס זאל פארקומען



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/2/2010 21:41 לינק ישיר 

און ויואל משה אויף קאזניטץ בנשיאות כ''ק אבינו רועינו רבינו הקוה''ט שליט''א



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 21:41 לינק ישיר 

ברעיקינג!!!!! יעצט קאנפירמד, די מעשה איז אמת!!!!!

איך האב מיר פארבינדן מיט א איד וואס האט זיך נאך יענע יארן געדרייט ביים רבין ז"ל, ער זאגט ער האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן שמועס, אבער, א גרויסע אבער, ער האט במחיכת"ה פארפעלט איין זאץ וואס דער רבי האט דאן געזאגט.

עס איז אמת אז רמ"מ האט געפרעגט דאס פאלגנדע:

 אויב דער רבי האלט נישט אז דאס קען ברענגן מחלוקת, אויב למשל די תלמידים פון די ישיבה וועלן אנהויבן חתונה האבן, און זיי וועלן בעטן דער וויליאמסבורגער רב זאל מסדר קידושין זיין, אפילו אין קרית יואל, האט דער רבי ז"ל געענפערט אדרבה ואדרבה ,זאל ער טאקע מסדר קידושין זיין , איז דען ר' אהרן דער איינציגער וואס קען מסדר קידושין זיין, האט דער דיין געזאגט איך מיין אבער אין קרית יואל אפשר וועלן תלמידים חתונה האבן אין קרית יואל, האט דער רבי געזאגט איך פארשטיי וואס די מיינסט, און אודאי זאל ער גיין מסדר קידושין זיין זיינע תלמידים.

אבער דא פעלט די סיום הדברים וואס דער רבי ז"ל האט דאן געזאגט.

דער רבי האט געזאגט, איך פארשטיי וואס דו מיינסט, און אודאי זאל ער גיין מסדר קידושין זיין זיינע תלמידים, מען רעדט דאך דא נישט פון א "בני יואל" רב וואס וועט נישט פרעגן קיין רשות, מען רעדט דאך דא פון א ברודער, נו, ער וועט דאך פרעגן רשות פון זיין עלטערן ברודער...

עד כאן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 21:39 לינק ישיר 

דו ווערסט אויסגעשפארט פאר צוויי וואכן - דער מנהל


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/02/2010 21:52:25




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 21:34 לינק ישיר 
די מכתב קדשו פין רביה"ק זי"ע




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 21:26 לינק ישיר 

אינטערסאנט אז יענע נסיעה האט מען נישט אפגעשטיפט צוליב א שוויגער און א באבע...

די גאנצע באבע מעשה פון דא אויבן, איז גוט איינצורעדן נפל'ס שוויגער..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 21:19 לינק ישיר 
וועגן גיין צי חתונות אין די זאל


דא האסטו די פסק הלכה פין כ"ק מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל ז"ל ווי ער שרייבט אין בריוו וזל"ק והקרואים לסעודת מריעות בחרופים וגדופים ונזיפה עכדה"ק.

וועגן דעם וועלן ערליכע אידן וועלן וואס זענען מאמין בהשי"ת ובתורתו הקדושה (לשון רביה"ק ז"ל) נישט גיין צו חתונות וואס מען איז מסדר קידושין בלי רשות המרא דאתרא.

הוי זהיר בגחלתן




תוקן על ידי יקרבו ב- 10/02/2010 21:34:17




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 21:17 לינק ישיר 

ניין ער האט נישט! ער האט עס געמאכט און ויואל משה אויף קאזניטץ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 21:14 לינק ישיר 

Just for the record

ר' שלמה טירנויער האט געמאכט די באווארפן און ביהמ''ד ויואל משה, אויף גארפילד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 21:14 לינק ישיר 

אגב נייפעלע? פארוואס לליקנסטו נישט די מעשה? זאג אז דיי שוואגער האט דיר געזאגט אז עס איז נישט אמת, ר' משה מענדל הי''ו איז קיינמאל גאר אפי' נישט געווען און שטאט, ויהו לפלא!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 21:12 לינק ישיר 

באלאנד כתב:

ווען אונזער ר' אהרן האט געהערט דערפון האט ער געשיקט שלוחים, צוויי תלמידים פון מאנטרעאלער
דיין שליט"א, און פארגעהאלטן אז היות ער איז דאך יא א חסיד געווען פון טאטען ווייסט ער דאך זיין אמת'ער
מיינונג אז דער רבי האט געהאלטן אז מסדר קידושין זיין מעג זיין נאר דער מרא דאתרא און ער איז דאך דער מרא דאתרא און ער פרעגט היתכן ער איז מחזק דעם שארמאשער רב.



די שטיקעל איז די זיסטע
רבינו שליט''א האט געשיקט שליחים צום ר' משה מנחם......

ר' משה מנחם איז א חסיד פין טאטען היינט צו טאגס.....

פינקט גיט פאר נפל אין זיינע חברים

תוקן על ידי rebyankel ב- 10/02/2010 21:13:49




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 21:08 לינק ישיר 

זיי נישט ברויגז נייפעלע, מיר זענען משובד צו דיי די הייליגע תורה און צו די צדיקי הדור, און אויב די הייליגע צדיקים זאגן אז די דאזיגע, זענען געאסרט, איז עס כנתנתן מסיני, וה' הטוב יכפר אויב די כאפסט נישט,

אגב, מהרז"ל'ס נסיעה איז גארנישט געווארען אפגעריפן וועגן שוויגער און אנדערע באבע מעשיות, מיר זענען ב''ה נישט קיין טאהשע, וואס זענען בארימט און די גאנצע וועלט, מיט זייער גאר שוואכע אי קיו,

מיר ווייסען פינקליך פארוואס די זאלי נסיעה איז היסטאהריע


תוקן על ידי ראפאגאש ב- 10/02/2010 21:10:30




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/02/2010 21:11:25




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 21:07 לינק ישיר 

צום עצם נושא האשכול.

די וואך האב איך געזען אין דער איד א בריוו וואס איז מכלומרש'ט געשריבן געווארן דורך רביה"ק בעל ברך משה זי"ע צו כ"ק מרן רבינו שליט"א בשנת תשס"ב, וואו ער שרייבט אז היות זיינע מענטשן גייען אין געריכט דערפאר געט ער איבער בכח מרא דאתרא דעם זכות פאר מהרז"ל אז ער זאל מסדר קידושין זיין אין קרית יואל.

אן אריינגיין אינעם עצם הענין וויפיל האפט דער בריוו האט, איז עס א מפורש'ע סתירה צום גאנצן בנין נערים וואס ווערט דא אויפגעבויט אין נאמען פון ר' משה מנחם!

ממ"נ, אויב איז רביה"ק געווען בכח צו זאגן דאן א קלארן חוות דעת, דאן וויאזוי האט ער אוועקגעגעבן בשנת תשס"ב עפעס וואס ער האט שוין געהאט אוועקגעגעבן בשנת תש"ס, לאנג בעפאר מ'האט אפילו געקלערט פון אריינגיין אין געריכט?!

לבאלאנד פתרונים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 21:05 לינק ישיר 

ראפאגאש כתב:
ראפאגאש, אט אזא תגובה צייגט גאר שטארק די חילוק פון ענקער מנהיג און די זאלי'ס מנהיג.

רז"ל וועט אויפגעבן א נסיעה קיין ארץ ישראל לכבוד זיין שוועגערן א אלמנה און א באבע פארן בר מצוה בחור!

ר' שלמה וועט טראגן זיין שמחה צו זיינע שונאים אף על פי וואס מען וועט דארט טשעפען זיין ברידער! אלעס כדאי אז נאך 2 שוואגער'ס זאלן זיך משתתף זיין ביים שמחה!

משא"כ איר וועט נישט גיין צו משפחה שמחות וכדו'!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הגה"צ מאנטריאל'ער דיין: דעת קדשו פון רבינו בעל ברך משה וועגן סידור קידושין!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext