ברעיקינג!!!!! יעצט קאנפירמד, די מעשה איז אמת!!!!!
איך האב מיר פארבינדן מיט א איד וואס האט זיך נאך יענע יארן געדרייט ביים רבין ז"ל, ער זאגט ער האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן שמועס, אבער, א גרויסע אבער, ער האט במחיכת"ה פארפעלט איין זאץ וואס דער רבי האט דאן געזאגט.
עס איז אמת אז רמ"מ האט געפרעגט דאס פאלגנדע:
אויב דער רבי האלט נישט אז דאס קען ברענגן מחלוקת, אויב למשל די תלמידים פון די ישיבה וועלן אנהויבן חתונה האבן, און זיי וועלן בעטן דער וויליאמסבורגער רב זאל מסדר קידושין זיין, אפילו אין קרית יואל, האט דער רבי ז"ל געענפערט אדרבה ואדרבה ,זאל ער טאקע מסדר קידושין זיין , איז דען ר' אהרן דער איינציגער וואס קען מסדר קידושין זיין, האט דער דיין געזאגט איך מיין אבער אין קרית יואל אפשר וועלן תלמידים חתונה האבן אין קרית יואל, האט דער רבי געזאגט איך פארשטיי וואס די מיינסט, און אודאי זאל ער גיין מסדר קידושין זיין זיינע תלמידים.
אבער דא פעלט די סיום הדברים וואס דער רבי ז"ל האט דאן געזאגט.
דער רבי האט געזאגט, איך פארשטיי וואס דו מיינסט, און אודאי זאל ער גיין מסדר קידושין זיין זיינע תלמידים, מען רעדט דאך דא נישט פון א "בני יואל" רב וואס וועט נישט פרעגן קיין רשות, מען רעדט דאך דא פון א ברודער, נו, ער וועט דאך פרעגן רשות פון זיין עלטערן ברודער...
עד כאן