בית פורומים אידישע געדאנק

ר' בנציון לאוב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/2/2010 21:32 לינק ישיר 
ר' בנציון לאוב

לעצטנס - זייט די סידור קידושין פרשה האט אנגעהויבן באבלען - הערט זיך א נאמען פון איינעם ר' בנציון לאוב.

דאס איז די ערשטע מאל איך הער דעם נאמען! ער הערט זיך ווי א גאנץ גוט מחוצפל מיטן זיך ארויסשטעלן קעגן שארמאשער רב, דער ר' בנציון האט געזאגט ביי זיין דרשה די זאכן וואס ר' געציל האט נישט געוואלט זאגן.

ווער איז דאס דער ר' בנציון לאוב? איז ער א געבוירענער אין סאטמאר? ווי אלט איז ער? ווען איז ער געווארן א ראש המדברים ביי די אהרוינים?


תוקן על ידי המהדרין ב- 10/02/2010 23:38:05




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2010 20:07 לינק ישיר 

סאטמער100 כתב:

בלייבט איבער צו ווינטשען

המקום ינחם אתכם בתוך שאר זאליס

אין עטס זאלסט קיינמאל מער נישט וויסן פון קיין צער

די עצה דערצו איז זיצן אין שעלטען נאר אין ראדני נישט אויף די גאס


זייער גוט געזאגט, ווער האט די אויגעלערענט? ר' יונה האט דיר געגעבן א שיעור.

רבותי דא האט איר נאך א שטיקל פונעם חלה דעקל.

יעדער איינער זעהט דאך אז בני יואל קען דערקלערן זיג, די זאל איז א מציאות, אין די ארונים זענען ציווילדעוועט ווי חיות.

קומט דער חכם אין שרייבט נאך עפעס אן אנדערן חכם המקום ינחם אתכם, העלוי! וועלעכע וועלט לעבסטו? ביסטו דא אויף דעם עולם? דא אויף אונזער עולם זענען יעצט די ארונים וואס זענען פארנומען מיט חרמות אין שעלטערייען, אין די בני יואל לאכט זיי אין פנים אריין, קענסט זאגן ר' געציל האט געפעסקענט, קענסט זאגן אז די בני יואל טוען א געפערליכע עבירה, פיין, אבער שטיין אין בילען אין דערנאך זאגן אז יענער בילט, נאך דערצו מיט אזעלעכע שיינע פזמונים, דאס איז טייטש א חלה דעקל.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2010 19:01 לינק ישיר 

סאטמער100 כתב:

בלייבט איבער צו ווינטשען

המקום ינחם אתכם בתוך שאר זאליס

 אויב קען מיר אינז מקבל זיין תנחומין איז עס נאר פון א צווייטען נישט פון א ארוני, ווייל אין מקבלין תנחומין כשמתו מוטל לפניו..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2010 18:55 לינק ישיר 

דיןתורה כתב:
נאך א מזל אז בשעת די קול קורא איז ארויסגקומען האט נאנישט שלעק עקזיסטירט
וויין ווען יא וואלט ער זיי געקענט אויפקלערן זיין היידפארק דעת תורה אז מהר''א האט נישט קיין דין מרא דאתרא.




דאס איז טייטש 1+1 = חלה דעקל.

די וואך שבת טרעף איך מיינס א קרוב וואס איך בין גאר נאנט צו אים,  האב איך אים אסאך טובות געטון פרזענליך, ער איז א ארוני, שמועסענדיג וועגן די סידור קידושין פרשה, גיב איך אים אזוי פליצלונג א זאג: איך מאך אי"ה חתונה אין די נייע זאל פון בני יואל, פלאנסט צו קומען? זאגט ער מיר ניין!!!! פרעג איך אים, איך פארשטיי נישט, ווען די האסט געמאכט א שמחה אין 13 HOPPER בין איך געקומען כאטש דו ווייסט גאנץ גוט אז עס איז מיר נישט גרינג געווען, אין דו ווייסט וואס איך האלט וועגן דיין רבי, אין וואס מיינע מורה הוראות האלטן וועגן אים, דעסוועגן דאך בין איך געגאנגען, פארוואס? ווייל איך האב נישט געוואלט מישן קיין פאליטיק מיט פריוואטע משפחה אין גיטע פריינד'ס שמחות, אין דו זאגסט מיר אז דו קומסט נישט ווען איך מאך חתונה, נאר ווייל איך וויל נעמען מיין רב פאר סידור קידושין?

ענטפערט ער מיר בערך בזה הלשון, וואס הייסט? ביי 13 HOOPER מעג מען גיין, אין ביי אולם בני יואל טאר מען נישט.

איך האב מיך אזוי צוגעהערט אין געווינטשן א רפואה שלימה ער זאל  בקרוב אויסגעלייזט ווערן פון די חלה דעקל סינדראם.

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2010 23:33 לינק ישיר 

מיר וואונדערט וויאזוי המכונה פארציילער שטעלט זיך אהער אלס א זאלי פארטרעטער.. און נאכדעם קומט סאטמער100 און זאגט אז די זאלונים שעלטן.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2010 22:24 לינק ישיר 

מיר ווינדערט ווי אזוי המכונה מענטשען באקן א מעשה אין מ'דערציילט עז אלץ א פאקט

די פאקט ארום קאטשקעס

די פאקט ארום סידור קידושין

אין אזוי ווייטער

נאר וואס דען עטס זאגטס אויף הייד פארק אין דארט בלייבט עס

אין די אלע בעלי מכשירים רעדן אויף די גאס פאר אינזער טובה

בלייבט איבער צו ווינטשען

המקום ינחם אתכם בתוך שאר זאליס

אין עטס זאלסט קיינמאל מער נישט וויסן פון קיין צער

די עצה דערצו איז זיצן אין שעלטען נאר אין ראדני נישט אויף די גאס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2010 18:30 לינק ישיר 

אפשר וועט פארציילעך פארציילן וואס איינער וואס האט דעי וואך גינימען ר' זלמן לייב אוף א היטש פין קווינס קעמפ קיין וואלמארט, האט ר' גז''ל דערציילט פאר דעם דרייווער אז אין אמתן אריין ווייסט ער אז זיין טאטע האט נאר גיוואלט אהרונען טין נישוט עם, נו וואס זאל איך טין מיין טאטע האט מיר נישט גיוואלט העלפן דארף איך מיך אליין העלפן, והודאת בעל דין במאה עידים דמי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2010 02:55 לינק ישיר 

פארשטייצער הער אויף מיט דיין בלאף נעם דיך נישט אן פאר אונז און רעדט נישט קיין שטיסים

געמיינט דעס געמיינט יענץ, מה לי עדה מה לי אנדערע רבנים, קיין איינס איז נישט פאלטש און קיינער האט נישט געזאגט ס'איז פאלטש
 
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/2/2010 21:29 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:

.............. זאלי, נבחר מיינט נישט מיט וואלן, נבחר מיינט אויסגעוועלט, ווען קהל האט אויסגיוועלט רבי אהרן פאר קרית יואלער רב מיינט ער איז נבחר גיווארן, ווען מען מאכט א ברכה אשר בחר בנו מיינט נישט אז סאיז גיווען וואלן נאר סמיינט אז מיר זענען עם הנבחר, ביי אינז איז ר' שלמה שמש נבחר געווארן צי זיין דער שמש מיינט נישט אז סאיז גיווען וואלן נאר מען האט עם געוועלט צי ווערן שמש, אין דאס איז אז רבי אהרן איז אויסגיוועלט געווארן צי זיין רב אין קרית יואל גידענקען מיר אלע, אין איך מיין נישט די קווינסער בחורים, איך מיין זייערע טאטעס אין זיידעס, דארט זענען זיך ציזאם גיקימען מסלתה ומשמנה פין כלל ישראל ובראשם די חברי הבית דין הגדול מירושלים, אין דאס הייסט אז ער איז נבחר גיווארן צי זיין קרית יואלער רב אין דאס מאכט עם דער מרא דאתרא,............


זעט אויס אז די ביסט א טאטער ווייל זיין הכתרה איז געווען אין די גרויסע פאליש אין סאיז נישט געווען דארט כמעט קיין ק"י אידן ווער רעדט נאך םין רבינים די בי"ד איך בלעם דיך נישט די וואלסט געוואלט אבער איך געדעק עס אין סאיז נישט אזוי געווען

אין וועגן די נבחר רעדסטו סתם אין די וועלט אריין ווייל ר' געציל האט שוין אליין געזאגט פאר אפאר  מענטשן אין ק"י וואס האבן עם געגעבן א היטש דע וואך אז דעס האט געואלט ארויס ברענגען אין פא רדעם דריקט ער עס אין די דרשה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/2/2010 21:24 לינק ישיר 

כלהנערים כתב:
פארציילער, נעם זיי מוחל אראפ דיין שלייער און הער אויף צו שפילן זאלי!!

קיינער האט נישט געזאגט ס'די חתימות זענען פאלטש הער אויף צו האקן א טשייניק!

דע מחאה קעגן ערכאות קעגן "גאב"ד דקרית יואל" האט די גאנצע עדה אינטערגעשריבן 
  


איך האב נישט גערעדט פין בי"ד איך רעדט פין די אנדערע רבנים איך קען דיר נישט העלפן די ביסט נאך לוכאורה געווען אין די פעפערס ביי יענע פרשה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/2/2010 20:29 לינק ישיר 

פארציילער כתב:
רוב נעמען פין דע בריוו'ן האבן שוין געזאגט אין א גרויס חלק האט שוין אויך געשריבן אז סאיז פשוט פאלטש
 
אבער אפי' סאיז אמת טוישט עס גארנישט די דיין ר' געציל האט געפסקענט אז נאר א נבחר האט די כח פין אפהאלטן אריין ציקימען מסדר קדושין צי זיין אויב איז ער נישט א נבחר יא איז ער א רב אבער ער האט נישט די כח פין זאגן אז קיינער זאל נישט מסדר קדושין זיין אין שטאט יעצט וועגן אינזער נושא איז נאר מאנסגעבן אויב איז די א באווייז אז ער איז א נבחר לרב

אין אויזער דעם דארף ער זיין נבחר אויך פאר די גלילות לויט די פסק פינעם דיין ר' געציל אין אין זיין קאנסוס שטייט נישט וועגן קיין גלילות 

טיפיקל זאלי, נבחר מיינט נישט מיט וואלן, נבחר מיינט אויסגעוועלט, ווען קהל האט אויסגיוועלט רבי אהרן פאר קרית יואלער רב מיינט ער איז נבחר גיווארן, ווען מען מאכט א ברכה אשר בחר בנו מיינט נישט אז סאיז גיווען וואלן נאר סמיינט אז מיר זענען עם הנבחר, ביי אינז איז ר' שלמה שמש נבחר געווארן צי זיין דער שמש מיינט נישט אז סאיז גיווען וואלן נאר מען האט עם געוועלט צי ווערן שמש, אין דאס איז אז רבי אהרן איז אויסגיוועלט געווארן צי זיין רב אין קרית יואל גידענקען מיר אלע, אין איך מיין נישט די קווינסער בחורים, איך מיין זייערע טאטעס אין זיידעס, דארט זענען זיך ציזאם גיקימען מסלתה ומשמנה פין כלל ישראל ובראשם די חברי הבית דין הגדול מירושלים, אין דאס הייסט אז ער איז נבחר גיווארן צי זיין קרית יואלער רב אין דאס מאכט עם דער מרא דאתרא, על כל פנים אזוי האבן די חברי הבית דין הגדול אין די אלע אנדערע חותמים פארשטאנען, קען זיין אז דעיר שארמאשער מיט זיינע קווינס חברים האלטן אנדערשט, אבער אזוי פארשטייט רבי געציל בערקאוויטש, רבי בנציון לאב און אלע אנדערע ערליכע רבנים.

תוקן על ידי גערעכטער1 ב- 12/02/2010 20:37:18




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/2/2010 20:27 לינק ישיר 

איך מיין אז מען זאל זיך ניט אריינמישן אין א מחלוקת פון אזאלעכע צוויי גרויסע לייט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/2/2010 19:57 לינק ישיר 

פארציילער, נעם זיי מוחל אראפ דיין שלייער און הער אויף צו שפילן זאלי!!

קיינער האט נישט געזאגט ס'די חתימות זענען פאלטש הער אויף צו האקן א טשייניק!

דע מחאה קעגן ערכאות קעגן "גאב"ד דקרית יואל" האט די גאנצע עדה אינטערגעשריבן 
 
מ'דארף נאר מברר זיין צו "גאב"ד דקרית יואל" מיינט אויף אידיש "מרא דאתרא דקרית יואל" אדער איז עס נישט משנה ס'איז בלויז א דאבל ענטרי אין די דיקשאנערי  
 
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/2/2010 19:12 לינק ישיר 

רוב נעמען פין דע בריוו'ן האבן שוין געזאגט אין א גרויס חלק האט שוין אויך געשריבן אז סאיז פשוט פאלטש
 
אבער אפי' סאיז אמת טוישט עס גארנישט די דיין ר' געציל האט געפסקענט אז נאר א נבחר האט די כח פין אפהאלטן אריין ציקימען מסדר קדושין צי זיין אויב איז ער נישט א נבחר יא איז ער א רב אבער ער האט נישט די כח פין זאגן אז קיינער זאל נישט מסדר קדושין זיין אין שטאט יעצט וועגן אינזער נושא איז נאר מאנסגעבן אויב איז די א באווייז אז ער איז א נבחר לרב

אין אויזער דעם דארף ער זיין נבחר אויך פאר די גלילות לויט די פסק פינעם דיין ר' געציל אין אין זיין קאנסוס שטייט נישט וועגן קיין גלילות 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/2/2010 18:11 לינק ישיר 

נפל'ע

גערעכטער האט דיר שוין גענטפער אויף די נפל'דיגע תגובה פארוואס פינקט ר' בנציון האט אויפגעטרעטן

אבער איך וויל דיר פרעגן א אנדערע קשיא

פאריאר ווען די עדה החרדית האט געלאדענט ר' בנציון אויפצוטרעטן אלס גאסט רעדנער ביים מעמד חינוך הטהור אויף כיכר זופניק במעמד רבבות אלפי ישראל
פארוואס האבען זיי דעמאלטס פינקט אים גערופן????

ווערט ער וועגן דעם א הדיוט קופץ בראש???

די זעלבע דא, אז מ'האט אים מכבד געווען ווערט ער נישט קיין הק''ב, מ'האט אים גענומען ציליב זיין כח התורה ויראה וואס מענטשן רעכענן זיך שטארק מיט זיין מיינונג

אין נאכמאל, ער האט נישט געזאגט קיין ווארט קעגן שארמאשער.
אין אויב דארף ער איבערבעטן דער שארמאשער, דארף דער שארמאשער איבערבעטן די רבי ז''ל אין קרית יואל'ע דיין כו'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/2/2010 18:05 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:
אזוי! רבי בנציון לויב איז גיווארן א ראצער ווייל ער זאגט נאך א פסק פין בעל דברי יואל ואס שמעקטא נישט פאר די פורצי גדר, אופאיינמאל איז ער א הדיוט קופץ בראש, פארוואס? ווייל ער איז נאר 34 יאר אין סע זענען דא עלטערע רבנים פין עם, וכאן הבן שואל, איז נישט דיין רבי א ראצערל א הדיוט קופץ בראש? איז נישטא עלטערע פין עם, איך פארשטיי אז די ווילסט נישט רבי אהרן, ווייל עם קענסטי נישט פירן ביי די נאז, אזוי ווי דער בירך משה איז אויך נאר גיווארן ענקער רבי ווען איר האט מיט עם גיקענט טין וואס איר ווילט, ווען ער האט שוין נעבעך נישט גיוויסט בין ימינו לשמולו דעמאלץ איז ער גיווארן א צדיק, דעמאלץ איז ער ענק גיט גיווארן, וועגן דען וויל דער שארמאשער פינקטליך וויסן ווען דאס איז גיווען, פאר ער האט גיזאגט ווערעמיגע קינדער צי דערנאך, אה קיי, אבער ר' ליפאלע, פארוואס נעמט איר נישט דעם הייליגן זענטער פאר רבי?, ער איז דאך עלטער, א עם ארץ איז ער דאך פינקט ווי ענקער רבי, סא פארוואס איז ער ענק נישט גיט?,  פארוואס דארף דעם הדיוט קופץ בראש זיך אריין שטיפן די נאז ווען סאיז דא עלטערע פין עם?.

אין צי שלעק זאג איך, קיק אראן אין דעם געשריבענעם חוות דעת פין די דריי פורצי גדר שראבן זיי קלאר אז מען קען דארט מסדר קידישן זיין ווייל סאיז אינדרויסן פין שטעטל, זיי שראבן נישט אז ער איז נישט מרה דאתרא, איך דארף נישט פרעגן דעם שארמאשער ער האט דאס גישריבן אין יעדער זעט וואס ער האט גישריבן, אדרבה זאל ער שראבן אז ער איז נישט מרה דאתרא, זאל די ועלט זען וואס פאר א פורץ גדר מיר האבן, קודם איז דער בירך משה גיווען א... נאכדעם איז די תורה נישט קיין תורה, ואלה המשפטים איז שוין נישט אקטועל, אזוי איז מען בועט בתורת משה, מען גייט אין ערכעות, אין מע שרייבט אז רבי דוד עקשטיין איז גאר דער מסור, אזא פנים האבן ענק,

לאמיר זען ווען א רב בישראל אויזער די פאר מחוצפים זאלן קימען דארט מסדר קידישן זיין בלי רשות רבינו שליט''א, רבי געציל שליט''א האט נישט גיזאגט זיין חוות דעת פאר בועטי בתורת משה, פאר אזעלעכע וואס פאלגן נישט די תורה וואס פאלגן נישט דעם שולחן ערוך, פאר זיי האט רבי געציל נישט גירעט, ער האט געזאגט זיין חוות דעת פאר די רבנים ודיינים פין די ועלט, פאר ווינער רב פאר תולדות אהרן רבי פאר טאשער רבי פאר סוקולענער רבי פאר ספינקא רבי וכו' לאמיר זען צי זיי וועלן אנפייפן דעם מרה דאתרא צי זיי וועלן עם פאלגן. אין ענקערע שטותים מאכט נאר שטארקער רבי געצילס פסק דין וחוות דעת.


נאך א מזל אז בשעת די קול קורא איז ארויסגקומען האט נאנישט שלעק עקזיסטירט
וויין ווען יא וואלט ער זיי געקענט אויפקלערן זיין היידפארק דעת תורה אז מהר''א האט נישט קיין דין מרא דאתרא




.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ר' בנציון לאוב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext