בית פורומים כל העולם כולו

עס ווערט געזוכט א נדבן פאר א שו"ת מהרש"ג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/2/2010 04:21 לינק ישיר 
עס ווערט געזוכט א נדבן פאר א שו"ת מהרש"ג

 אזוי ווי הרה"ג הדומ"ץ בקהל יט"ל (ארונים) אין ק"י [בעל אגלי דבש], האט נישט אין זיין ספרים שראנק די שו"ת מהרש"ג, ע"כ טוען מיר אפעלירן אז עס ווערט געזוכט א נדבן דערפאר.

עצה טובה, מען קען עס שיקן קומענדיגן פורים פאר משלוח מנות

 

וועט איר דאך אוואדאי פרעגן, פון ווי ווייס איך אז ער האט נישט די מהרש"ג, ווייל הער אויס די דרשה ביי די גענעראל פארזאמלונג אין די ביהמ"ד 7 גארפילד, ווי ער האט דארט אויפגעטרעטן מיט א דרשה, בתוך הדברים זאגט ער דארט אז ער האט נאכגעזוכט אין אלע שו"ת, און נישט געטראפן קיין היתר צו מסדר קידושין זיין אין ק"י, אנעם רשות פון מהר"א,

איך בין חלולה נישט חושד רג"ב אז ער זאל זאגן ליגענט, איי וואס טוט זיך מיט די מהרש"ג, ע"כ מיז איך זאגן אז ער האט דאס נישט, ממילא לויפט און קויפט שו"ת מהרש"ג חלק ה', און טראגט דאס פאר א מתנה פאר הרה"ג רג"ב.

 

לערנט גיט אדורך קודם תשובה סימן ס"ח ווי ער איז מבאר אז א קהילה וואס האט מחלוקת מעג מען זיך צוטיילן, אויב מען קען נישט לעבן בשלום אינאיינעם, [וואס אזוי איז דאך די מצב אין ק"י, נישט קיין חילוק ווער עס איז שולדיג, צוטיילן מעג מען זיך], נאכדעם לערנט אדורך סימן ס"ט, אז א קהילה וואס איז צוטיילט געווארן בהיתר (ווי דערמאנט אין סימן ס"ח, ווען מען מעג זיך צוטיילן), מעג מען אליין מאכן סידור קידושין. מערקט אן זיין אינטעסאנטען לשון "שהכריזו הבי"ד שאינן קידושין, זה וודאי דבר בטל הוא, ואי אפשר להאמין כזאת על ת"ח.

 

[נ.ב. אויך איז אינטערסאנט אדורך צו לערנען סימן ס"ז, ווי ער פסק'נט אז אייגענע מוסדות קומען פאר "כולל שומרי החומות", ווי עס זעהט אויס האט מהר"א אויך נישט דעם מהרש"ג ווייל ווען יא וואלט ער עס דערמאנט ביי זיין דרשה, (חוץ אויב ער קען נישט די אלע ספרים פון זיין ספרים שראנק)]













דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/2/2010 02:00 לינק ישיר 

אדמיראל כתב:

די סיבה פארוואס ר' געציל האט ביז היינט נישט גארנישט געחתמעט פאר די ארוינים איז אזוי ווי די זאגסט ווייל ער האט געוואלט געפעלן פאר יעדעם (2 פעסער), אבער אזוי ווי יעצט האט ער זיך מיס פארפאטשקעט ביי די פרשה פון די קאטשקעס, וואס ער האט דערמיט פארלוירן יעדע נאמנות ביי יעדער נארמאלער מענטש, חוץ ביי די ארונים, האט ער שוין געקענט שרייבן ביי סידור קידושין אויך, עס האט גארנישט מיט די הארבקייט דערפון



שייגץ!!! שיגץ!!!!!

רעד נישט אויפן רבי'ן זי''ע,

די רבי זי''ע האט אים אויף גענימען אלס דומ''ץ דמתא,

און אז עס שמעקט נישט נישט נישט קענסטו גיין קיין טאהש קודש צו נייפעלע!


די נוטראלער עזות פנים
די האסט אסאך גאטס אין ברייטע פלייצעס צו רעדן אזוי גראב אין זאלי'דיג אקעגן דעם איינציגסטען דיין וועלכע איז אופגענועמן געווארען דורך רביה''ק ז''ל

די האסט ליידער א ביטערע טעות, די וואלסט זייער חשק געהאט אז דער דיין שליט''א זאל אויסקוקען פינקט ווי די קשר בוגדים-פורים בית דין, וועלכע גיבט ארויס יעדן מאנטוג אין דאנערשטוג מיסע קללות קעגן א עדה קדושה פין אידן יראים ושלמים, מלא שקרים וכזכים, (ווען ענק זענען ווען נישט מודה וואלט איך נישט געגלייבט אז זיי שרייבן דאס אינטער) אויף א וועג וואס פאסט פאר די ביליגע שרייבער אין דער איד.

למעשה האט דער דיין ב''ה א זעלטענע הערצה אין די גאנצע וועלט, אין דאס איז די סיבה וואס נעמט ענק ארויס פין די כלים,
ענק וואלטען זיך געפרייט אז ער זאל זיין האלב אזוי  אראפגעקוקט ווי די קשר בוגדים בי''ד, אין א מענטש מיט אביסל יר''ש זאל האבען א תירוץ צו לאכען אדער דרייען פין זיין שארפע דעת תורה.

זיין גאונות בתורה ויראה ווערט נישט קיין אינטש פארמינער ביי קיין תורה טרייע יוד, ווען ער טוט זיין הייליגע שליחות אויף וואס דער הייליגער מיסד העיר האט אים אליין געשטעלט.

דאס וואס די ווילסט זיך אליין איינרעדן אז זיין אימעזש איז ח''ו געמינערט געווארען ווייל ער האט געמאכט א ריקאל אויף די קאטשקעס לפנים משה''ד, דא האסטו, ליין אין האב הנאה: http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2757411&forum_id=16386

I FEEL YOUR PAIN




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2010 21:37 לינק ישיר 

נוטראלער כתב:

די סיבה פארוואס ר' געציל האט ביז היינט נישט גארנישט געחתמעט פאר די ארוינים איז אזוי ווי די זאגסט ווייל ער האט געוואלט געפעלן פאר יעדעם (2 פעסער), אבער אזוי ווי יעצט האט ער זיך מיס פארפאטשקעט ביי די פרשה פון די קאטשקעס, וואס ער האט דערמיט פארלוירן יעדע נאמנות ביי יעדער נארמאלער מענטש, חוץ ביי די ארונים, האט ער שוין געקענט שרייבן ביי סידור קידושין אויך, עס האט גארנישט מיט די הארבקייט דערפון



שייגץ!!! שיגץ!!!!!

רעד נישט אויפן רבי'ן זי''ע,

די רבי זי''ע האט אים אויף גענימען אלס דומ''ץ דמתא,

און אז עס שמעקט נישט נישט נישט קענסטו גיין קיין טאהש קודש צו נייפעלע!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2010 21:35 לינק ישיר 

פון וועלכע נארמאלער מענטש רעדסטו?

ביי די גאנצע וועלט האט ער שוין פארלוירען ביי די צומות הגידין פרשה

די ארוינים עסען יעצט אויך ווייטער ק"י פלייש, איז פון וועם רעדסט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2010 21:24 לינק ישיר 

די סיבה פארוואס ר' געציל האט ביז היינט נישט גארנישט געחתמעט פאר די ארוינים איז אזוי ווי די זאגסט ווייל ער האט געוואלט געפעלן פאר יעדעם (2 פעסער), אבער אזוי ווי יעצט האט ער זיך מיס פארפאטשקעט ביי די פרשה פון די קאטשקעס, וואס ער האט דערמיט פארלוירן יעדע נאמנות ביי יעדער נארמאלער מענטש, חוץ ביי די ארונים, האט ער שוין געקענט שרייבן ביי סידור קידושין אויך, עס האט גארנישט מיט די הארבקייט דערפון




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/2/2010 19:03 לינק ישיר 

איך האב אזוי אריינגעטראכט, און געקומען צו דער החלטה אז דער ר' געציל איז ממש א צדיק פון א איד, די אנדערע סאטמארע דיינים קענען זיך לערנען פון איהם, איך מיין נישט ח"ו צו דערנידערן די אנדערע דיינים, נאר פשוט ס'א בחינה פון מכל מלמדי השכלתי, און דעם פונקט קען מען זיך אפלערענען פון איהם.

דער ר' געציל איז ידוע האט זייט די אהרוני/זלוני סאטמארע מחלוקה, נישט געגעבן קיין איין איינציגע חתימה איבער סיי וועלעכער ענין וואס האט א שייכות צו די מחלוקה, ער האט זיך געהאלטן זויבער ווי א זייף, ער האט געהאט אומצאליגע געלעגנהייטן צו באמת ארויסהעלפן די ארויניס ביי אסאך מער קריטישע ווענדפונקטן ווי דער סידור קידושין, אבער האט זיך אלס געהאלטן פעסט צו שטיין ווייט ווייט פון מחלוקת,

יעצט ביי די סידור קידושין מעשה , האלט מען זיכער שוין לאנג נישט אין געפערליכע ווענדפונקט פון די מחלוקה , די טיילונג איז שוין כתב וחתום, די זאלוינס אין בני יואל בויען אין זיך אין קרית יואל, צו מיט סידור קידושין צו אן, די גאנצע זאך בלויז א מאראלישע זאך, דאס מיינט אז אויב וואלט ר' געציל טאקע געמיינט פארטיי, וואלט ער זיך געדארפט לאזן הערן סאך פריער, ביי מצבים וואס וואלט געקענט עפעס טוישן למעשה, נישט יעצט 10 יאר שפעטער ווען די טיילונג איז פארזיגעלט אין א סידור קידושין גייט גארנישט טוישן למעשה.

נאך מער, אויב עטס האטס געליינט דער בלאט אפאר וואכן צוריק ווען זיי האבן געשריבן זייער ערשטער עדיטאריעל וועגן דעם סיכסוך נאך איידער דער ערשטער בני יואל חתונה, און איידער ר' געציל האט געהאלטן זיין דרשה, איז דער גאנצער הילוך פון יענעם עדיטאריעל געווען אז אפי' זאלן זיין טויזענעטער מענטשן וואס וועלן מסדר קידושין זיין שלא ברשות המרא דאתרא, נעמט עס נישט אוועק פונעם חומר הדבר, דאס מיינט קלאר אז דער בלאט (און איך גלייב אז יעדער ארוני) האט לכתחלה קלאר געהאלטן אז זיי גייען קיינמאל נישט קענען מונע זיין דער סידור קידושין,
וואלט דאך יעדער רעכטדענקער מענטש ווען געקלערט, אלס פארטיי אין פאליטיק אויס איז ממש סועסייד זיך צו שטעלן אויף אזא זאך, פארוואס בידים זיך אליינס אנמאכן א דורכפאל, אלס פאלטיק אויס וואלט מען געקענט זאגן, אז היות ס'איז א וואדבערי איז אלעס פיין, און זיך מער נישט וויסענדיג מאכן,

אלא מאי מוז זיין אז דער ר' געציל איז א איד וואס קוקט נישט אויף קיין פארטיי און פאליטיק, ווען ער האלט בשיטה אז מ'טיט אזאך נגד התורה וועט ער לאזן הערן חוות דעתו, אפי' ער הארגעט אוועק זיין פארטיי דערמיט.

מכל מלמדי השכלתי!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2010 20:43 לינק ישיר 

עס איז מאדנע צו זען וואו די זאליס פארסמאקווען זיך און א תשיבות מהרש''ג, און אויף די הייליגע תורה טרעטען זיי בשאט נפש!

לייצים!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2010 18:44 לינק ישיר 

דא ווערט פאר זען א שטארקע יסוד,

דער סעמיהייער רב דער מהרש''ג  רעד פון א קהלה וואו עס איז דא א מחלוקה, ביידע צדדים האבן מיט זיך רבנים, און נארמאלע מענטשען, און גוטע טענות, א ''געהעריגע מחלוקה'' אזוי עס איז געווען און דער אלטער היים, דעריבער איז פארשטענדליך, זיין תשיבה,

 

כאטש דער דיין וועם רבינו הקוה''ט זי''ע האט געשטעלט פאר דיין, נעמט דאס נישט אן להלכה משום איזה סיבה שהוא.

משא''כ און קרית יואל, איז נישט דא קיין צוויי קהילות, דארט איז דא 1 גרויסע קהלה,

 

מיט אריבער 200 קליינע קהילות, וואס יעדער פון די 200 שרייט אז ער איז די עכטע, למשל טורנא, ברעסלאו,טאהש,תו''א, סאסמאנס, ענגל,באדישול,אייזיק גליק, און נאך אוןן נאך,  נישט אלע האבן אפי' מנין,

נאך מער די קרעשמע פארטריבענע זענען גאסערט געווארן די די צדיקי הדור, און עס איז נישט פארהאן קיין איין רב עד היום הזה, וואס האט מתיר געווען די קרעשמע פארטריבענע,  

בכלל רעד מען דא פון א באנדע וואס האבן גארנישט צו טאן מיט מענטשליכע ציוויליזאציזע, האס אנגעגעסנע מענטשען, וואס זענען פארנימען א גאנצען טאג שעלטען, און זיך עסן, און טראמפייטערען, זאגן נישט וואס זיי מיינען, און מיינען נישט וואס זיי זאגען,  האבן נישט צוטאן מיטן באשעפער און זיין תורה, זיי ווערן געפירט דירוך א באנדע שטויבערישע לייצים, און פארווייטאגטע וואלדמאנ'ס, עס איז אפי' נישט שייך אנצוריפען, די באגעבונדען, בשם קהלה,  

 

דער מהרש''ג האט זיכער נישט גערעד, פון אזא פאל, ער האט אויך געהאלטען, אז אזעלכע משוגעים, טאר מען נישט געטרויען מיט קיין סידור קדושין, והפרשת הגיורת יוכיח!

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2010 02:09 לינק ישיר 

איי איי נוטראלער האסטו געמאכט א טשולנט

עס איז דא איין בריוו וואס דער רבי ז"ל האט געשיקט צום מנחת אלעזר וואס איז טאקע נישט אנגעקומען צו אים צוליב..., אבער געדרוקט איז עס אין שו"ת דברי יואל סי' א', אויב רעדסטו פון א צווייטן בריוו וואס לפי דבריך איז דער רבי דארט מתיר מסדר קידושין צו זיין (זייער נישט מסתבר ווער עס קען דעם מהלך פון רבין) פארוואס האט מען עס נישט געדרוקט? אויב מפני כבודו פון מנח"א וואס דו זאגסט, דרוק עס אן א נאמען, סך הכל האט דאך עס עפעס א פסק הלכה פון רבין, און וואס האט עס דער געלער נישט געדרוקט אין טב"ל, נאר קוקט אויס דיין "שוואגער" האט גע'חלומ'ט.

 

איך ווייס נישט פון וועלכע לייבן דו רעדסט וואס האבן מסדר קידושין געווען אין מונקאטש, דער הייליגער בעלזער רב מהרי"ד האט "געוואלט" און נישט עספיעט, כידוע המעשה מר' יצחק שטערנהעלל, דער הייליגער קאשויער רב ווען ער האט מסדר קידושין אין א דארף האט מען איבערגעמאכט די קידושין נאכדעם, וואס אגב זאלסטו וויסן אז מצד דעם מלכות איז געווען גוט שווער זיך צו קריגן מיט די רבנות פון מנחת אלעזר ווייל ער איז געווען אנערקענט מצד המלוכה.

און אגב, דו ווייסט אז אזעלכע לייבן ווי דער בעלזער רב מהר"א און דער טשעבינער רב האבן מתיר געווען די בחירות, ווי קומט דאס די רבי האט זיך נישט גערעכנט מיט זיי?, דער טשעבינער רב איז נאך געווען דעם רבין ז"ל מסדר קידושין.

ולסיום הענין, צייג מיר א ערליך אייניקל פון א משפחה וואס מען האט מסדר קידושין שלא ברשות המרא דאתרא???

****

אדמיראל, הזהר בלשונך, מען האט געוואוסט, דער רבי ז"ל בעל ברך משה האט גענומען ביי אים סמיכה, נאר ווי געזאגט וכו'




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2010 00:46 לינק ישיר 

נוטראלער כתב:

 נאכדעם לערנט אדורך סימן ס"ט, אז א קהילה וואס איז צוטיילט געווארן בהיתר (ווי דערמאנט אין סימן ס"ח, ווען מען מעג זיך צוטיילן), מעג מען אליין מאכן סידור קידושין. מערקט אן זיין אינטעסאנטען לשון "שהכריזו הבי"ד שאינן קידושין, זה וודאי דבר בטל הוא, ואי אפשר להאמין כזאת על ת"ח.

 



נוטראלארער
כ'גיי נישט אריינגיין אין אפענטפרן דיינע דברי חוצפה וטפשות קעגן דעם גרויסען גאון בתורה ויראה, ''דער ''איינציגסטער'' דיין וועם רביה''ק האט אליין'ס אויפגענומען אלס דיין אין זיין הייליגע קהילה.

כ'וויל נאר אנמערקען, דאס איז נישט קיין קהילה וואס איז 'ציטיילט' געווארען בהיתר, ווי די שרייבסט.
דא איז א באנדע מהרסים האבען געפענט אייגענע מוסדות פאר א מיעוט בעלי מחלוקת, אין זענען שארף  'ג'אסר'ט געווארען דורך די גדולי הדור בימים ההם בראשות הגאון האדיר בעל מנחת יצחק גאב''ד ירושלים ובית דינו, וכ''ק אדמו''ר בעל ברך משה זצ''ל (יא, אויך האט ר' ישראל חיים מנשה ג'אסר'ט די באנדע.....)
די  זעלבע רעכענן זיך יעצט מיט די תורה הקדושה וויפיל זיי האבען זיך דעמאלטס גערעכנט.

יא! אין די הייליגסטע טאג פין א איד, האבען נישט קיין  בעסערע דאגות ווי נקמה נעמען אין זייער שונא.

פין אזעלכע מענטשן רעדט מען דא, ליידער!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2010 23:27 לינק ישיר 

וויפיל מענטשן האבן בכלל געוואוסט ביז פאריגע וואך אז ס'איז דא אזא מענטש ווי דער מהרש"ג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2010 23:23 לינק ישיר 

קען איינער אהערברענגען דעם בריוו דא??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2010 23:18 לינק ישיר 

א. דער בריעוו פון בעל דברי יואל גייט נישט צום דעם בעל מנחת אלעזר, נאר צום בעל שו"ת מהרש"ג
ב. דער בריעוו פון בעל מהרש"ג רעד דארט נישט פין קיין סידור קידושין, נאר פון ניצען די נאמען נעאלאגען ביי קהלה שנתפרדה.
ג. ר' יחזקאל מייזעלס געט איבער בשם אביו ר' נתן יוסף, אז דער רבי האט איהם אמאל בתוך הדברים געזאגט, אז ער האט חרטה אויף די בריעוו, היינט זעהט ער איין אז דער מונקאטשער רב איז געווען גערכעט ביי יענע פרשה (אינטרעסאנט צו די טענענבוימ'ס ברענגען דאס אויכעט אראפ אין די זכרונות פון רנ"י אין זייער שונד-בלאט הירוס הדת)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2010 22:55 לינק ישיר 

די טענעהסט דאך אז דער דיין ווייסט נישט פון דעם תשובה און די זוכסט א נדבן אזש די רעדסט זיך גאר איין און שרייבסט מיט פאטאס ווי כאילו די האסט געכאפט דעם דיין ממש מיט זיך טועה זיין בדבר משנה

לאמיר דיך פרעגן ערנסט גערעדט - די ביסט דאך א נוטראלער די האסטאך נישט קיין נגיעות צו קיינעם נישט

1) האלסטו באמת אז דער דיין ווייסט נישט פונעם מהרש"ג ביסטו אויפן קאפ געפאלן?? פארוואס פרעגסטו עם נישט דירעקט דיין אויפשטורעמדיגן וועלטס קאשע? לויט מיין עקספיריענס מיטן דיין ענטפערט ער פאר יעדן נארמאלער מענטש וואס פרעגט צו דע זאך

2) ווי איך זעי שרייבסטו מיט אן איבערגענומענעם התפעלות פון הר' יואל מארגנשטערן (לבית שילדקרויט) ממש די שטוינסט פון זיין גאונות ירא"ש צדקות התמדה און פון זיין חכמה - אויב איז דאס טאקע וואהר די אלע זאכן וואס די און אנדערע בני יואל אין זאליס שרייבן סיי אויף עהם און סיי אויף דעם טשאדער אז זיי זענען פון די גרעסטע קאנאנען אינעם סאטמארן קרייז - איז שטעלצעך א פראגע פאר וואס האט רביה"ק מ'סאטמאר זצ"ל נישט אויפגענומען קיין איינע פון די נעמען דיינע פאר קיין דיין אין קרית יואל פארוואס האט ער אויסדערוועילט דעם היינטיגן דיין ר' געצלען? סידאך דא סאך גרעסערע קאנאנען??

איך ווארט נישט אויף קיין תירוץ ווייל סיניטא!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2010 21:01 לינק ישיר 

חלילה וחס!!!
איך וויל מיר נישט אריינמישן אין קיין אלטע מחלוקתף נאר איך האב אראפגעברענגט וואס עס איז שוין ממילא געדריקט.
איך האב נישט געוואלט רעדן דערפון, אבער ההכרח לא יגונה, ווי באקאנט האט רביה"ק אויך געשריבן א בריוו צו מנחת אלעזר, דער בריוו איז געווען צוגעשריבן צום תשובת מהרש"ג, נאר מפני כבודו פונעם מנחת אלעזר גיבט מען דאס נישט ארויס, איך האב עס געזעהן, ווי ער באצוט זיך צו די ווערטער פונעם מהרש"ג
חוץ מזה איז באקאנט אז גרויסע לייבן האבן מסדר קידושין געווען דארטן אין מונקאטש, ואין כאן מקום להאריך, תן לחכם ויחכם עוד



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/2/2010 19:34 לינק ישיר 

סך הכל האט דא אונזער נוטראלער גענומען א שטעלונג אין די מונקאטשע מחלוקה
דער מהרש"ג (כבודו במקומו מונח) איז געווען א שטארקער קעגנער קעגן מנחת אלעזר מאיזה סיבה שיהי'
דער בריוו צו ר' שאול בראך איז משמע אז עס איז די זעלבע רעדע וואס דער מנחת אלעזר דערמאנט אין די תשובות,
עס איז נאר גענוג צו דערמאנען, איך האב אמאל געזען א קונטרס וואס מען האט ארויסגעגעבן קעגן מנחת אלעזר באזונדערע בריוון פון איבער הנודערט רבנים (אן קיין גוזמא) און ממש רובם ככולם לא נשאר זכר לא נשאר זכר להם, מען ווייסט אפילו נישט אז זיי האבן אמאל עקזעסטירט
נו יעצט מיין איך מען זאל םפרעגן שאול פערלשטיין, צו מען נעמט אן ווי דעם מהרש"ג אדער ווי דעם מנחת אלעזר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > עס ווערט געזוכט א נדבן פאר א שו"ת מהרש"ג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext