בית פורומים כל העולם כולו

טראגען זאליס/בנ"י מיט די עירוב און ק"י?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/2/2010 17:20 לינק ישיר 
טראגען זאליס/בנ"י מיט די עירוב און ק"י?

ביז היינט פלעיגן די לוחמי קעגן עירוב אין ברוקלין ענטפערן אז ק"י איז אנדרעש ווייל דארט איז דא א מרא דאתרא

היות די זאליס/בנ"י שרייען די לעצטע פאר טעג אז אין ק"י איז נישט דא קיין מרא דאתרא

אויב אזוי ווי אזוי מעגן זיי טראגען מיט די דארטיגע עירוב???

ענטפער מיר נישט אז דער שארמאשער איז זייער מרא דאתרא, ווייל אויב אזוי איז נאך פאפא רבי אזא מרא דאתרא אין ווילעמסבורג

לשיטת הטוענים אז אין הכי נמי עס איז טאקע יא דא א מרא דאתרא אין ק"י אבער נישט אין די גלילות

טראגען זיי טאקע נישט אין די גלילות מיט א עירוב???

נאך אזאך צום באמערקען אז זיי (ובפרט אונזער טאהשער ידיד נפל) זענען זיך מתחצף און רייסען אראפ א חשובען דיין, פארן חטא פון מקיים זיין לא תגורו און זאגען זיין פסק אנדערש פון זייערס אן עלטערן דיין (איך מיין די שרייברס דארט זענען אסאך אינגער פונעם חשובען דיין)

איז וויאזוי האט זיך ר' מנשה פילאף געמעגט אויפשטעלן רעדן קעגן די מתירי העירוב, ווען צווישען זיי איז דא עלטערע און חשובערע דיינים פון איהם??? (וואס הארבע שאלות שיקען אנדערע דיינים צו זיי)



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/2/2010 20:20 לינק ישיר 

ביטע פארדריי נישט דעם אשכול!

ביטע האלט צום נושא פונעם עירוב

איך האב געפרעגט אויב זיי טראגען מיטן עירוב יא צו ניין?

אויב יא פארוואס?

דאס אז עס איז געווען אן עירוב פריער מיינט גארנישט, ווייל אפשר איז נאר פאר די פוילישע גוים, אזוי ווי ביי ראדני האט געהאט אן עירוב פאר רז"ל האט געמופט קיין ווילעמסבורג און עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט עס איז געווען נאר פאר די פוילישע גוים...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/2/2010 20:05 לינק ישיר 

קודם כל האט קרית יואל געהאט אן עירוב פיל פריער ווי דער מהר"א האט זיך געצויגן קיין קרית יואל.
נאכדעם וויל איך פשוט פארשטיין, ווער האט אפגעמאכט וואו גלילות הייבן זיך אן און וואו גלילות צעיען זיך און וואו עס ענדיגט זיך?

האט וואדבערי צי מאנרא טאון אמאל אנגענומען מהר"א אלס רב? איז דאס אן אויטאמאטישע זאך? איך וויל פשוט וויסן וואו איך קען נאכקוקן א תשובה ספר וואס רעדט זיך פון הלכות גלילות.

וואס איך האב געזעון איז, אז אלע מחלוקת איבער גלילות איז געווען ווייל די גלילות-דערפעלעך האבען זיך געבעטן צום שטאטישן קהילה אז זיי ווילן צאלן געלט אז דער מרא דאתרא זאל זיין איבער זיי ווייל זייי קענען נישט אליין אויפנמען א רב, שוחט, דיין ווייל זיי זענען צו קליין.

אבער דאס אז דער רב זאל זיך דערקלערען אז די גלילות זענען אויטאמאטיש זיינס, דאכט זיך איז נאכנישט געווען.

דאס איז איינס.

צווייטע פונקט: וואס איז דער אפטייטש פון "מרא דאתרא"? איז דער רב, רב אויף די הייזער, אויף די געביידעס, צי אויף די קהילה? ווייל יעדע שטאט האט געהאט א קהילה און זיי האבן אויפגענומען א רב און דעריבער איז דער רב געווען דער רב אין שטאט. אבער אויב האט די שטאט מערערע קהילות איז דער רב נאר רב אויף די ספעציפישע קהילה וואס האט אים אויפגענומען.

אין דעם פאל פון קרית יואל איז דאך פאראן מערערע קהילות וואס פארמאגען אלעס וואס קהילות געברויכען צו פונקציאנירן, נו איז דאך לויט דעם, מהר"א בלויז רב אויף זיין קיט"ל און נישט אויף בני יואל און נישט אויף די קיט"ל פון מהרז"ל. נו וואס איז דער רעש און טומעל?

למשל אויב אין די שטאט סאטמאר איז געווען א "שטאטוס קווא" קהילה, האט דער רבי זי"ע געהאלטן אז די סידור קידושין ביי זיי, געהערט זיינס? זיכער אז נישט און ער האט ניטאמאל געהאלטן אז מען טאר נישט מסדר קידושין זיין ביי זייערע חופות, און עס איז ניטאמאל פאראן איין תשובה איבער דעם. נו איז דאך אין קרית יואל דאס זעלבע. עס איז פאראן אנדערע קהילות מיט אנדערע רבנים און דיינים און זיי האבן נישט קיין שייכות און די סידור קידושין באלאנגט ניטאמאל פאר מהר"א וועלכער איז דער נאר רב אין איין  קהילה

איך וויל פארשטיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > טראגען זאליס/בנ"י מיט די עירוב און ק"י?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext