בית פורומים אידישע געדאנק

קר"י בית השחיטה פארברייטערט זיך

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/2/2010 07:36 לינק ישיר 
קר"י בית השחיטה פארברייטערט זיך

פרישע נייעס:

איך האב געהערט פון גאר קראנט אז צוליב דעם וואס רובאשקין פארלירט די היימישע ווייסמאנדל הכשר, און אויך זיי האבן די לעצטע פאר וואכן באקומען נייע גרויסע קונדען, איז די נאכפראגע נאך קר"י עופות פילפאכיג געשטיגן אין זיי גייען אנהויבן צו שעכטן 5 טאג א וואך, אזאך וואס קיין איין היימישער בית השחיטה טוט.

ס'איראניש ווי די חסידים פון רז"ל מיט די בני יואל, האבן שוין געשפרינגען פאר שמחה, אז די KJ קאלדקאטס בלייבט ליגן אויף די שעלפס, אלע קעיטערערס האבן זיי איבערגעלאזט, ממש זיי האלטן פאר באנקראט, וכו' וכו', 

פאנטאזיעס

מיין מיינונג איז אז די קאטשקע סקאנדאל האט אביסל געבעק פייערט ר' זלמן לייב מיט זיינע שטיצער, ווייל זיי זענען זייער ווילד צוגאנגען דערצי, מ'האט גראד געזען אז זייער מיסיע איז נישט צו אפשוינען אידן פון טריפות, נאר זייער אלטער הייליגער מיסיע צי ציפיקסן אהרןען, זיי פארגינען פשוט נישט ר' אהרן אז ער האט אזא סוקסעספול בית השחיטה.

די גאנצע שערוריא האט זיך אנגהויבן מיט א העפטיגער שמיץ קאמפיין אויפן אינטערנעט מיט זינגערייען פון "סייעתא דשמיא" מיט "נאמנות" וכו' וכו', הערשט 10 טאג שפעטער ווען זיי האבן שוין אנגעשטינקען די גאס האבן זיי זיך דערמאנט אז מ'גייט אנרופן די ארטיגע בעלי מכשירים

צו זייער באדויער האט נישט געדארט קיין 24 שעה, זייט מ'האט זיך פארבינדען מיט די בעלי מכשירים אין מ'האט געמאכט דעם ריקאל, דאס האט בעסיקלי ארויסגעלאזט די גאנצע לופט פונעם באלון, ווייל זייער גאנצער פלאן איז נאר געווען געבויט אויפן סמך אז קרית יואל גייט זיך עקש'ענען, אין פאאאאף.

דער בלאט גייט שוין אביסל מער עקסטערם, און קומט אויף מיט א גאנצער קאנספירעסי טעארי, זיי האלטן אז ס'זייער מעגליך אז דער רב שטיין האט לכתחלה שוין געוויסט מער אינפארמאציע וועגן די קאטשקעס, און ער האט עס לכתחלה במכוון אויסבאהאלטן, אזוי אז קרית יואל זאל זיך נישט איילן פון מאכן די ריקאל, אין נאכדעם וועט ער ארויסקומען מיט זיין באמבע לעבערטארי, אבער ווארשיינליך האב זיי דאך קר"י אויסגעשפילט, און תיכף ביים ערשטן מיטינג געמאכט דעם ריקאל, שפעטער ווען ער איז געקומען מיט זיין לעבעראטארי צעטיל, איז שוין געווען 3 וואכן נאכן ריקאל, מיט א געמעקטע דאטום ווי א שירעם נאכן רעגן, זיי האלטן אז דער דאטום איז פארדעם געמעקט ווייל ער האט שוין געהאט די רעזולטס פון די ערשטע רגע, און דאס איז געווען די סיבה וואס רב שטיין איז געווען אזוי קאנפידענט מיט זיין קאמפיין

למעשה קוקט מיר אויס איז עס געווען א גרויסע סייעתא דשמיא פון ר' אהרנ'ען פערזענליך צו מאכן דעם ריקאל, ווייל פארגעסט נישט ווען ער האט געמאכט דעם ריקאל, האט מען נישט געהאט קיין לעב צעטיל, צו חושש זיין אז מ'האט געשאכטן מוסקאווי איז געווען א חשש רחוק מאוד, א בית השחיטה וואס שעכט שוין 10 יאר צו וויפיל איז א ווייטער חשש מ'זאל שחט'ן א סארט עוף וואס קוקט אינגאנצן אנדערש אויס ווי די געוועליכע,

די זאלויניס טענה'ן אז ר' אהרן האט פרובירט צו פארדעקן עס צוליב פארטיי, דער אמת איז דער טענה גייט פארקערט אויך, אז דער גאנצער שטינק און א"ג סקאנדאל, פון דער איד, קוקט אויכעט אויס ווי ס'אלעס פארטיי, ווייל לאמיר אריינטראכטן ווי 'דער איד' האט אזוי שרעקליך מחמיר געווען אין דעם, ממש זיי האבן בשום אין פנים ואופן געקענט טרעפן א מקום להקל, ס'ממש ווי פינקל, דאס איז קלאר איבערגעטריבן, א נארמאלער מענטש טראכט, דא רעדט מען פון א בדיעבד, און א סארט עוף וואס זענען דא מתירים, בנוסף צו א ספק צו מ'האט עס בכלל געשאכטען,

בשלמא איינער וואס איז ידוע צו זיין א געפערליכער מחמיר ווי א בריסקער חסיד, פיין אין וואויל, אבער דא פלוצלינג פונקט אלע שונאי ר' אהרן האבן בשום אין פנים ואופן געקענט טרעפן א מקום להקל, האט מען געטענט אז די פראבלעם איז בלויז מסורה, זענען זיי געלאפן נישטערן אויפן אינטערנעט מיט הוכחת אז ס'טמא, האט מען גע'טענה'ט אז קען זיין ס'געמישט, האט מען שוין געהאט גאנצעטע מומחים אז ס'קען נישט אזא זאך אין אמעריקע, אלס זיך גע'עקשנט אז ס'עק וועלט, די אלע עקשנות איז קלאר געווען 'פארטיי'

ממילא האלט איך אז צוליב כל הנ"ל האט דער אלגעמיינער גאס זיך נישט  געקימערט מיט די קאטשקע מעשה, אדרבה מענטשן האבן יעצט מער טראסט, פשוט ווייל ס'א אלטע כלל א פלאץ ווי ס'אלעמאל כשר וישר קיינמאל קיין פראבלעמען מיינט אז מ'ווישט דארט אוועק אסאך מער פראבלעמען ווי מ'ווייסט, און קר"י ווען ס'דא א פראבלעם וועט עס יעדער וויסן און מ'וועט דילן מיט עס.

אזוי האלט איך, אבער איר קענט זיך אלע מחולק זיין אין קומען מיט אנדערע סברות פארוואס קר"י בית השחיטה פארברייטערט זיך.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2010 01:35 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2010 01:15 לינק ישיר 

סקאט

די נייעס אז רובאשקין פארלירט ווייסמאנדעלס הכשר, און קרית יואל ברייטער זיך דערפאר אויס.
איז נישט א זאך מיטוואס ערליכע אידן דארפן האבן א פראבלעם, און האפענטליך וועט זיך די מופקרת בית השחיטה פארבעסערן אז די כשרות לעוועל וועט זיין העכער ווי ביי רובאשקין, אזוי אז די אלגעמיינע אידישע גאס, די נייע רובאשקין קאסטומערס וועלן האבן מער כשר'ע פלייש.
אבער איין זאך ווילן איך בעטן בשם די נייע רובאשקין קאסטומערס, אז אויב חלילה מען דארף מאכן א ריקאל וועגן כשרות, זאל מען עס אויך אדערווערטייזן אין די זשואיש פרעס וכדומה, צי מיינט קרית יואל אז יענע אידן ווילן יא עסן עופות טמאים, ווייל זיי גייען אן בערד?
אויב זיי קויפן קרית יואל פלייש, ווייל זיי האבן א טראסט צו חסידישע אידן, אדער צו טשיקענס וועלכע זענען פאטאגראפירט מיט רבנים וואס האלטן זיי אין די הענט, קומט זיך זיי צו וויסן אויב ס'איז דא א ריקאל.

דאס וואס דו שרייבסט אז די שרעקליכע קאטשקע סקאנדאל האט בעקפייערד פאר רבינו מהרז"ל שליט"א וחסידיו, איז סתם נאריש, וואס האט מהרז"ל מיט די גאנצע קאטשקע סקאנדאל, האט זיך אמאל מהרז"ל בארימט אז ער האט די בעסטע בוטשער אויף די וועלט, אדער אז ער האט באזיגט דעם שר פון אמעריקא, האט ער אמאל געהאקט אויף די מופקרת שחיטה.
יעדער זאלי האלט נישט פון ראט, אבער נישט יעדער שונא פון ראט איז אויטאמאטיש א זאלי!
ראט האט זיך מיט אזויפיל מענטשן צוקריגט און זוכט יעדן טאג פרישע שונאים, אבער דאס מיינט נישט אז זיי האבן עפעס מיט מהרז"ל.
ווי אויך מהרז"ל האט נישט קיין בית השחיטה, און ער איז בכלל נישט אין א פלייש פארמעסט מיט ראט, בסך הכל נעמען די סאטמערע בוטשערס פון שעכט הייזער ווי זיי האלטן אז ס'איז אויסגעהאלטן אין כשרות, און די אלע בית השחיטות זענען נישט אפהענגיג אין א פארטיי, און אויב חלילה עס זאל זיך מאכן סיי וועלכער פראבלעם קענען זיי אנהייבן נעמען פון אנדערע פלעצער. 

מיט דעם וואס ראט שלאגט זיך מיט "מהדרין" מיט "ווינלאנד" מיט "מארוויד", און וויל זיך ארויפכאפן אויף "רובאשקינס" פראבלעמען מאכט נאכנישט די אלע בית השחיטות פאר "זאלונישע" בית השחיטות.
ובכלל האב איך נאר געהערט ווי ראט בארעדט אנדערע בית השחיטות, איך האב נאכנישט געהערט די אנדערע בית השחיטות בארעדן ראט.

ברוך ה' אז דער היימישער ציבור האט זיך שטארק אויפגעוועקט צו נוצן מער מהודר'דיגע פלייש, און וועלן ענדערש עסן פיש ווי איידער צו דארפן עסן די מופקרת פלייש, וואס זענען גרייט צו מכשיל זיין דעם ציבור צוליב פארטייאישע אינטערעסן וואס איז ביי זיי די הויפט פראיאריטעט.

אינטרעסאנט איז אויך אויך, אז הצלחה בוטשער אין קרית יואל, וועלכע פארקויפט בני יואל פלייש, ווי אויך די פלייש פון סאטמאר וויליאמסבורג האט צובאקומען הונדערטער נייע קאסטומערס.  און הונדערטער מדקדקים האבן אויפגעהערט צו עסן די מפוקפקדיגע פלייש.

אויב קרית יואל האט געטראפן  א נייעם ביזנעס וועג, וויאזוי צו שטופן זייער סחור אין די נישט היימישע גאס, אדרבא זאלן די שוחטים וואס האבן פאלש עדות געזואגט און מכשיל געווען דעם ציבור במזיד, זאל זיין האבן פרנסה פון די רובאשקין קאסטומערס.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2010 19:13 לינק ישיר 

דא האט איינער ג'טענה'ט אז די גאנצע סקאנדאל
האט קרית יואל אליין'ס ארויסגעלאזט אויף זיך כדי צו ברענגן גיטע PR



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2010 18:03 לינק ישיר 

נישט פארגעסן כ"ק ר'געטציל בערקאוויטש זצוקלה"ה שליט"א, האט בעוה"ר נישט געטראפן קיין שום מקום להקל איבער סידור קידושין אין וואודבארי..


צוריק צו די קאטשקעטס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2010 16:24 לינק ישיר 

עס איז באקאנט מה שאומרים ז"ל
אין לך דבר מגונה מזו כשהשור אוכל עשב,
לכוארה פארוואס טאקע איז דאס אזא דבר דבר מגונה, אז ס'איז אין לך דבר מגונה מזו?
זאגן זיי, אז א שור ווען ער עסט, ברענגט ער ציריק ארויף דאס עסן, דאס איז פאר זיך נישט קיין שיינע זאך,
אבער די גרעסטע דבר מגונה איז אז ער קען אמאל ארויס נעמען פון מויל זאכן וואס איז שוין געווען און זיין געדערם
און עס איבער געבן פאר אנדערע,
לענינינו,
מיר אלע האבן פארשטאנען, אז מען וועט אייך נישט לאזן אויפן וואסער, און מען וועט אייך געבן די פינקטלעכע מאס שטרוי, און די פאסיגע סארט שטרוי, וואס איז געאייגנט ספעציעל פאר די איצטיגע מצב,
 אבער ווי גרויליג איז ווען די ביסט עס מעלה גרא און די קומסט עס געבן פאר אינז צי עסן,
אין לך דבר מגינה מזו,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > קר"י בית השחיטה פארברייטערט זיך
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext