קר"י בית השחיטה פארברייטערט זיך
פרישע נייעס:
איך האב געהערט פון גאר קראנט אז צוליב דעם וואס רובאשקין פארלירט די היימישע ווייסמאנדל הכשר, און אויך זיי האבן די לעצטע פאר וואכן באקומען נייע גרויסע קונדען, איז די נאכפראגע נאך קר"י עופות פילפאכיג געשטיגן אין זיי גייען אנהויבן צו שעכטן 5 טאג א וואך, אזאך וואס קיין איין היימישער בית השחיטה טוט.
ס'איראניש ווי די חסידים פון רז"ל מיט די בני יואל, האבן שוין געשפרינגען פאר שמחה, אז די KJ קאלדקאטס בלייבט ליגן אויף די שעלפס, אלע קעיטערערס האבן זיי איבערגעלאזט, ממש זיי האלטן פאר באנקראט, וכו' וכו',
פאנטאזיעס
מיין מיינונג איז אז די קאטשקע סקאנדאל האט אביסל געבעק פייערט ר' זלמן לייב מיט זיינע שטיצער, ווייל זיי זענען זייער ווילד צוגאנגען דערצי, מ'האט גראד געזען אז זייער מיסיע איז נישט צו אפשוינען אידן פון טריפות, נאר זייער אלטער הייליגער מיסיע צי ציפיקסן אהרןען, זיי פארגינען פשוט נישט ר' אהרן אז ער האט אזא סוקסעספול בית השחיטה.
די גאנצע שערוריא האט זיך אנגהויבן מיט א העפטיגער שמיץ קאמפיין אויפן אינטערנעט מיט זינגערייען פון "סייעתא דשמיא" מיט "נאמנות" וכו' וכו', הערשט 10 טאג שפעטער ווען זיי האבן שוין אנגעשטינקען די גאס האבן זיי זיך דערמאנט אז מ'גייט אנרופן די ארטיגע בעלי מכשירים
צו זייער באדויער האט נישט געדארט קיין 24 שעה, זייט מ'האט זיך פארבינדען מיט די בעלי מכשירים אין מ'האט געמאכט דעם ריקאל, דאס האט בעסיקלי ארויסגעלאזט די גאנצע לופט פונעם באלון, ווייל זייער גאנצער פלאן איז נאר געווען געבויט אויפן סמך אז קרית יואל גייט זיך עקש'ענען, אין פאאאאף.
דער בלאט גייט שוין אביסל מער עקסטערם, און קומט אויף מיט א גאנצער קאנספירעסי טעארי, זיי האלטן אז ס'זייער מעגליך אז דער רב שטיין האט לכתחלה שוין געוויסט מער אינפארמאציע וועגן די קאטשקעס, און ער האט עס לכתחלה במכוון אויסבאהאלטן, אזוי אז קרית יואל זאל זיך נישט איילן פון מאכן די ריקאל, אין נאכדעם וועט ער ארויסקומען מיט זיין באמבע לעבערטארי, אבער ווארשיינליך האב זיי דאך קר"י אויסגעשפילט, און תיכף ביים ערשטן מיטינג געמאכט דעם ריקאל, שפעטער ווען ער איז געקומען מיט זיין לעבעראטארי צעטיל, איז שוין געווען 3 וואכן נאכן ריקאל, מיט א געמעקטע דאטום ווי א שירעם נאכן רעגן, זיי האלטן אז דער דאטום איז פארדעם געמעקט ווייל ער האט שוין געהאט די רעזולטס פון די ערשטע רגע, און דאס איז געווען די סיבה וואס רב שטיין איז געווען אזוי קאנפידענט מיט זיין קאמפיין
למעשה קוקט מיר אויס איז עס געווען א גרויסע סייעתא דשמיא פון ר' אהרנ'ען פערזענליך צו מאכן דעם ריקאל, ווייל פארגעסט נישט ווען ער האט געמאכט דעם ריקאל, האט מען נישט געהאט קיין לעב צעטיל, צו חושש זיין אז מ'האט געשאכטן מוסקאווי איז געווען א חשש רחוק מאוד, א בית השחיטה וואס שעכט שוין 10 יאר צו וויפיל איז א ווייטער חשש מ'זאל שחט'ן א סארט עוף וואס קוקט אינגאנצן אנדערש אויס ווי די געוועליכע,
די זאלויניס טענה'ן אז ר' אהרן האט פרובירט צו פארדעקן עס צוליב פארטיי, דער אמת איז דער טענה גייט פארקערט אויך, אז דער גאנצער שטינק און א"ג סקאנדאל, פון דער איד, קוקט אויכעט אויס ווי ס'אלעס פארטיי, ווייל לאמיר אריינטראכטן ווי 'דער איד' האט אזוי שרעקליך מחמיר געווען אין דעם, ממש זיי האבן בשום אין פנים ואופן געקענט טרעפן א מקום להקל, ס'ממש ווי פינקל, דאס איז קלאר איבערגעטריבן, א נארמאלער מענטש טראכט, דא רעדט מען פון א בדיעבד, און א סארט עוף וואס זענען דא מתירים, בנוסף צו א ספק צו מ'האט עס בכלל געשאכטען,
בשלמא איינער וואס איז ידוע צו זיין א געפערליכער מחמיר ווי א בריסקער חסיד, פיין אין וואויל, אבער דא פלוצלינג פונקט אלע שונאי ר' אהרן האבן בשום אין פנים ואופן געקענט טרעפן א מקום להקל, האט מען געטענט אז די פראבלעם איז בלויז מסורה, זענען זיי געלאפן נישטערן אויפן אינטערנעט מיט הוכחת אז ס'טמא, האט מען גע'טענה'ט אז קען זיין ס'געמישט, האט מען שוין געהאט גאנצעטע מומחים אז ס'קען נישט אזא זאך אין אמעריקע, אלס זיך גע'עקשנט אז ס'עק וועלט, די אלע עקשנות איז קלאר געווען 'פארטיי'
ממילא האלט איך אז צוליב כל הנ"ל האט דער אלגעמיינער גאס זיך נישט געקימערט מיט די קאטשקע מעשה, אדרבה מענטשן האבן יעצט מער טראסט, פשוט ווייל ס'א אלטע כלל א פלאץ ווי ס'אלעמאל כשר וישר קיינמאל קיין פראבלעמען מיינט אז מ'ווישט דארט אוועק אסאך מער פראבלעמען ווי מ'ווייסט, און קר"י ווען ס'דא א פראבלעם וועט עס יעדער וויסן און מ'וועט דילן מיט עס.
אזוי האלט איך, אבער איר קענט זיך אלע מחולק זיין אין קומען מיט אנדערע סברות פארוואס קר"י בית השחיטה פארברייטערט זיך.
 |
|
|