בית פורומים אידישע געדאנק

בשורה טובה! ס' עפענט זיך א נייע שחיטה מהודרת אין ניו יארק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/2/2010 18:45 לינק ישיר 
בשורה טובה! ס' עפענט זיך א נייע שחיטה מהודרת אין ניו יארק

מיט גרויס פרייד האט מען אויפגענומען די בשורה טובה נאכדעם וואס מען האט זיך דערוואוסט אז א געוויסע א.ג. שחיטה המהודרת האט ליידער מפטם געווען יודישע קינדער מיט עוף דורס ר"ל, און דאס האט אוועקגענומען דעם מהודרת טראסט ביי א סאך אידן יראים ושלמים וואס זענען גאוואר געווארן אז דע שחיטה איז בלויז מער פון אנדערע שחיטות מיט איר ברענד נעים "בית השחיטה המהודרת" און אויסער דעם איז עס גלייך ווי אלע בית השחיטות סיי מיט מיסטעיקס און סייעתא דשמיא וואס מאכט זיך ביי אנדערע שחיטות וואס האבן נישט דעם ברענד נעים "בית השחיטה המהודרת" און ווארפן אויך נישט ארויס רבנים וואס ווילן קוקן די שחיטה אזוי ווי די ברענד נעים שחיטה טיט זיך אויף, ורבים אומרים מי יראינו טוב, וואו קען מען יא האבן אמת'ע שחיטה מהודרת פלייש,

יעצט קומט די נייעס אז קהל טאהש האט גענומען די זאך אוין די האנט אריין, זיי עפענען א שחיטה מהודרת און ניו יארק, זיי האבן ארויסגעדונגען א שלאכט הויז אין קווינס און האבן שוין געשחט'ן פארגאנגענע וואך עטליכע הינדערט טשיקנס א טאג, איינע פון די שוחטים דארט איז ר' הערשל ווייס שו"ב, דערווייל איז עס נאר פאר ארדערס זיי זאגן אז זיי קענען נישט נאכקומען די פארלאנג און זייער פלאן איז עווענטועל דאס אינגאנצן אפקויפן און ארויסגיין אין די מארקעט,


יום בשורה הוא לישראל




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2010 17:28 לינק ישיר 

אונז דארף נישט קיין אייגענע שפיטאל ענקער גייסט'ישע שערי חמלה איז גענוג..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2010 05:05 לינק ישיר 

כא כא כא כא כא, זיי האבן א אייגענעם בית המדרש הגדול...... זיי האבן א אייגענעם מרה דאתרה........... זיי האבן א אייגענעם (פאלאקס) בית החיים..... מענדל שוויממער איז דער עכטער מעיאר...........  דער שארמאשער איז קרית יואלער רב.............  אין יעצט האבן זיי א בית השחיטה המהודרת, לאכטס נישט!!! זיי מיינען עס נעבעך ערענסט, אפשר קענען זיי עפענעם א אייגענע בעלוויו שפיטאל?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2010 04:41 לינק ישיר 

מען זעט די געפערליכע מכשולות פון קהל הרא"ט.

עס קען זיין אז די רבנים פון קהל יטב לב, האלטן אז ס'איז א גרעסערער הידור צו נעמען פון אנדערע שחיטות, און האבן די מעגליכקייט אוועקצוגיין אויב עס פעלט אויס, ווי איידער צו האבן אן אייגענע שחיטה וואס וועט בעיקר דינען פאר פראפעגאנדע, און אויב עס וועט זיך חלילה מאכן סיי וועלכער פראבלעם וועט מען אריינפאלן אין דעם זעלבן נסיון וואס קרית יואל האט, אז די פארטיי אינטערסן זאלן חלילה וועלן גובר זיין אויף כשרות.



תוקן על ידי פארשטייצעך ב- 16/02/2010 04:44:29




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2010 04:38 לינק ישיר 

פארוואס האט רבינו הקדוש זי"ע נישט געעפענט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2010 04:29 לינק ישיר 

פארוואס עפענט נישט קהל הגז"ל א שחיטה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > בשורה טובה! ס' עפענט זיך א נייע שחיטה מהודרת אין ניו יארק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext