| נשלח ב-15/2/2010 20:28 |
|
| |
ר' געציל: כהאב נישט געוויסט פון דער מהרש"ג
ר' געציל האט היינט מודה געוועזן פאר א יוד, אז ער האט נישט געהאט געזעהן דעם מהרש"ג פאר ער האט גערעדט, ער האט אויף יענעמס פראגע צו ער וואלט אנדערש גערעדט אויב וואלט ער עס געזעהן? געענפערט עס קען זיין, אין מער נישט געוואלט רעדען דערוועגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2010 22:06 |
|
| |
| בעלהסבר כתב: |  | |
דו שרייבסט:
אז אלע זענען מודה אז מתחלה ווען ס'עלה במחשבה פון סאטמארע רבי צו מייסד זיין א אייגן שטעטל, האט ער אוודאי און אוודאי געוואלט אז זאל האבן איין הנהגה, איין קהלה, וואס ווערט געפירט מיט דעם סאטמארער שיטה וויזוי דער רבי האט געוואלט, און זאלן נישט זיין דא קיין ערבוביא פון כל מיני קהילות און קרייזן, ווי קיינער איז משועבד צו קיין שום הנהגה.
דו מישט צוזאמען עטליכע זאכן, אבער נישט "אלע" זענען מודה צו דיינע ווערטער, ווייל ס'איז נישט קלאר.
בנוגע מען זאל נישט זיין אויסגעמישט מיט אנדערע קרייזן וועלכע האבן דעות כוזבות, איז מסתבר צו זאגן אז דער רצון פון רבין איז געווען מען זאל נישט וואוינען צו זאמען מיט זיי.
אויך איז דער רצון פון רבי'ן געווען מען זאל וואוינען צווישן אידן, און נישט אין די שמוציגע שטאטישע גאסן.
אויב דארט זאל זיין נאר איין הנהגה, איז דא וואס האבן קלאר געהערט אז דער רבי האט געזאגט פאר אנדערע רביים זיי זאלן אויך ארויסקומען קיין קרית יואל און דארט עפענען אן אייגענעם בית המדרש.
בנוגע סידור קידושין איז מסתבר צו זאגן אז דער רבי האט געוואלט אז עס זאל זיין אזוי ווי אין וויליאמסבורג, ווי יעדער ערליכער רב איז מסדר קידושין, און ס'איז נישט קיין שום מכשולות פון חופה וקידושין.
|
|
איך קען אויך צושטומען צו דיינע ווערטער, איך האב כמה פעמים געהערט פון אידן וואס געדענקן בשעת די רבי האט זיך ארויסגעצויגען קיין ק"י, אז ער האט געבעטן נאך פרומע ערליכע רבנים זאלן זיך ארויסציען און גרינדען זייער אייגענע קהילות אין מאנרא.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2010 04:03 |
|
| |
בכלליות ליגט אסאך אמת אין דיין לעצטע תגובה, און איך זע אז די נקודת הענין האט ביי דיר געקליקט.
דו שרייבסט: אז אלע זענען מודה אז מתחלה ווען ס'עלה במחשבה פון סאטמארע רבי צו מייסד זיין א אייגן שטעטל, האט ער אוודאי און אוודאי געוואלט אז זאל האבן איין הנהגה, איין קהלה, וואס ווערט געפירט מיט דעם סאטמארער שיטה וויזוי דער רבי האט געוואלט, און זאלן נישט זיין דא קיין ערבוביא פון כל מיני קהילות און קרייזן, ווי קיינער איז משועבד צו קיין שום הנהגה.
דו מישט צוזאמען עטליכע זאכן, אבער נישט "אלע" זענען מודה צו דיינע ווערטער, ווייל ס'איז נישט קלאר. בנוגע מען זאל נישט זיין אויסגעמישט מיט אנדערע קרייזן וועלכע האבן דעות כוזבות, איז מסתבר צו זאגן אז דער רצון פון רבין איז געווען מען זאל נישט וואוינען צו זאמען מיט זיי. אויך איז דער רצון פון רבי'ן געווען מען זאל וואוינען צווישן אידן, און נישט אין די שמוציגע שטאטישע גאסן. אויב דארט זאל זיין נאר איין הנהגה, איז דא וואס האבן קלאר געהערט אז דער רבי האט געזאגט פאר אנדערע רביים זיי זאלן אויך ארויסקומען קיין קרית יואל און דארט עפענען אן אייגענעם בית המדרש. בנוגע סידור קידושין איז מסתבר צו זאגן אז דער רבי האט געוואלט אז עס זאל זיין אזוי ווי אין וויליאמסבורג, ווי יעדער ערליכער רב איז מסדר קידושין, און ס'איז נישט קיין שום מכשולות פון חופה וקידושין.
דאס וואס דו שרייבסט אז מען זאל זיך פארנעמען נישט צו נעמען א בנן של קדושים ממלא צו זיין מקום אביו, איז נישט ריכטיג, ווייל מען געפינט שוין אין די תורה דעם געדאנק אז די התמנות פון כהונה און מלוכה גייט אריבער פון א טאטן צו א קינד, און דאס איז דער רצון השם. חוץ אויב דער זון איז כנגד התורה, און מען איז חושש אז ער האט א כוונה אפצופירן פונעם דרך אויף וואס מען גייט, דארף מען האבן מסירות נפש קעגן דעם, אבער דאס אז מען קען טרעפן אין די קהלה מענטשן וועלכע זענען מער פאסיג, מאכט דאס נאכנישט אז זיי זאלן זיין ראוי איבערצונעמען די הנהגת הקהלה, און ס'איז כדאי אנצומערקן, אז ביי די מלכי ישראל האט מען געטראפן געלונגענע מענטשן ווי ירבעם בן נבט וועלכע האבן חוטא ומחטיא געווען את הרבים, און מען האט געטראפן אנדערע מלכים וועלכע זענען נישט געווען אזעלכע גדולים בתורה ווי ירבעם בן נבט, אבער וויבאלד זיי האבן ליב געהאט און מכבד געווען די חכמי ישראל וגדולי תורה, האבן זיי אויפגעהויבן דעם קרן הקדושה מדן ועד באר שבע. דיינע פארשלאגן זענען בכלל נישט פראקטיש און דורכפירבאר, אבער במציאות איז עס אזוי, אז כאטש וואס דער רבי איז אינוואלד און איז נושא בעול אין יעדן דיטעיל, (וואס אויב ער איז א קלוגער מענטש איז עס נאר א מעלה) איז יעדע זאך וואס פארלאנגט א דעת תורה דורכגעטאן פון גדולי הוראה, וועלכע זענען דן על כל ענין וענין.
תוקן על ידי בעלהסבר ב- 19/02/2010 04:08:02
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/2/2010 19:05 |
|
| |
איך וועל זאגן דעם אמת, איך האב אזוי איבערגעטראכט די טענות ומענות דא איבערן ענין פון מרא דאתרא און דער מטרה פון סאטמארע שטעטל, איך קען פארשטיין די טענות פון מתנגדי ר' אהרן, און איך רעד אינגאנצן נישט סארקאסטיש, איך ווייס די חסידי ר' אהרן וועלן עס נישט גלייכן אבער איך האלט עטס וועטס איינזעהן אז ניכרים דברי אמת.דאס זעה איך זענען אלע דא מודה אז מתחלה ווען ס'עלה במחשבה פון סאטמארע רבי צו מייסד זיין א אייגן שטעטל, האט ער אוואדי און אוואדי געוואלט אז זאל האבן איין הנהגה, איין קהלה, וואס ווערט געפירט מיט דעם סאטמארער שיטה וויזוי דער רבי האט געוואלט, און זאלן נישט זיין דא קיין ערבוביא פון כל מיני קהילות און קרייזן, ווי קיינער איז משועבד צו קיין שום הנהגה. דאס איז אלעס פיין אין וואויל ווען דער איינער הנהגה איז מרוצה לכל, פירט זיך טאקע, לפי דעת תושבי הקרי' חסידי סאטמאר, אויפן דרך פונעם אלטן רבי'ן און יעדער איז משבחים ואומרים אויף די הנהגה, דאן איז דער מטרה פונעם רבי'ן פארפולקאמט, א סאטמארע שטעטל וואקסט אין בליט אפגעזונדערט פון אנדערע קרייזן ודעות. אבער וואס טוט זיך לו יצויר ווען דער איינער מאנאפאלער הנהגה פירט אוועק דער שטעטל פון סאטמארער שיטה, איך זאג נישט אז ס'איז אזוי במציאות אין קרית יואל, די בני יואל וועלן זאגן אז יא, און די אהרוניס נישט, אבער לו יצויר ווען למשל אזא איינער ווי דער בעלזער רבי זאל מאיזה סיבה ווערן רב אין קרית יואל און זיך רופן סאטמארער רבי, איז שוין אטאמאטיש דער גאנצער מטרה פונעם שטעטל חרוב, דער חלום פון סאטמארער רבי זצ"ל איז שוין חרוב, אדרבא, דער רבי וואלט שוין אין אזא פאל ווען ענדערש געבליבן אין וומ"ב, ווי מ'איז נישט געצווינגן צו זיין אונטער איין הנהגה וואס איז מנוגד פון די סאטמארע שיטה, ממילא צו זאגן אין אזא פאל אז די נפרדים מאכן חרוב דעם רבי'נס מטרה פון שטעטל, איז מהפך הקערה על פיה, ווייל אדרבא דער חורבן האט שוין לאנג פאסירט ווען דער גאנצער שטעטל ווערט אראפגעפירט פונעם רבי'נס שיטה, זיי פרובירן נאר בלית ברירה צו אפשוינען אז עכ"פ א חלק פון די תושבים זאלן זיך ווייטער פירן בדרכי רבינו. יעצט די חסידי ר' אהרן וועלן אוואדי טענה'ן אז די גאנצער ארגומענט איז נישט נוגע אהער ווייל לשיטתם איז ר' אהרן יא א קנאי און פירט זיך יא בשיטת סאטמאר בלי שום שנוי כ"ש, קען זיין יא קען זיין נישט, דאס איז א זאך וואס מ'קען זיך טענה'ן פון היינט ביז איבערמארגן אין קיינמאל פערטיגן, איך פערסענעלי האלט אויך אז ער איז א קנאי און די אלע טענות קעגן איהם בעניני ציונית איז שטותים, אבער דאס איז לעולם נישט קיין שום נפק"מ, ווייל אויב א גרויסער ציבור אידן אין קרית יואל, האלטן אז ער פירט זיך נישט בדרכי רבינו יואל, לשיטת הזאלויניס דער רוב, אבער אפי' זיי זאלן זיין דער מיעוט, אויב דער ציבור אידן איז א מיעוט דמינכרא, א ציבור פון הונדערטער אידן יראים ושלמים, קען מען אויף אזא גרויסער ציבור נישט ארויפצווינגען א געוויסער הנהגה, אפי' זיי זאלן זיין נאר א פערטל פון שטאט, אויב א גרויסע ציבור אידן האלטן אז דער הנהגה איז נגד התורה נגד וויזוי דער מייסד שיטה איז געווען האבן זיי א רעכט זיך אפציטיילן. איך האלט אז דער ברך משה, צו משה גבאי, האט געמאכט א גרויסער חורבן מיטן איינשטעלן אזא מין סיסטעם פון אריינשטעלן זיינע קינדער און אלע סאטמארע צענטערן בלויז פארן סיבה אז זיי זענען זיינע קינדער, איך האלט אז די 2 זאכן פון אדמורו"ת און רבנות וואלט געדארפט זיין 2 גענצליך אפגעטיילטע ענינים, דער אדמו"ר זאל טאקע גיין בירושה, צו דורך די קהלה, אבער דער ענין פון מרא דאתרא אין לאקאלער רבנות, וואלט יעדער לאקאל אין סאטמאר ווען געדארפט זיך אליינס ערוועלן א פרעמדער רב, לויט זייער געשמאק, אזא גאטונג ווי רב וואזנער אין לאנדאן, איינער וואס איז סיי מרוצה פאר די אנשי הקהלה און סיי נכנע אונטערן אדמו"ר, אזוי וואלט אסאך אסאך מחלוקה ווען פארמיטן געווארן איך ווייס אז חסידי ר' זלמן לייב זענען זייער פארליבט אין משה גבאי פארן צישטאנד ברענגען ר' זלמן לייב'ן אלס רב אין וומ"ב, אבער דער אמת איז אז אין א פערפעקט וועלט, וואלט ר' זלמן לייב זיכער נישט געווען דער ערשטער אויסוואל, אזא איינער ווי דער יאוואזשנער רב אדער ר' שמעי' גרינבוים, וואלט לכל הדעות ווען געווען א בעסערע קאנדידאט, נאר אזוי ווי מ'האט געמוזט אפשלאגן ר' אהרן האט מען געמוזט בע"כ נעמען איין אנדערן זוהן, דאס איז פונקט ווי א קינד זאל אויסגיסן א גלעזל מילך און זיך נאכדעם גרויסן אז ער האט עס אפגעווישט, גיס נישט און וויש נישט, ווען קרית יואל האט ווען א פרעמדער רב, און וומ"ב האט ווען א פרעמדער רב, (איך מיין נישט א נישט סאטמארע איך מיין נישט קיין זוהן) און דער אדמו"ר וואלט בלויז געווען דער וואס געבט נאר די פיינעל הסכמות און ברכות פאר יעדע זאך, נישט זיין אינוואלווד אין יעדער דיטעיל, וואלט סאטמאר ווען אסאך שענער אויסגעקוקט, און זיך פארמיטן אסאך מחלוקת, עגמות נפש, און חורבונות. איך האלט אז די 2 סאטמאר צדדים זאל זיך לערנען א לעקציע פון דעם, און זיך איבערטראכטן זייער אלטער דרך פון ממנה זיין רבנים, די מחלוקה צווישן ר' אהרן און ר' זלמן לייב איז שוין דערנאך דאס קען מען שוין לכאורה נישט צוריקדרייען, אבער קוקנדיג אויף פאראויס, יעדער חסידות פאר זיך דארף זיך טראכטן פון זייער עתידות. איך בעט חסידי ר' אהרן זאלן נישט מיך אראפרייסן, איך האלט אז איר וועט גוט אריינטראכטן וועט איר איינזעהן אז ס'ליגט אסאך אמת דא.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/2/2010 06:37 |
|
| |
נו פיר אויס, משא"כ אין אוהעל בערעגסאז קלויזענבורג גאלאנטא מונקאטש, די אלע רבנים פון יענע צייטן האבן יא געשטרעבט פאר קהלות נפרדות...
סקאטמאלן גיי שנעל זיך אונטערזוכן ווילאנג מ'קען נאך ראטעווען
|
|
|
|
| נשלח ב-18/2/2010 06:21 |
|
| |
הייסט אזוי, דער סאטמארער רבי אויף דער עלטער האט זיך ארויסגעשלעפט בארץ לא זרועה עפענען א נייע שטעטל אלעס נאר כדי מ'זאל שפעטער מאכן קהלות נפרדות, אזוי ווי מ'האט געטאן אין קלויזענבורג פון רב גלאזנער, דאס איז געווען זיין מטרה פון דעם שטעטל, ווייל סתם צו האבן א קהלה נפרדה אין וומ"ב, איז דאך נישט אינטערסאנט ווייל ס'דאך נישט פונקטליך וויזוי מ'האט געטאן אין איהעל און אין קלויזנבורג,
טאקע אויף האט דער רבי זיך אויסגעדריקט, איך האב גארנישט אויפגעטאן אויף דעם וועלט אן א שטעטל, די קהלות נפרדות האט איהם געדריקט!
1+1=חלה דעקל
|
|
|
|
| נשלח ב-18/2/2010 01:21 |
|
| |
| גערעכטער1 כתב: |  | איי פון צד הארונים האט מען נישט גיזען ביי די וואוטס קיין איין מגיד שיעור קיין איין שיינעם איד אין כמעט נישט קיין כולל יונגעלייט, אבער דעם שארמאשער מיטן טשאדער אין ר' שייע יאנקל האט מען יא גיזען |
|
די נידערטרעכטיגער1 ליגענער, קענסט טאקע קיינמאל נישט רעדן אן קיין ליגענט? ר' ברוך מיללער איז געשטאנען ביי די וואלן צוויי פיס אוועק פון מיר (און א פריערדיגע תגובה רעכנסטו אויס ר' ברוך מילער אלץ א משל פון ענקערע שיינע אידן וואס זענען נישט געווען ביי די וואלן). ער איז געגאנען מיט צווויי דריי באגלייטער.
די חילוק איז נאר, אז אינדערצייט וואס ענקערע שיינע אידן האט קיינער נישט מבזה געווען, האט איינער פון ענקערע חשובע אידענעס (אה מען זאגט אז זי קאמפעינט זייער נישט צו רעדן לשון הרע) באפאלן דעם שארמאשער רב שליט"א מיט חוזק ווערטער און שפעטערייען. ראו מה בין בני לבן חמי.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/2/2010 00:53 |
|
| |
בירא דשתית מינה מיא לא תשדי ביה עפרא דער לאמפ באלייכט דיר ווען אימער עס פעלט דיר נאר אויס, פארוואס ארויפשמירן אויף עם, און עם פארגלייכן צי ארונים,
|
|
|
|
| נשלח ב-18/2/2010 00:34 |
|
| |
כפרה, אונז רעד מיר דא אלע עניוועיס צום לאמפ
|
|
|
|
| נשלח ב-18/2/2010 00:27 |
|
| |
איך האב געזאגט 1000 ווייל איך האב מיך באצויגן צו סקאטמאלן אבער ס'וועט דיר זיין אומבעטעמט צו הערן אז ס'איז שוין געווען עטליכע מאל א אויסגאנג מיט א שמאלע דיפרענץ פון 500 שטימעס, ביי ר' מענדל שווימער ווי די בני יואלע רבנים זענען טאקע ארויסגעגאנגען שטימען אלס הכרת הטוב פאר ר' מענדל וואס ביי די ארונים איז נישט דא אזא זאך איז געווען א דיפרענץ פון 500, אויך ביי די טראסטי וואלן איז אויך געווען א דיפרענץ פון 500, נאר ביי די פאליטישע וואלן האט נישט יעדער באגריפן די וויכטיגקייט ארויסצוגיין און דארט איז טאקע געווען א דיפרענץ פון 1000 און איינמאל 1300 קענסטעך שפירן גוט כ'פארגונעס דיר.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/2/2010 00:21 |
|
| |
וואלןמה
איך וויל צולייגן איין זאך,
אויב ער געט אויף די רבנות איז דאך ווייטער דא נאר איין רב און שטאט,
ווייל שארמאשע רב האלט אויך נישט אז ק"י איז אזוי ווי וויליאמסברג, והראי' ער האט געפרעגט רשות פון דעם וואס ער האלט איז די מרא דאתרא,
במילא סקאט זיסער די פרעגסט א קשיא
איז דאס טאקע געווען זיין רצון? האט ער פארדעם זיך טאקע מוסר נפש געווען?
איז דער תירץ אויף דעם כזה,
וואס קען מען טון און אזא צייט ווען עס האט זיך אריין געריקט,
נאך איינער וואס איז אנערקענט אלס א ק"י רב
און די רבי האט געוואלט נאר איינס,
וואס איז בידו פון הגה"ק וואס גייט אויס פארן רצון פון רבין צי טון אז עס זאל נאר זיין איין בעל הבית און ק"י
ער קען אפטרעטן דאן וועט אלע פראבלעמן זיין געסאלפט,
תוקן על ידי זמן_כפרה ב- 18/02/2010 00:23:38
|
|
|
|
| נשלח ב-18/2/2010 00:04 |
|
| |
סקאטמאלן, לו יצויר די רבי האט נישט געוואלט קרית יואל זאל האבן מער ווי 1 רב, איז אבער די שאלה וואס ברענגט דיך צו טראכטן אז די רבי האט געוואלט אז דער איינער זאל זיין ר' אהרן ? סא לאמיר שוקל זיין דע צוויי ספיקות, 1 צד שרייט די רבי האט געוואלט 1 מרא דאתרא און די אנדערע צד שרייט גערעכט אבער מן יימר אז ער איז דאס,
דעריבער אלס ארוני, רעד ליבערשט נישט וואס די רבי האט יא געוואלט און וואס ער האט נישט געוואלט....
|
|
|
|
| נשלח ב-18/2/2010 00:03 |
|
| |
אזוי? לויט די זאליס לערנען נישט אין די ישיבה מער פין 250 בחורים, אין האלב פין זיי זענען אינטער 18 יאר, יעקב מאיר פערענץ שווערט זיך אז דע FBI האט עם גיזאגט אז סאיז אימעגליך צי פעלשן, אבער האק אין בראק, דע טויזענט וואטס זענען דע בחורים!!! אין די 12 המספיק פאציענטן!!!, איי פון צד הארונים האט מען נישט גיזען ביי די וואוטס קיין איין מגיד שיעור קיין איין שיינעם איד אין כמעט נישט קיין כולל יונגעלייט, אבער דעם שארמאשער מיטן טשאדער אין ר' שייע יאנקל האט מען יא גיזען, דאס איז זיכער אז ווען אלע ארונים גייען וואוטן וואלט מען גיהאט איבער 2000 מער שטימען, פארגעס נישט פין די ישיבה זענען 4 בחורים וואס אופן אידישן זענען זיי שוין גיווען 18 יאר אבער אופן גואישן האט נאך גיפעלט אפאר טאג אין מיט מסירה האט מען זיי ארעסטירט, סא איז זיכער אז ביי די ארונים קען טאקע נישט זיין קיין פעלשערייען,
|
|
|
|
| נשלח ב-18/2/2010 00:02 |
|
| |
ער האט געוואלט עס זאל זיין אזוי ווי אינדערהיים,
און אזוי איז טאקע געווען אינדערהיים,
אויב די הויפט קהילה האט זיך נישט געפירט ווי עס דארף צי זיין,
האט מען זיך אפגעטיילט פון זיי אינגאנצן,
ווען דער רבי בלייבט ווען און וויליאמסברג,
און עס שטייט אויף אזא הגה"ק,
וואס וואלטן די אלע אזוי געריפענע שונאים געטון?
קיינער וואלט זיך נישט געפלאגט צו בויען א נייע קהילה,
א יעדער וואלט זיך פלאצירט ערגעץ און איינע פון די עקזסטירנדע בתי מדרשים,
און געשיקט די קינדער און שאפראן, צעלעם, קראלע, וכדומה,
וואס וואלט געבליבן פון סאטמאר?
סאטמאר אליין איז דאך געווארן וויזניץ וכדומה,
און די אנדערע וואלטן זיך ציזייט און ציוואסערט און שטאט,
אזוי ארום האט די רבי געמאכט א שטעטעל עס זאל זיין אזוי ווי אינדערהיים,
און די אלע אידן וואס האבן נישט מסכים געווען צי די אלע שנוים פון הגה"ק,
און זיי האבן געוואלט ווייטער אנגיין מיטן אלטן דרך אן התחכמת,
זיי האבן נישט געהאט ווי ציזייט און ציוואסערט צי ווערן,
נאר זיי האבן זיי האבן זיך געדארפט אליין בויען קהילת נפרדות, וכך הוה
תוקן על ידי זמן_כפרה ב- 18/02/2010 00:08:12
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2010 23:59 |
|
| |
זייער א פשוט'ע פראגע, למשל אויב חלילה אז עס וואלט זיך געמאכט אז דער סאטמאר'ער רב זי"ע האט געעפנט א שטעטל, מיט'ן ציל אז אידן זאלן דארט זיך פירן על פי תורה, ויהי היום עס איז געלונגען פאר איינעם צו ווערן בעל הבית אין שטעטל, און ער פירט עס נישט על פי תורה, וואס וואלט געווען דעם סאטמאר'ן רבי'ן זי"ע מיינונג, אז מען זאל זיך לאזן פירן פון דעם מענטש, כדי עס זאל זיין אחדות, און מען זאל זיך "האלטן צוזאמען", אדער די ערליכע אידן זאלן זיך צוזאמען נעמען און מאכן א קהלה נפרדת על פי התורה?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2010 23:32 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | פארדעם האלט ער אין איין געווינען וואלן מיט א קלארע מערהייט פון בערך 1000 שטימען |
|
נאך א מזל ר' אהרן האט נאכנישט געהאט אין מה' א ישיבה מיט 800 בחורים, מיט שערי חמלה און המספיק פאציענטן, ווען יא וואלט ער געוואונען מיט 1000 שטימעס און מיר וואלטן אלע געווען אויף צרות
חסדי ה'
|
|
|
|
|