מאדנע, מיר דערמאנט עס ווען א געוויסער תמימות'דיגער רב האט געזאגט אז מ'האט שוין געגעסן דרייסיג יאר נבילות וטריפות אין אמעריקע...
כדי צו האקן אויף די הנהגה זענען זיי גרייט צו מאכן דעם רבי'ן זי"ע און גאנץ כלל ישראל פאר שקצים ורמשים, אבי יענער כאפט אפשר א שנעלקע.
בנוגע דעם בריוו פון דעם וואלדמאן און זיין 'הכשר' וויל איך נאר דערציילן א קורצע מעשה וואס כ'האב געהערט פון אן עד ראי'.
ווען מ'האט געבויט די מקוה אין חרדים, וואס איז אויך אונטער די הכשר פון דעם וואלדמאן, איז יענער עד געשטאנען דערביי ווען ר' שמעון משה איז אנגעקומען א טאג נאכן גיסן די מקוה און זלמן לייב וואלדמאן האט אים געוויזן פונקטליך וויאזוי ער האט נעכטן געגאסן די מקוה... און אויף די מקוה קען ער מסתמא אויך שרייבן אז ס'איז עומד "תחת השגחתי בתכלית הכשרות והידורים"...
און אזעלכע אידן ווילן זיין די מנהיגים פון כלל ישראל.
באלד גייט נחום רז''ב מיט י' שטיין אנדעקן פין די 'אינטערנעט' אז שטיין זאלץ ארבעט נישט אזוי גיט ווי ים זאלץ איי די רבי זיכרונו לברכה..... ער האט נישט געוויסט..... (עי' ערך נצי''ב ודברי מלכיאל ושאר פוסקים)
נשלח ב-15/2/2010 21:39
עס איז קאמיש ביז גאר אז די היילגע שחיטה פין וואס דער וואלדמאן רעדט איז נישט קיין אנדערע פין די סקווירא שחיטה - דער וויזניצער איידעם.....
זעהט אויס אז 'דער' וויזניצער איידעם האט יא נאמנות....