הג''ר חיים גריינימאן שליט''א באזוכט אפיס פין מרכז מוסדות סאטמאר ב''ב
גענומען פין גליון בקודש חזיתיך
פארגאנגענעם ב' בשלח זענען די איינגעשטעלטע אינעם אפיס פין די סאטמארע מוסדות אין בני ברק איבעראשט געווארען פין דעם פלוצלינג'דיגע באזוך פין הגאון רבי חיים גריינימאן שליט''א פין די גרעסטע תלמידים פין דודו מרן החזון איש ז''ל
וועלכע האט זיך אליין מטריח געווען ארויפצוקומען אין אפיס מיט א סכום געלט
אין האט געזאגט אז זינט די הולכים לערכעות האבען אויפגעהערט צו באצאלען די רענט פאר די אולם התמר וועלכע געהערט פאר די מוסדות אין די דריי גרויסע בתי דינים אין בני ברק האבען ארויסגעגבן א בריוו אז מ'טאר נישט געבן קיין געלט פאר די גנבים,
האט ער מקפיד געווען אז זיינע אייניקלעך זאלען נישט חתונה האבען דארט
אבער אזווי די וואך איז געשעהן מושים סיבות שונות א אויסנאם ווי עס איז יא פארגעקומען א חתונה פין זיין אייניקעל, אין ער וויל נישט מ'זאל עובר זיין אויף די הארבקייט פין גזילה אין קיין שאלות אויף די קדושין, באצאלט ער די סכום פאר די הנהלות המוסדות.
די מעשה האט געהאט א שטארקע אפקלאנג אין שטאט
|
|