בית פורומים אידישע געדאנק

היפאקריטיע:ר' אהרן מסדר קידושין און לאנדאן, אנע רשות פונעם מרא דאתרא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/2/2010 20:20 לינק ישיר 
היפאקריטיע:ר' אהרן מסדר קידושין און לאנדאן, אנע רשות פונעם מרא דאתרא





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2010 20:23 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2010 20:23 לינק ישיר 

פאר די 'בחדרי חדרים' באזוכער, וואס כאפען זיך אויך אריבער צום אפיציעלן אהרוני פארטיי פורום- כל העולם כולו, איז נישט פרעמד דעם אויסדריק "נאר איך מעג און די טארסט נישט", די דאזיגע פראזע ווערט דארט אפט באנוצט ווען די דארטיגע מיקראסאפישע קעפלעך פילן אן גאנצעטע בלעטער מיט דמיונות און חזיונות צוגלייך, און פראבירען צו פארבען דאס בילד ווי גלייך דער סאטמארע קהלה-(מהר"יי) זוכט צו באהערשען דער גאנצע וועלט, און טוען אפ דאס ארגסטע בו ובזמן זיי רייסן אראפ און קריטעקירען אנדערע פאר די זעלביגע חטאים.

איך וועל נישט אריינגיין אין קיין דיסקאסיע מיט די קינדישע טונט גיסער פון דארט (אגב, האב איך באמערקט אז די גרעסטע פליק וואס מען קען געבן דא אויף הייד פארק איז צו באצייכענען עימעצן אלס קינדיש, דער שרייבט ווי א קינד, יענעמס קינדישע ארטיקל, דער בחורישע פורום, אא,וו... ) איך וויל נאר פארציילען א געשיכטע -וואס ווער עס וויל קען עס נאכגיין צו באשטעטיגען איר ווארהייט- וואס וועט קלאר צייגען אז טאקע די זעלבע פרה דאתרה וואס דרייט יעצטט איבער א שטאט צו פארלאנגען זיינע מכלומרשטע רעכטען, און שאנטעזירט רבנים מיט די מיאוסטע לאזינגען, און האבען זאגאר יעצט געשאסען זייער גרעסטע קאנאן -וואס ווערט שוין אזוי אוועקגעלייגט און געהאלטען אויף אייז פאר גאנצע צעהן יאר פאר אזא וויכטיגע געשעהניש- מיטן לאנטשען די פארעווע דרשה פון ר' געציל דיין.

טאקע דער זעלביגער -און איך וועל רופן דאס קינד ביים נאמען- ר' אהרן טייטעלבאם האט זיך דערוואגט מסדר קידושין געווען אן דעם רשות פונעם מרא דאתרא, און טאקע א מער קאמפעטענטע מרא דאתרא ווי אונזער מאסקאווי גלילות רב

ומעשה שהיה כך היה: מיט בערך צעהן יאר צירוק (איך ווייס נישט דעם פינקטליכען דאטום ווער עס האט מער אינפא. איז געלאדענט מגיב צו זיין) איז ר' אהרן דינן געפארען קיין ארץ ישראל, אונטערוועגענס האט ער געמאכט א סטאפ אין לאנדען צו די חתונה פון הנגיד ר' יעקב יושע פריעדמאן פון בראזיל א שטארקע שטיצער זיינעם, וואס האט חתונה געמאכט מיט ר' יעקב יצחק גרינפעלד פון לאנדען, ר אהרן איז נתכבד געווארען מיט סידור קידושין טראץ דעם וואס אין לאנדען האט דאן געלעבט און געווירקט הרב פאדווה ז"ל, איך ווייס נישט אויב די צוויי - רא"ט מיט הרב פאדוה ז"ל- האבן זוך נישט געגליכען, אדער סתם אזוי די האט די עגאאיסטישע נאטורען פון ר' אהרן געטון דאס זייניגע, און ר' אהרן האט אנגענומען דעם כיבוד און האט טאקע מסדר קידושין געווען.

די געשיכטע גייט נאך ווייטער פרייטאג צו נאכטס האט פאסירט א טראגעדיע, ווען די מוטער יעקב יושע איז פליצלינג צוזאמגעפאלען, און מען האט איר געדארפט אריינפירען אין שפיטאל און א קריטישען צושטאנד (לויט באריכטען האט זי דאן באקומען יענע מחלה, נישט נאכגעגאנגען) ר יעקב יושע ווען ער האט געזעהן כי כלתה אליו הרע איז שנעל אריבערגעלאפען צו הרב פאדוה אז ער זאל אים מוחל זיין, הרב פאדוה האט אבער בשום אופן נישט געוואלט מוחל זיין אויפן פגיעה אינעם מרות פונעם רב טראץ די גרויסע סכומים וואס יעקב יושע האט אים געוואלט דערלאנגען.

קאמענטארען אויף די געשיכטע איז גענצליך איבעריג, סך הכל איז, אז ר' אהרן-דער וויליכער רב- האט נישט געצעגערט קיין מילי-סעקונדע מסדר קידושין צו זיין אין א שטאט מיט א שטאנדהאפטיגע מרא דאתרא , און יעצט פארפירט ער און דרייט איבער א שטאט, אויף דעם וואס מען איז מסדר קידושין אין קר"י ווי ער איז קלאר נישט קיין מרא דאתרא, חוץ אויף די וויליזש אפיסעס און די סוער טענק.

בכגון דא אמרינן 'היפאקריטיע'...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2010 20:25 לינק ישיר 
רב"צ לאוב פארשריגען

אגב אז מען רעדט שוין וועגן די סידור קידושין סאמאטוכע, האט מיר א חבר -א פאיע מתפלל- פארציילט אז זינט די העצערישע רעדע פון רב"צ לאוב, געפונט זיך דער לעצטער נישט דאס ארט אינעם פאיע ביהמ"ד, ווי דער מוצ"ל וואס איז קוים ארויס פון די ווינדלען דאווענט געווענליך שחרית אין די קליינע נאכמיטג שעות.

די פאיע עולם -וואס באשטייט מערסטענס פון מיטעליעריגע און עלטערע אידן וואס קענען באלד זיין זיין זיידע-אפשייען אים און גרויסען, און עטליכע האבן זיך שוין גענומען דעם קוראזש אים צו ווייזען די טיר פון אינדרויסען און אים פארשריגען ברבים.

כה לחי!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2010 20:34 לינק ישיר 

ווען זיי טוהן עס הייסט עס טעראר
די האסט עס פארגעשריגען

וויאזוי זאגסטו נאר היפאקריטיע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2010 20:52 לינק ישיר 

יא דאס הייסט גיווינען, מיר זאליס זענען אייביג די גיווינערס, אויב פאלט אינז ביי צי שרייען אוף רב''צ לאב, שרייען מיר, צי דאס איז אין ראדני צי אין פאיע צי ביי א חתונה צי אין בית החיים, מיר זענען בעל הבית, אין קיינער וועט אינז נישט אנטיילן, זאלן די אהרונים קראכן, מיר שרייען ווען אימער מיר ווילן אין פארטיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2010 20:56 לינק ישיר 

סאיז נישט שיין אוועק צי גיין פין די מען פוינט וואס איינער זאגט אין נעמען א נארישע זאך אין די זייט אין רעדן נאר פין דעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2010 20:59 לינק ישיר 

קוק די חילוק צדיקל!

יונגע בחרים וואס ווייסען קוים וויאזוי זיי הייסען באפאלען עלטערע רבנים מיט קללות נמרצות און שיסן אויס פענסטער און זייערעהייזער און בתי מדרשים-טעראר הוא
עלטערע אידן אריינגערעכנט ערענסטע אידן נעמען אפיר דעם יונגן מוצ"ל מיטן פרעכן מויל פאר זיין חוצפה און ווילן אים נישט האבן ביי זיי אין ביהמ"ד-מחאה הוא
די חילוק איז נאר פאר דיר זיסקייט! פאר דיין טאטע און פאר אלע טאטעס דארף מען עס נישט מסביר זיין זיי פארשטייען שוין אליין
אקעי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2010 21:02 לינק ישיר 

איך הער דער ראט איז אויך נעכטען פארשריגן געווארן ביי א חופה און פאראדייס אור ק"י. וויסט איינער מער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2010 21:07 לינק ישיר 

הרב חכם מעדאף הארוויץ האט עם געוואטשט זייער גיט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2010 21:42 לינק ישיר 

הרב פאדווא איז אזוי לאנדאנער רב ווי הרב יצחק טוביה ווייס איז ירושלימער רב

אין לאנדאן איז אלעמען געווען 5-6 קהילות איינצ דערפון איז כדתיא
רוב די קהילות זענען שוין היינט נישטדא אבער עס איז נאך אלץ דא מער מאדערענע קהילות
אויב עפעס איז הרב ערנטרוי לאנדאנער רב
בסך הכל איז כדתיא די היימישסטע קהילה אין רוב תושבה סטעמפארד היל זענען חברים אין דעם קהילה
אבער צו זאגען אז ער איז רב דמתא? מן דכר שמיה

אפשר מעג מען נישט מסדר קידושין זיין אין ירושלים אן רשות פון ר' טוביה ווייס? כאילו דא אנדערע קהילות האבען שייכות מיט די עדה החרדית חוץ פון הכשר פראדוקטען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2010 21:46 לינק ישיר 

אין אין ק"י קענסטו נישט זאגן די זעלבע פשעטיל אז די קענסט יא זאג אויך אין ק"י



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2010 22:16 לינק ישיר 

רבינחום זעט אויס צו זיין יואלי808'ס טרענסילעטאר...

ער האט ס'אזוי גוט ארויסגעברענגט צום פינטל. בטוב טעם ודעת.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > היפאקריטיע:ר' אהרן מסדר קידושין און לאנדאן, אנע רשות פונעם מרא דאתרא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext