איך האלט אז די אהרוינים טוען א נארישקייט, זיי קענען מאכן א שווייג, עס וועט זיי נישט שאטן ווייל בני יואל וועט סיי ווי בלייבן אפען! זיי וועלן גארנישט האבן פון ארויספאקן נאכאמאל און נאכאמאל אלטע איסורים. די נארישקייט איז אז זיי שיסן זיך אליינס אין די פיס!
איבערקייען די איסורים וועט האבן דעם פארקערטן אפעקט, עס וועט לייגן פרעשער אויף די רבנים אז זיי זאלן שרייבן אז כהיום איז נישט דא א איסור אויפן מוסד!
זיי האבן נאר פארגעסן צו אויסמעקן די דאטום נעקסטיים וועט מען דאס געבן פאר'ן גוגל הדור צו מאכן
נשלח ב-17/2/2010 23:21
ווער עס קן א ביסעל היסטאריע ווייסט אז הרב ר' משה מענדל ווייס (טירנויער) האט געפירט גאר א שטארקע מערכה קעגן הגה''צ ר' שמיע' שווארטץ ז''ל דער רב פון די סאטמארע קהלה און מאנטריאל,
ער האט פארפירט מיטן גרעסטן אס טעמפער,כדרכו, אז ר' שמעי איז בלינד און אלט, ער טאר שוין נישט פסקענען קיין שאילות, וד''ל
אונטערסאנט אז דא האט אונזער גוטע פריינד ר' משה מענדל זיך יא פארלאזט אויף א בריוו וואס רבינו דער ברך משה האט געשריבן און די עלטערע יארן, ממש א פלא,
חיים דוד כ"ץ האט נישט אינטערגעשריבן ווייל זיין שווער רב פאדווא (וואס איז דא יעצט לכבוד די חתונה פין חיים דוד כ"ץ), האט אים נישט געלאזט אינטער שרייבן ווייל ער איז א מרא דאתרא אין ער פארשטייט דעם חומר הענין. פארדעם האבן זיי אפגעהאלטן די בריוו פאר א וואך.
נשלח ב-17/2/2010 19:28
שלש מאות ושלש עשרה מצות נאמרה למשה בסיני, בא הלישקע והעמידן אל אחת ר' אהרן טייטלבוים
נשלח ב-17/2/2010 19:10
די בריוו איז אינטער געשריבן געווארן כ"ו שבט דאס איז פאריגע וואך מיטוואך פארוואס איז עס נישט געווען אין דער איד???
נשלח ב-17/2/2010 19:06
דער ארגינעלער טעקס פונעם "פסק בית דין".
פסק ביד"צ
הננו בזה לגלות דעתינו דעת תורה, אשר כל התרי"ג מצוות שיש להם שייכות עם ר' אהרן ט"ב בטלים ומבוטלים, את אשר אוסר מותר, ואשר מתיר אסור בתכלית האיסור.
ולאחר ישיבת בי"ד נמנו וגמרו שמנו מחדש מספר העשין והלאווין ומצאו שס"ה מצוות עשה ורמ"ח ל"ת, ונמצא שקרוב האדם לשכר יותר מלהפסד וגמרו כי נוח לו לאדם שנברא, ויכולין לברך ברכת יוצר האדם בלי שום פקפוק.
אדר שנת תש"ע
הק' ישראל חיים מנשה פריעדמאן
הק' משה מנחם טירנויער
הק' שלמה יודא וויינבערגער
הק' יקותיאל יודא פילאפף
הק' ארי' ראזענפעלד