בית פורומים כל העולם כולו

בעלזער קהילה רעכטן אין י"ם, בהסכמת בי"ד דסאטמאר?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/2/2010 08:28 לינק ישיר 
בעלזער קהילה רעכטן אין י"ם, בהסכמת בי"ד דסאטמאר?

פאר 25 - 30 יאהר צוריק האט געפלאמט א פייער אין ירושלים, ווען כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט זיך אפגעטיילט פין די עדה החרדית און געפענט אן אייגענע קהילה (בי"ד, שחיטה, כשרות, בית הוראה).

אין די לעצטע טעג איז נתפרסם געווארען א "פסק דין" פין די בי"ד וואס פארריפט זיך בי"ד קיט"ל דסאטמאר, וואס לפי די פסק האט "בעלזא" דאן געהאט אלע רעכטן צו עפענען אן אייגענע קהילה.

זענען מיר שוין טאקע אין ימות המשיח?



תוקן על ידי קונצען ב- 18/02/2010 08:30:49



תוקן על ידי קונצען ב- 18/02/2010 08:32:36




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2010 21:48 לינק ישיר 

אגב אין בני ברק איז יא דא פיצא געשעפטן פון שארית ישראל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2010 18:33 לינק ישיר 

דא האט איר ווער צוברעכט די חומה מיט בעלז!!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/2/2010 17:47 לינק ישיר 

דרשת כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, במעמד ייסוד הקהילה והכתרת הבי"ד "קהל מחזיקי הדת".

http://www.zshare.net/audio/72746905dd59a69e/



תוקן על ידי קונצען ב- 19/02/2010 17:58:18




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/2/2010 23:12 לינק ישיר 

באבע_מעשה כתב:
 
איך געדענק נאך ווען נאר הרב לאנדו פון ב"ב האט גיקינט מסדר קדושין זיין און ב"ב ביז הרב ש"ך האט און איין נאכט געפענט 5 זאלן ביי דעם פורץ גדר וגשל און אלע ליטווישע זענען דארט געגנגען חתונה מאכן

און הרב לאנדו איז נישט געווארן אויס רב פון שטאט פיצה קען מען נישט קויפן און א סטאר און ב"ב ווייל ער לאזט נישט


כשמו כן הוא, א ריכטיגע באבע מעשה, אין בני ברק איז קיינמאל נישט
געווען אייגעפירט אז נאר דער מרא דאתרא איז מסדר קידושין, דארט
האבן אייביג מסדר קידושין געווען סיי ווער, דער גאנצער ענין האט צוטוהן
מיט די תקנה פון די שטאט, און דארט איז קיינמאל אזא תקנה נישט געווען,
וואס די ליטוואקער האבן יא פרובירט צו טוהן און אין א געוויזן זין מצליח געווען
איז צו ברעכן דעם מאנאפאל אויף השגחות, אין בני ברק האט נישט עקזעסטירט
אז מען זאל נעמען א צווייטן בעל מכשיר ביז די ליטוואקעס האבן פורץ גדר
געווען און האבן מצליח געווען אבער אין א גאר קליינעם פארמאט, הרב לאנדא'ס
השגחה איז נאך עד היום פון די אנגענומענסטע השגחות אין די וועלט. אמת, ער
לאזט נישט פארקויפן קיין פיצה אין בני ברק, (אפילו ווי ער איז נישט בעל מכשיר)
ווי אויך סאלאטן וואס מען דארף בודק זיין לאזט ער אויך נישט נוצן, און יעדער פאלגט
עם,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/2/2010 21:56 לינק ישיר 

קוק די נוסח פין די בריוו
עס כאפט א גרויל

כאילו דער דיין וועם רביה''ק האט אליין געשטעלט איז א בוקי סיריק, אין א מוציא לעז.......

עס פאסט עכט פאר היידפארק שרייבער

השנאה מקלקלת את השורה, א ריכטיגער אפטייטש
וויאזוי דיינים שרייבן אינטער זייער נאמען אויף אזא שמיציג צעטיל, אלעס ווייל זיי ווילן ''מתיר'' זיין.....

אז זייערע דיינים קוקען אזוי, וואס קען מען ערווארטען פין זיי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/2/2010 20:17 לינק ישיר 

איך געדענק נאך ווען נאר הרב לאנדו פון ב"ב האט גיקינט מסדר קדושין זיין און ב"ב ביז הרב ש"ך האט און איין נאכט געפענט 5 זאלן ביי דעם פורץ גדר וגשל און אלע ליטווישע זענען דארט געגנגען חתונה מאכן

און הרב לאנדו איז נישט געווארן אויס רב פון שטאט פיצה קען מען נישט קויפן און א סטאר און ב"ב ווייל ער לאזט נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/2/2010 18:44 לינק ישיר 

הרב לעקסינגטאן: זיי נישט אזוי דערשראקען,

דער לייצנות בית דין מאכט נישט חרוב די וועלט, זיי זענען נישט בכוח, דאס לייצנות וואס דער לישכע בית דין שטעלט מיט זיך פאר, איז דאך איום ונורא, קיין שום רעכט דענקאיגער בר נש, האלט נישט אז דער פורים ב''ד האט דא עפעס געמיינט מיטן באשעפער, יעדער ווייסט אז דאס פורים צעטל, איז אזוי אלע אנדערע פורים צעטליך, 100% ריין פאליטיק, לשם פאליטיק, עס האט מיט יודישקייט גארנישט,

אגב די פאליטיקאנטען שרייבן אז עס זענען דא 2 קהילות, און איינע איז נישט משובד צום צווייטען, יעדע קהלה קען טאן וואס ער וויל,

איז דאס נישט קיין סתירה צו די ''מעכטיגע בוגדים'' צעטיל וואס דער לישכע ב''ד, האט פאבלאצירט א פאר יאר ציריק?

אויב קהילות מעג זיך אפטיילען, דאן פאר וואס זענען 107 ראשי קהלה באטיטלט געווארן אלס ערשט קלאסיגע בוגדים, דירוך די זעלבע פאליקאנטען?

גיי פרעג א קישא אויף א פאלאטישען!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/2/2010 16:27 לינק ישיר 

לדעתי איז די גרעסטע חורבן פאר יודישקייט נאכן מיטמאכן די חורבן פון קראים-בייתוסים-צדוקים-מינים-אפיקורסים-וכו'-שבתי צבי ימ"ש- פראנקיסטן-קריסטן - רעפארמער- ציונים

היינט צוטאגס איז די גרעסטע חורבן נאך ציונות איז די חורבן וואס די פורקי עול האבן דא אנגעמאכט זיי האבן אנגעמאכט א חורבן אין לשער אויב איז נישט געווען גענוג מחלוקות און מלחמות אין קהלות אין שטעטעלעך פארן קריג אין מערערע פלעצער און ליידער האט היטלער ימ"ש שלום געמאכט - און א גרויס טייל מחלוקת זענען פארגעסן געווארן

האבן די דאזיגע הפקר יונגען ארלעדיגט אהערצוברענגען אלע אלטע מחלוקת און חורבנות מיטן אינטערשרייבן אויפ פאשקעוויל וואס די היפאקרעסי און הפקרות - דאס צביעות שרייט עד לב השמים

די באנדיטן האבן ממש די תורה אין זייער האנט כחומר ביד היוצר - ממש ווי ס'שטייט אינעם ווידוי פון רבינו ניסים את אשר התרת אסרתי ואת אשר אסרת התרתי

אויב סינאך ערגעץ ווי ביי כלל ישראל אין סיי ווי אין די וועלט פארהאנען עפעס אויטאריטעט האבן זיי עס יעצט אונטערגעברענגט

                                                                       "ותוצאותיו מי ישורנו"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בעלזער קהילה רעכטן אין י"ם, בהסכמת בי"ד דסאטמאר?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext