בית פורומים כל העולם כולו

דעבאטע וועגן מרא דאתרא אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/2/2010 23:22 לינק ישיר 
דעבאטע וועגן מרא דאתרא אין קרית יואל

איך האב אזוי איבערגעטראכט די טענות ומענות דא איבערן ענין פון מרא דאתרא און דער מטרה פון סאטמארע שטעטל, איך בין געקומען צו די הכרה אז מ'קען דערהערן די טענות פון מתנגדי ר' אהרן, איך ווייס די חסידי ר' אהרן וועלן עס נישט גלייכן אבער איך האלט עטס וועטס איינזעהן אז ניכרים דברי אמת.

דאס זענען אלע מודה אז מתחלה ווען ס'עלה במחשבה פון סאטמארע רבי צו מייסד זיין א אייגן שטעטל, האט ער אוואדי און אוואדי געוואלט אז זאל האבן איין הנהגה, איין קהלה, וואס ווערט געפירט מיט דעם סאטמארער שיטה וויזוי דער רבי האט געוואלט, און זאלן נישט זיין דא קיין ערבוביא פון כל מיני קהילות און קרייזן, ווי קיינער איז משועבד צו קיין שום הנהגה.

דאס איז אלעס פיין אין וואויל ווען דער איינער הנהגה איז מרוצה לכל, פירט זיך טאקע, לפי דעת תושבי הקרי' חסידי סאטמאר, אויפן דרך פונעם אלטן רבי'ן און יעדער איז משבחים ואומרים אויף די הנהגה, דאן איז דער מטרה פונעם רבי'ן פארפולקאמט, א סאטמארע שטעטל וואקסט אין בליט אפגעזונדערט פון אנדערע קרייזן ודעות. און דאן וואלט יעדער מודה געווען אז דער מרא דאתרא איז דער אויסשליסליכער אטעריטעט אין קיינער דאר מסדר קידושין זיין שלא ברשותו אזוי ווי בימי ר' יואל זצ"ל.

אבער וואס טוט זיך לו יצויר ווען דער איינער מאנאפאלער הנהגה פירט אוועק דער שטעטל פון סאטמארער שיטה, איך זאג נישט אז ס'איז אזוי במציאות אין קרית יואל, די בני יואל וועלן זאגן אז יא, און די אהרוניס נישט, אבער לו יצויר ווען למשל אזא איינער ווי דער הייניטיגער בעלזער רבי זאל מאיזה סיבה ווערן רב אין קרית יואל און זיך רופן סאטמארער רבי, איז שוין אטאמאטיש דער גאנצער מטרה פונעם שטעטל חרוב, דער חלום פון סאטמארער רבי זצ"ל איז חרוב ונחרב, אדרבא, דער רבי וואלט שוין אין אזא פאל ווען ענדערש געבליבן אין וומ"ב, ווי מ'איז נישט געצווינגן צו זיין אונטער איין הנהגה וואס איז מנוגד פון די סאטמארע שיטה, ממילא צו זאגן אין אזא פאל אז די נפרדים מאכן חרוב דעם רבי'נס מטרה פון שטעטל, איז מהפך הקערה על פיה, ווייל אדרבא דער חורבן האט שוין לאנג פאסירט ווען דער גאנצער שטעטל ווערט אראפגעפירט פונעם רבי'נס שיטה, זיי פרובירן נאר בלית ברירה צו אפשוינען אז עכ"פ א חלק פון די תושבים זאלן זיך ווייטער פירן בדרכי רבינו.

יעצט די חסידי ר' אהרן וועלן אוואדי טענה'ן אז די גאנצער ארגומענט איז נישט נוגע אהער ווייל לשיטתם איז ר' אהרן יא א קנאי און פירט זיך יא בשיטת סאטמאר בלי שום שנוי כ"ש, קען זיין יא קען זיין נישט, דאס איז א זאך וואס מ'קען זיך טענה'ן פון היינט ביז איבערמארגן אין קיינמאל פערטיגן, איך פערסענעלי האלט אויך אז ער איז א קנאי און די אלע טענות קעגן איהם בעניני ציונית איז שטותים, אבער דאס איז לעולם נישט קיין שום נפק"מ, ווייל אויב א גרויסער ציבור אידן אין קרית יואל, האלטן אז ער פירט זיך נישט בדרכי רבינו יואל, לשיטת הזאלויניס דער רוב, אבער אפי' זיי זאלן זיין דער מיעוט, אויב דער ציבור אידן איז א מיעוט דמינכרא, א ציבור פון הונדערטער אידן יראים ושלמים, קען מען אויף אזא גרויסער ציבור נישט ארויפצווינגען א געוויסער הנהגה, אפי' זיי זאלן זיין נאר א פערטל פון שטאט, אויב א גרויסע ציבור אידן האלטן אז דער הנהגה איז נגד התורה נגד וויזוי דער מייסד שיטה איז געווען האבן זיי א רעכט זיך אפציטיילן.

איך האלט אז דער ברך משה, צו משה גבאי, האט געמאכט א גרויסער חורבן מיטן איינשטעלן אזא מין סיסטעם פון אריינשטעלן זיינע קינדער און אלע סאטמארע צענטערן בלויז פארן סיבה אז זיי זענען זיינע קינדער, איך האלט אז די 2 זאכן פון אדמורו"ת און רבנות וואלט געדארפט זיין 2 גענצליך אפגעטיילטע ענינים, דער אדמו"ר זאל טאקע גיין בירושה, צו דורך די קהלה, אבער דער ענין פון מרא דאתרא אין לאקאלער רבנות, וואלט יעדער לאקאל אין סאטמאר ווען געדארפט זיך אליינס ערוועלן א פרעמדער רב, לויט זייער געשמאק, אזא גאטונג ווי רב וואזנער אין לאנדאן, אדער ווי די ארונים אין מאנסי, איינער וואס איז סיי מרוצה פאר די אנשי הקהלה און סיי נכנע אונטערן אדמו"ר, אזוי וואלט אסאך אסאך מחלוקה ווען פארמיטן געווארן

איך ווייס אז חסידי ר' זלמן לייב זענען זייער פארליבט אין משה גבאי פארן צישטאנד ברענגען ר' זלמן לייב'ן אלס רב אין וומ"ב, אבער דער אמת איז אז אין א פערפעקט וועלט, וואלט ר' זלמן לייב זיכער נישט געווען דער ערשטער אויסוואל, אזא איינער ווי דער יאוואזשנער רב אדער ר' שמעי' גרינבוים, וואלט לכל הדעות ווען געווען א בעסערע קאנדידאט, נאר אזוי ווי מ'האט געמוזט אפשלאגן ר' אהרן האט מען געמוזט בע"כ נעמען איין אנדערן זוהן, דאס איז פונקט ווי א קינד זאל אויסגיסן א גלעזל מילך און זיך נאכדעם גרויסן אז ער האט עס אפגעווישט, גיס נישט און וויש נישט, ווען קרית יואל האט ווען א פרעמדער רב, און וומ"ב האט ווען א פרעמדער רב, (איך מיין נישט א נישט סאטמארע איך מיין נישט קיין זוהן) און דער אדמו"ר וואלט בלויז געווען דער וואס געבט נאר די פיינעל הסכמות און ברכות פאר יעדע זאך, נישט זיין אינוואלווד אין יעדער דיטעיל, וואלט סאטמאר ווען אסאך שענער אויסגעקוקט, און זיך פארמיטן אסאך מחלוקת, עגמות נפש, און חורבונות.

איך האלט אז די 2 סאטמאר צדדים זאל זיך לערנען א לעקציע פון דעם, און זיך איבערטראכטן זייער אלטער דרך פון ממנה זיין רבנים, די מחלוקה צווישן ר' אהרן און ר' זלמן לייב איז שוין דערנאך דאס קען מען שוין לכאורה נישט צוריקדרייען, אבער קוקנדיג אויף פאראויס, יעדער חסידות פאר זיך דארף זיך טראכטן פון זייער עתידות.

איך בעט חסידי ר' אהרן זאלן נישט מיך אראפרייסן, איך מיין אינגאנצן נישט צו מינימיזירן דער גדלות פון ר' אהרן אדער רז"ל, איך האלט אז איר וועט גוט אריינטראכטן וועט איר איינזעהן אז ס'ליגט אסאך אמת דא.





תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/02/2010 01:02:53




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2010 07:25 לינק ישיר 

מנהל, גאנציגער מאכט חוזק פון אזא הייליגן באגריף ווי אני מאמין, אויף וואס מיליאנען אידן זענען גע'הרג'עט געווארן על קידוש השם. ביטע אויסמעקן.

ליצנות האט א גבול.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2010 04:48 לינק ישיר 

ווען מ'נעמט עפעס אראפ און מ'זאגט דיר קלאר עס נישט ארויפצולייגן, מיינט עס "נישט ארויפלייגן".
זייט געזונט.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/02/2010 21:39:09




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2010 03:46 לינק ישיר 

אינטערעסאנט איז נאר צו זען ווי אין אנדערן פארום איז מען שוין אויפגעקומען אז דער רבי ז"ל האט געוואלט אז קרית יואל זאל זיך פירן ווי א שטאט אינדערהיים, מען שטעלט נאר אויף א מעכטיגע שאלה:

צו די רבי וואלט ווען געוואלט אז ער זאל טאקע זיין דער מרא דאתרא?

נו א גוטע קשיא

אבער דאס קען מען נישט פארענטפערן פונקט ווי מען קען נישט ענטפערן צו דער ייטב לב וואלט געוואלט אז דער עצי חיים זאל זיין רב אין סיגעט.

אבער צו זאגן מיט א ברירות אז די רבי האט נישט געוואלט איז דאך סתם א טיפשות,

אבער מיר וועלן לייגן דאס אין א זייט

דאס זענט איר דאך אלע מודה אז דער רבי ז"ל האט געוואלט דער דיין זאל זיין דיין אין שטאט, ובימים ההם איז ער געווען ווי דער מרא דאתרא, און פאר תשמ"ה האט מען נישט מסדר קידושין געווען דארט אן זיין רשות, נו ווי קומט איר מחולק צו זיין מיט אים?

 

הה"ד בא הלישכע והעמידן על אחת הכל נגד מהר"א ט"ב והשאר בטל ומבוטל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2010 03:19 לינק ישיר 

רב סקאט, זייער שיין אראפגעלייגט, אבער איין גרויסער טעות האסטו.

די לייגסט אראפ די עזות פנימער ווי אזעלכע וואס זייער גאנצער פראבלעם איז אז זענען נישט צופרידן פון דעם רב, משא"כ צו א צווייטן וואלטן זיי זיך יא צוגעשטעלט.

עס קוקט אויס אז א קרית יואל'ער תושב ביסטו נישט, און איינער וואס האט מיטגעהאלטן די היסטאריע זיכער נישט. עס קוקט ליבערשט אויס אז די ביסט נשפע געווארן פון דעם גרויליגן דירעקטע פראפאגאנדע מאשין וואס גייט שוין אן פאר די לעצטע 25-30 יאר, און די זעלבע וואס ווילן יעצט "איבערמאכן היסטאריע".

די אלע וואס האבן מיטגעהאלטן פון דער נאנט אלעס וואס האט זיך אפגעטון די אלע יארן, ווייסן און קענען פארציילן אז די גאנצע ציל פון די אלע עזות פניםער איז נאר איין מטרה: איך ברויך נישט קיינער זאל מיר אנטיילן וואס צו טון. אין פאקט פלעגן זיי דאס אלע יארן אפן ארויסזאגן.

דאס איז קלאר, אז די חברה וואלטן פאר קיין שום רב נישט געהאט קיין דרך ארץ, און אויב די וועסט זעהן אז זיי געבן כבוד פאר איינעם, זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר "טעמפארערי" ווילאנג יענער שטעלט זיך צו צו זייער השחתה, אבער איינמאל זיי ברויכן שוין נישט צוקומען צו יענעם, אפגערעדט אויב יענער שטעלט זיך נישט צו גענצליך צו זיי, איז יענער טאטאל אפגעפרעגט.

און ווען רבינו הקדוש והטהור זי"ע האט געגרינדעט דעם הייליגן שטעטל, זאלסטו חלילה נישט טראכטן אז ער האט געוואלט זיי האבן אין שטעטל.

און דאס וואס די שרייבסט היתכן דער הייליגער ברך משה זי"ע האט אויפגענומען זיין באליבטער זוהן, אלס רב אין דעם סאטמערן שטעטל בלויז צוליב זיין אייגענעם רצון, האסטו ווידער א גרויסן טעות.

1. די עזות פנימער פרובירן צו פארדרייען פאקטן, אז רביה"ק האט אויפגענומען זיין זוהן בעל כרחך. אין פאקט האבן די דעמאלסדיגע ראשי הקהלה געווען די וואס האבן דאס געפאדערט, און די צייט וואס רביה"ק האט זיך קעגן-געשטעלט צוליב זיין מורא פאר זיין אייגן כסא רבנות וויפיל ער געהאט צו ליידן פון די עזות פנימער. און ווען רביה"ק האט שוין יא מסכים געווען, האט דער סאטמארער רבי שליט"א נאך אלס נישט מסכים געווען, און ווען ער האט נאך די שטארקע הפצרות פון רבי'ן זי"ע מסכים געווען, האט "קהל" געשטימט אים אויפצונעמען פאר רב.

2. רביה"ק האט דאס געזאגט צענדליגע מאל, סיי פון פאראויס, און סיי אלע יארן שפעטער, אז ער וואלט קיינמאל נישט אנגענומען צו זיין דער ממלא מקום פון זיין הייליגן פעטער זי"ע, ווען נישט אז ער ווייסט אז ער האט זיין זוהן וואס וועט דאס ווייטער קענען פירן. ער פלעגט אלע יארן דאס זאגן, אז ער איז בלויז דער בריק צווישן דער פעטער ז"ל און זיין זוהן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/2/2010 03:17 לינק ישיר 

סקאט מאלען

האסט גוט ארויסגעברענגט אלע צדדים

אבער דזשאס פאר די רעקארד, די זעלבע וואס שרייען אז מהר"א איז א ציוני, די זעלבע קליקע הם ורבניהם האבן פאר 40 יאר צוריק געשריגן אויפן דברי יואל "רבינו סר מן הדרך" דוק ותשכח

און דיין משל מיט הרב וואזנער פון לאנדאן מיט דיין טענה צו די זייט איז אויך נישט לאגיש, ווייל פרעג דיר נאך וויפיל צרות די זאלונים האבן אים אויסגעטיילט דארט

איינמאל ער איז נכנע אונטערן רבין איז ער אפגעפרעגט

וואס דארפסטו מער ווי דעם קרית יואל דיין וואס דער רבי ז"ל האט געשטעלט, ער איז אלס געווען פארווע שבפארווע, אין די 30 יאר זינט דער דברי יואל איז נסתלק געווארן האסטו נישט געהערט קיין שלעכט ווארט פון אים אויף א איד, ער האט נאך תשס"א געקענט גיין צו די שלשים סעודה פון די רעבעצין, תשס"ח אריין אין חרדים מספיד זיין ר"א לייטנער, ער איז ניטאמאל א אייניקל פון ישמח משה, א זון פון א פשוטן מלמד, א גאון עולם וואס די רבי ז"ל האט זיך נאך געטשאטקעט מיט אים אין ישיבה.

און איינמאל ער געט ארויס א דעת תורה וואס איז בניגוד פון די אנשי דור הפלגה

פאפס...

כאפ דיך אריבער אין אנדערן פארום און קוק ווי מען רייסט אים דארט ארונטער

(דאס איז שוין אין די נועם המדות עפאכע ווען יעדער רב קען זאגן זיין מיינונג אן קיין מורא)

 

נו מה הועלת בתקנתך





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2010 01:09 לינק ישיר 

נוהאבן דאך דער רוב דיינים ארויסגעגעבן א פסק אז מען מעג יא מסדר קידושין זיין אין ק"י



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/2/2010 01:00 לינק ישיר 

ווער האט געזאגט ער איז ווייניגער פעיראלל דיין?

א שאלה אין איסור והיתר האט אלעמאל געהערט און וועט אייביג געהערן צו א פעיראלל דיין, אויב נישט איז לא שבקת חיי לכל בריה. א סכסוך אין דיני ממונות קען נישט און טאר נישט געהערן צו א פעיראלל דיין נאר צו א דיין אדער בי"ד וואס זענען נישט קיין נוגעים בדבר און ביידע זייטן זענען זיי מקבל לדון - אויסער אין פאל וואו דער מנהג איז דן צו זיין ביי די דייני הקהלה, וואס איז קלאר נישטא אין אונזער פאל.

תוקן על ידי - געגאנגען - 19/02/2010 01:02:12

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/2/2010 00:46 לינק ישיר 

תשובה: תשנ"ט-תש"ע



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/2/2010 00:41 לינק ישיר 

קענסטמיר ענטפערן פארוואס איז "הגאון הגדול דער קרית יואל'ער דיין שליט"א, וועלכער איז דירעקט געשטעלט געווארן דורך רביה"ק דער מייסד הקרי' זי"ע להורות הוראה בישראל" ווייניגער פּעיראל דיין ווי די אנדערע דיינם הגאונם והצדיקים שליט"א דקהחלתינו הקדושות אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנטריאל???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/2/2010 00:34 לינק ישיר 

אלס דעת בעל הבית האסטו א פוינט, אבער גדולי ישראל ובראשם דער פוסק הדור בעל מנחת יצחק זי"ע האבן געפסק'עט אנדערש.

ס'איז אמת אז מרא דאתרא איז נישט קיין אויטאמאטישע בארעכטיגונג פאר אלע פסלנות'ער, אבער ס'איז אויך קלאר אז יעדער מענטש וואס האט א פריוואטן סכסוך אדער קנאה געפילן קעגן דעם מרא דאתרא וועט ארויסטרעטן קעגן אים מיט טרעפן עפעס א שאבלאנעם תירוץ פארוואס יענער איז עובר אויף די תורה און במילא מעג מען זיך אפטיילן.

דער בעסטער מהלך אין אזא פאל איז צו קוקן וואס זאגן דרויסנדיגע גדולי ישראל, און בשעתו ווען בני יואל האט זיך געגרינדעט האט מען שוין געהערט און געזען דעת קדשם פון א צאל תורה ריזן אין שפיץ פון בי"ד הגדול שבירושלים עיה"ק וואס האבן געאסר'ט דאס אפטיילן זיך.

בפרט ווען דא איז נאך פאראן הגאון הגדול דער קרית יואל'ער דיין שליט"א, וועלכער איז דירעקט געשטעלט געווארן דורך רביה"ק דער מייסד הקרי' זי"ע להורות הוראה בישראל, און קעגן אים האבן זיי דאך זיכער גארנישט וואס אויסצוזעצן, און אויב ער האלט אז רבינו שליט"א איז יא ראוי צו זיין מרא דאתרא קען קיין צווייטער נישט קומען פסק'נען קיין הלכה אנדערש באתרי' דמר, אפילו אויב ס'איז כגובה ארזים גבהו.

פאר יעדן רעכטדענקענדן מענטש איז דאס גענוג און איבריג. אויב ברענט איינעם טאקע אזוי די אנוועזנהייט פון רבינו מהר"א ט"ב שליט"א זאל ער מוחל זיין זיך אוועקציען פון די שטאט. כל זמן ער איז דא איז ער כפוף עפ"י הלכה צום מרא דאתרא. 

תוקן על ידי - געגאנגען - 19/02/2010 01:04:05

_________________



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/02/2010 01:05:56




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דעבאטע וועגן מרא דאתרא אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext