בית פורומים כל העולם כולו

ווען איז דער ברך משה געווארן פארהייליגט ביי די בני המן?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/2/2010 08:17 לינק ישיר 
ווען איז דער ברך משה געווארן פארהייליגט ביי די בני המן?

די גרעסטע ליצנותא דעבודה זרה פון היי יאר איז גאנץ זיכער דער יו טוב קליפ וויאזוי דער הייליגער שארמאשער קוקט אריין אינעם קעמערע פון יאסעלע וואלדמאן און מיט א כיטרען שמייכל אויפן פנים (ווי איינער וואס זאגט: דא האט עטץ אהרונים. מיין גוטער חבר יאסעלע וואלדמאן וועט ארויפלייגן דעם קליפ אויף יו טוב און עטץ וועט שפרינגען) שרייט ער אריין אין א טעלעפאן וואס איז אויף ספיקער (פארשטייט זיך אז אויף יו טוב זאל מען אויך קענען הערן דעם ענטפער - דער הייליגער שארמאשער איז דאך נישט קיין נאר, אז עס גייט אויף יו טוב וועט עס מוזן זיין א פילע אקציע) צו מענדי בריל אז ער וויל הערן דעם ברך משה'ס דעת תורה איבער סידור קידושין אין קרית יואל.

(דער שארמאשער איז נישט דער איינציגסטער רב וואס רעדט אריין אין ווידיאס וואס גייען ארויפגיין אויף יו טוב. דער הייליגער יואל ראטה שליט"א טוט די זעלבע זאך)

און מענדי בריל מיט א געוואלדיגן ענטיזיאזם לייגט אראפ פארן שארמאשער די הייליגע מיינונג פונם ברך משה אין דער שארמאשער איז מלא שמחה און שרייט אויס "א בשורה טובה."

שטעלט זיך די גרויסע קשיא:

וואו איז דער "הייליגער ויואל משה" פארשוואונדן געווארן פון די אלע שאלות ותשובות'ן? פארוואס זעט מען נישט דער שארמאשער ארומקאלן די גבאים און משמשים פון דברי יואל און זיי אויספרעגן דעם דעת קדשו פון רבי'ן? אויב עפעס האט דער רבי געגרינדעט דעם שטעטל און ער האט דעם ערשטן און לעצטן ווארט ווער עס מעג מסדר קידושין זיין אין שטעטל?

פארוואס עפעס דער מיינונג פין דעם ברך משה'ן? זייט ווען איז דער ברך משה געווען מרא דאתרא פון קרית יואל ביי די בני המן, וואס האבן אים געטרונקען און געצאפט דעם בלוט, נאכמער אפילו ווי זיי האבן געצאפט די בלוט פון רבינו שליט"א?

דער ענטפער איז אז דער דברי יואל פארשטייט זיך איז געווען א גרויסער פראבלעם פאר די קרעציגע ווייל ווי באקאנט איז דאך דעת קדשו געווען זייער שטרענג קעגן מאכן א סידור קידושין אן דעם מרא דאתרא.

וואס האט מען געטאן? מען האט מתיר געווען "אונזער" הייליגן רבי'ן דעם ברך משה בק"ן טעמים (אזוי צו זאגן) וואס פון עם איז דאך יא דא עפעס א כתב איבער סידור קידושין אין מאנרא (טאקע נישט אז יעדער איינער מעג מסדר קידושין זיין אין מאנרא אבער יא עפעס אויף וואס זיך ארויפצוכאפן) און אויף עם (בעסער געזאגט אויף עזריאל, משה גבאי, שאול פערלשטיין און די אנדערע וועלכע האבן זיך געלאזט רעקארדירן ביים טאנצן אויפ'ן ברך משה'ס בלוט טאג-טעגליך) איז געבעיסט די גאנצע היתר אז מען מעג יא מסדר קידושין זיין אין קרית יואל.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 00:55 לינק ישיר 

נפל

לאמיך דיר עפעס מסביר זיין
דיין לייקענען פאקטען וואס יעדער האט מיגעהלטען איז א נערישע פריוו
וואס יא, זאל יעדער ווי שטראק ענק האבען א פראבעלם מיט שקר אפי' במילתא דעבידא לגליא

יעדער געדענקט וויפיל שפיכת דמים פין אינזער היילגער רבי דער ברך משה ז''ל האט געליטען פין ענק
וויפיל רציחה אין רשעות דער מסור האט געטוהן קעגן רבי'ן ז''ל כולל אים רופן אין קארט אין אין רעדן אויף די 60 מיניטס קעגן אים ווי ער רופט אים כומעיני, חילול ש''ש אין מסירה איז ביי אים צימאל טעגליך ר''ל
יעדער געדענקט ווי מארגענשטערן האט אים אפיציעל אייביג אפען מחזק געווען אין מחפה געווען אויף זיינע ביליגע חילול שם שמים.
אין האט זיך באטייליגט אין אויפגעטרעטן ביי אלע חינגא'ס פין די ג'אסר'טע מוסדות, אין זיי אפיציעל מחזק געווען אן קיין שום בושה.

פאר דיינע קעלבעך קענסטו פארקויפן וואס די ווילסט, זיי וועלן דיר אלעס גלייבן צו ס'הייסט פארמעגליך צו הייסט נפל צו הייסט דייטש אדער שטערן אדער אפי' חומתהדת כו'
אבער ביז דארט..... מאך נישט יעדן פאר אזא נידריגע לעוועל

קיינער וועט נישט פארגעסן די שמיציגע פראטעסט ''בשעת די לוי' פין הייליגען ברך משה ז''ל'' { שוין נאכדעם וואס די שב''ר האט ציגענומען די בנינים אין וומ''ס, אין האבען געטאנצען מיט דעם שמיציגען מחלל ש''ש ומסור}
די שמיציגע פאשקעווילען אין לאוזינגען קעגן רבי'ן ז''ל

יעצט קען דער שוטה רעדן אויף יו טוב ''א וואך נאר די חתונה'' צו מענדי ברילל, אין גובה עדות זיין....

פין וועם מאכסטו ליצנות?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2010 22:46 לינק ישיר 

נא? רבותי זעט אויס אז דער נייפעלע ווייסט נישט דער נאמען פונעם מאמע פונעם דיין שליט''א לרפ''ש, איז דא עמיצער וואס ווייסט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 22:41 לינק ישיר 

ראפאגאש פאר דעם געלט גיב ארויס זיין מאמע'ס נאמען, איך גלייב אז די קענסט אליינס אויך ניצן אפאר קאפיטלעך תהלים...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 22:37 לינק ישיר 

כבר היה לעולמים? דאס איז נישט קיין פרויען נאמען? דאס איז אפשר א מאן'ס נאמען!

רבותי ווערט ווייסט וואו אזוי די מאמע פון דיין שליט''א הייסט? איך הער אז ער קען ניצן א קפיטל תהילים!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 22:35 לינק ישיר 

כבר היו לעולמים, מיטן ברך משה האט איר געטון דאס זעלבע די רגע ער האט אויסגעדרייט די ריקן צו אייך...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 22:31 לינק ישיר 

איך הער איצט פון פלארידא אז ר' מנשה האט גאר נישט קיין אנונג אז מען האט געניצט זיין חתימה, אויף דעם ליצנות בריוו,

און די קינדער פונעם חשובן דיין בעטן מען זאל מתפלל זיין פארן דיין שליט''א וואס איז תש כוחו מזקנה,

ווייסט עמיצעיר וואו אזוי דער נאמען פונעם דיין'ס מאמע איז?

אפשר וועט נייפעלע'ס שוויגער וויסן


תוקן על ידי מישמאש ב- 21/02/2010 22:32:59




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 22:04 לינק ישיר 

עד עד דלא ידע.. מה לענות... עד עד דלא ידע... ענטפערט מען ווי א עד דלא ידע...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 22:00 לינק ישיר 



עד עד דלא ידע עד עד עד דלא ידע עדע לא ידע!!!!!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 21:59 לינק ישיר 

זיי שמועסן זיך נישט דורך נישט מיט מיר און נישט מיט דיר! פון וואס איך האב געזען ביז היינט צייגט זיך ארויס אז זיי זענען די איינציגסטע חסידים פון ברך משה! זיי זענען מיטגעגאנגען מיט אלע ברך משה מהלכים, ווען דער ברך משה האט גע'אסר'ט האבן זיי גע'אסר'ט ווען ער האט מתיר געווען האבן זיי מתיר געווען א. א. וו. משא"כ למשל דער דרייער הרב בערקאוויטש (ע"ש דעם ביזנעסמאן הרב ראזענפעלד) פסק'נט היינט קעגן דעם ברך משה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 21:55 לינק ישיר 

צום ענין ווען נעמען די פלעטיקאנטען פונעם פורים ב''ד הרב פר''מ לרפ''ש, הרב פילאף, הרב וויינבערגער מפייע, ר' משה מענדל ווייס, און דער ביזנעסמאן הרב ראזענפעלד, יא אן דעם פסק פונעם ברך משה זי''ע? און ווען נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 21:53 לינק ישיר 

איך גלייב אז ר' יואליש האט אין זיין לעבן נישט אריינגעטרעטן אין א קרעטשמע, ער ווייסט ניטאמאל וויאזוי א קרעטשמע זעט אויס... (אפילו איך ווייס נישט, די איינציגסטע בדורינו וואס ווייסן ווי אזוי א קרעטשמע זעט אויס זענען די אהרוינים).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 21:51 לינק ישיר 

אה? עכ''פ ער האט געדאווענט און די קרעשמע? יא? ר' נייפל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 21:49 לינק ישיר 

נאכדעם וואס די "חסידים פון רב" האבן אים ארויסגעקאפעט פון זקנים (נאכעדם וואס זיי האבן אים געקאפעט פון ביהמ"ד הגדול) איז ער געגאנגען דאווענען צו בני יואל! בערך אויף דעם אופן האט איר זיך געבעויט כמעט אלע שונאים! געווארפן און געקאפעט און דערנאך געשירבן "מתנגדים". קיין בני יואל איז ער קיינמאל נישט געווען און אפילו נאכעדם וואס די "חסידים פון רב" האבן אים געקאפעט און מבזה געווען און ער איז געווען געצווינגען צו דאווענען ביי די רעבעצין. האט ער "נישט" אריבערגעלייגט זיינע קינדער צו בני יואל ער האט זיי געלאזט אין ר' אהרן'ס מוסדות ביז ר' זלמן לייב האט געפענט דאן האט ער אריבערגגעלייגט צו ר' זלמן לייב'ס מוסדות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 21:44 לינק ישיר 

עמיצער קען פארציילען פארן טאהשען, וואו ר' יואליש משילדקרויט פרעגט דאווענען און די וואכן, פון ווען משה בן פראדל האט אים ארויס געטראסקעט פון זקינים?????????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 21:42 לינק ישיר 

זיינע קינדער האבן געלערנט אין ר' אהרן'ס מוסדות ביז די זאליס האבן געפענט אייגענע, דאן האט ער אריבערגעלייגט צו די זאלי'ס!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווען איז דער ברך משה געווארן פארהייליגט ביי די בני המן?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext