דריטע חתונה אינעם חתונה זאל אין וואדבערי !!!
מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די בשורה טובה ביי כלל ישראל איבער די גאנצע וועלט בכלל, און איבער אנ"ש בוואדבערי והגלילות בפרט, אז בלויז עטליכע וואכן ארום וועט פארקומען די דריטע חתונה אינעם הערליכן זאל "עטרת מאיר צבי" אין וואדבערי בת"ת דישיבה תורה ויראה "בני יואל" ד'סאטמאר, טראץ די אלע פריוונגען פון די אינשי דלא מעלי, בוקי סרוקי, און קורץ קעפיגע, צושטערן דאס זאל קענען צושטאנד קומען, ווערט שוין אין בלויז עטליכע וואכן זינט דאס עפענונג פונעם זאל אפגעהאלטן די דריטע חתונה.
עס בלייבט נאר איבער צי וואונטשן פאר די מחותנים און חתן כלה, און זיידעס און באבעס, אז מען זאל זיך תמיד קענען פרייען נאר אויף שמחות געזונטערהייט.
והחוט המשולש לא במהרה ינתק
עס דערמאנט מיר דאס קלאפן פונעם שמש יום כיפור, ביים פארקויפן מפתיר יונה
צום ערשטן מאל, און צום צווייטן מאל, און צום, דריטן מאל...
תוקן על ידי נוטראלער ב- 21/02/2010 08:51:19
|
|