בית פורומים אידישע געדאנק

נייע באמבע פון באג"ד: עטרת טשארנא איז נישט סקווירא גלילות!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/2/2010 20:45 לינק ישיר 
נייע באמבע פון באג"ד: עטרת טשארנא איז נישט סקווירא גלילות!!

דער גאון הדור וואס האט זיך לעצטענס באקאנט געמאכט אין די וועלט אלס דער אויסשליסלעכער פוסק אין סידור קידושין און 10 אנדערע מורה הוראות קענען אויף אים נישט חולק זיין אויב יא זענען די קינדער פסולים עפ"ל, האט פארגאנגענע וואך געשאסן א פרישע פסק

פאריגע וואך איז דער חכם געווען מסדר קידושין אין עטרת טשארנא ביי די חתונה פון בן ר' אברהם הערש קליין נ"י, אויף די פראגע פון א איד פארוואס אין סקווירא גלילות מעג יא א פרעמדער און אין קרית יואל'ע גלילות נישט, האט ער געשאסן א פסק!

דעס איז נישט סקווירא גלילות!!
 
אויף די פראגע פון יענעם איד אז וואודבארי איז א ביסעלע ווייטער פון ק"י ווי עטרת טשארנא פון סקווירא, קיין אנטווארט  

ר' געציל כ'האב פאר אייך גרויס נייעס אז אינעם אפיס פון עטרת טשארנא הענגט א טעוועלע א פסק דין פון סקווירא בי"ד אז מ'דארף אריינשרייבן אינעם כתיבה פה שיכון סקווירא ספרינג וואלי ניו יארק,

בקיצור ר' געציל איז מחולק מיט 3 בתי דינים 1) בד"ץ קהל יט"ל ווימ"ס 2) בד"ץ קהילות היראים ק"י אצינד ווער מיר געוואר אז ער איז מחולק מיט א דריטן בי"ד 3) בד"ץ דשיכון סקווירא

אבער נישט פארגעסן אינזערע קינדער זענען....



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2010 21:15 לינק ישיר 

איך האב היינט געהערט א טעיפ פון די דרשה פון ווינער רב ז' אדר,

און כ'האב הנאה געהאט צו הערן אז ער ברענגט ארויס די זעלבע נקודה וואס איך האב דא געשריבן,

ער ברענגט ארויס אז ווען ס'איז דא מחלוקות איז "זה פוסל דיינו של זה וזה פוסל דיינו של זה"
יעדער איינער פסל'ט דעם צווייטנס דיינים.
אז מען דארף זייער געווארנט זיין נישט פערזענליך מבזה צו זיין קיין תלמידי חכמים,

דו קענסט שרייבן דיין מיינונג איבער די נושא, קענסט שרייבן פארוואס יענעמס "מהלך" איז נישט ריכטיג, אבער נישט "פערזענליך" קעגן דעם תלמיד חכם!

זאגט ער ווייטער: יעדער דארף פאלגען זיינע דיינים און זיינע רבנים, אבער נישט מבזה זיין יענעם "פערזענליך", דאס איז א בזיון התורה.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2010 03:37 לינק ישיר 

דערווייל האט ר' געציל'ס ווערטער אויב עפעס נאר דערהויבן שארמאשער רב, כ'בין זיכער אז שארמאשער רב גייט היי יאר פורים איינלייזן מער געלט ווי פאראיאר, ווי אויך איז אדאנק זיין דרשה ארויסגעקומען דעם פסק פון די סאטמארע דיינים לטובת די זאל,

דעריבער קענען מיר זאגן פאר הגאון מהרג"ב אשריך ר' געצל אשריך !! 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 03:20 לינק ישיר 

טעות לעולם חוזר, אזוי ווי כ'האב מיך עטליכע מאל צעפירט די פענע מיט ווערטער וואס איז נישט לכבודו פון ר' געציל שליט"א, לכן וויל איך דא באותו מקום ובאותו זמן אים מפייס זיין, כ'בין מבטל אלע מיינע פוטפוטים וואס איז נגד כבודו, והפה שאיסר הוא פה שהיתר.
 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 20:45 לינק ישיר 

איינער שיקט מיר אין אישי, אז די סיבה פארוואס ר' געציל וויל נישט אננעמן די תשובה פונעם אבני צדק מיטן דברי חיים און מהר"ם שי"ק און מהרש"ג איז פשוט ווייל, זיי האבן דעס שוין געשריבן אויף דער עלטער..

אבער איך האלט אז דאס איז שוין לצינות אויף די חשבון פון די פריערדיגע נבג"מ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 20:21 לינק ישיר 

אמת

(כמעט אינגאנצן)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 20:16 לינק ישיר 

זעסטו דאס מיין איך טאקע

צו נוצן אויף ר' געציל דעם פסוק "ענה כסיל כאוולתו" איז נישט דרך ארץ'דיג!

דאס מיינט נישט אז דו מעגסט נישט אפענטפערן דעם בריוו.
און דער אמת איז דער בריוו קומט בכלל נישט אהער, ווייל דער רבי רעדט נישט דארט פון א אפגעטיילטע קהלה וואס האט רבנים וועלכע זענען מסדר קידושין, וואס דאס איז דאך געווען אין צענדליגער שטעטלעך אינדערהיים,
און טאקע אין קלויזנבורג ווי מען האט זיך אפגעטיילט פון דעם גלאסנער האבן די גרעסטע גדולי ישראל געשטיצט די קהל ספרדים, און געגעבן רשות מסדר קידושין צו זיין כאטש גלאסנער האט געשריגן אז ער איז מרא דאתרא, און קען אפילו זיין אז ער האט געמאכט א פנקס.

עס איז אמת אז פון ר' געציל איז ארויסגעקומען א גרויסער מכשול, וויבאלד ער האט זיך צוזאמען געפארט מיט די אהרונים און זיי נוצן זיינע ווערטער אויף מוציא לעז זיין אויף משפחות חשובות, און שפיכות דמים.
כאטש ר' געציל אליין מאכט נישט קיין פאני קאלס און טעראר האט ער געגעבן די בחורים די רעכט מיט זיינע פסקים.
אבער איך בין זיכער אז דאס איז נישט זיין רצון.

אז דו ווילסט נישט עסן פון זיין הכשר, נאך דעם שרעקליכן קאטשקע סקאנדאל, ווייל מען קען זיך נישט אויף אים פארלאזן, צו ווייל ער איז נישט דער פאסיגער מענטש פאר הכשרים, צו ווייל מאיר הירש איז בעל הבית אויף אים און ער מוז פאלגן וואס מען הייסט אים.
דאס פארשטיי איך אויך, אבער אז דו זאלסט אים פערזענליך מבזה זיין, דאס שוין נישט, ווייל ער איז פארט א תלמיד חכם, און מען דארף נזהר זיין בכבודו, מיטן גאנצן ווייטאג וואס מען האט אויף אים.

קענסט שרייבן אויף די "נושא" וואס דו האלטס, און וואס דער דעת תורה איז, אבער שרייב נישט אויף דעם "מענטש" שלא בכבוד.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 20:15 לינק ישיר 

סעננדר כתב:
מ'דארף אנמערקן אויף וואס דע מה מצינו איז געבויט,

1) דארט רעדט אויך מען ווען דער מסדר איז א מורה הוראה יודע בטיב גיטין וקדושין
2) דארט רעדט מען ביי קהילות נפרדות וואס האבן אייגענע מורי הוראה מקוה, שחיטה,
3) דארט רעדט מען ווען די חופה איז געווען אינגאנצן אינדרויסען אין א אנדערע שטאט הנקרא גלילות בלע"ז
4) דארט רעדט מען ווען דער מרא דאתרא איז נתמנה געווארן בתורת יורש
  
אנדערש וואלט ר' געציל נישט געקענט מאכן דעם גזירה שוה


סענדר'ל, יעצט האסטו פאר'הרג'ט די גאנצע זאך!
ווייל יעצט זעט יעדער אז עטס האטס נישט קיין זאל אין קרית יואל!

וואס האסטו דא געטון?!?!?!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 20:10 לינק ישיר 

מ'דארף אנמערקן אויף וואס דע מה מצינו איז געבויט,

1) דארט רעדט אויך מען ווען דער מסדר איז א מורה הוראה יודע בטיב גיטין וקדושין
2) דארט רעדט מען ביי קהילות נפרדות וואס האבן אייגענע מורי הוראה מקוה, שחיטה,
3) דארט רעדט מען ווען די חופה איז געווען אינגאנצן אינדרויסען אין א אנדערע שטאט הנקרא גלילות בלע"ז
4) דארט רעדט מען ווען דער מרא דאתרא איז נתמנה געווארן בתורת יורש
  
אנדערש וואלט ר' געציל נישט געקענט מאכן דעם גזירה שוה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 19:48 לינק ישיר 

לשיטת ר' געציל וואס ער בויט זיין גאנצע פסק אויף א מה מצינו מיט דעם בריוו, דאן דארף דער הייליגער דברי חיים מיטן יטב לב מיטן מהר"ם שי"ק תשובה טון פארן עובר זיין אויף דעם פסק.

(אנטשולדיגט פאר מיין שפראך דאס איז אן ענה כסיל כאוולתו)  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 19:12 לינק ישיר 

פארוואס ברעגסטו דע הייליגע בריוו דא סאיז דאך אינגאנצן נישט פין אינזער ענין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 18:33 לינק ישיר 

וואלןמה כתב:
וויפל איך זיך א לימוד זכות אויף זיין יעצטיגע צוגאנג קען איך נישט טרעפן, נישט אין צוטיילן משפחות, שנאת חינם, הוצאת לעז, בזיון ת"ח,

יגעתי ומצאתי:





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 18:23 לינק ישיר 

רשכבהג איך זעה ווילאנג איך וועל נישט ברענגן דעם מהר"ל מיט זיינע לשונות אויף א מרנן, וועט מען נישט פערטיג ווערן מיט דיר, ר' געציל איז א ריזיגע ת"ח איך צו גראדע צוריק פון מיין אויסדרוק נבילה סרוחה, מיין כוונה איז מער געווען אויף די ערשטע חלק פון דעם מאמר ווי די צווייטע, אבער וויפל איך זיך א לימוד זכות אויף זיין יעצטיגע צוגאנג קען איך נישט טרעפן, נישט אין צוטיילן משפחות, שנאת חינם, הוצאת לעז, בזיון ת"ח, אדרבה אפשר העלפסטו מיר ארויס און אזוי חס זיין אויף זיין כבוד נישט סתם איבערקייען יעדעס מאל גחלים גחלים, דו טיסט אן א שרעקעדיגע מאסק, טו אויס דע מאסק און הייב אים אן מלמד זכות זיין אחת אחת אזוי וועסטו מער אויפטוען לטובתו, און איך וועל מקבל זיין 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 17:54 לינק ישיר 

רשכבהגולם אפשר קענסט מיך מסביר זיין פארוואס ווען מען זאגט איבער וואס איינער האט גערעדט "ברבים" און געטוהן "ברבים" הייסט דאס מבזה געווען

דא האט נישט מער ווי איבערגעזאגט זאכן וואס יעדער ווייסט ממילא, זאכן וואס ר' געצל טוט וואס דאס ברענגט אים די גרעסטע בזיון


ר' געצל כבודו במקומו מונחאיז א גאון און תלמיד חכם מופלג און חוץ די פארטיי זאכן איז ער אן ערליכע איד  אבער דא איז ליידער געווען אזוי אז די תלמידי חכמים אליין היטן נישט אויף זייער כבוד ואם אין אני לי מי לי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 17:50 לינק ישיר 

נערמאלער כתב:
רשכבהגולם די מאכסט איין טעות קיינער איז נישט מבזה ר' געצל , מען זאגט פשוט איבער זיינע מעשים וואס ער טוט און זיינע ווערטער וואס ער זאגט און דאס רעדט פאר זיך, קיינער איז זיך נישט מבזה נאר ער אליין

עס זעט נישט אויס פון דיינע ווערטער אז די ווייסט וואס גחלים מיינט,

תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 22/02/2010 17:52:59




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 17:47 לינק ישיר 

וואלןמה כתב:

אז ער קימערט זיך נישט מיט שארמאשער רב'ס כבוד דארפן מיר קיינער נישט זיין פרומער פון אים.
דאס שטייט און די ארונישע תורה נישט און אינזער

אויב מיז ער זיין שטיל ווען מ'איז מבזה שארמאשער רב ווייל ער איז איינגעשטעלט אין קיט"ל קען איך אים גארנישט העלפן, איך בין אין ערגעץ נישט איינגעשטעלט און איך קען נאר זאגן אויף וואס איך זעה
דאס שטייט און די ארונישע תורה נישט און אינזער




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > נייע באמבע פון באג"ד: עטרת טשארנא איז נישט סקווירא גלילות!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext