| נשלח ב-21/2/2010 22:25 |
|
| |
סענדזשארץ רב: 82 פלייש בדיעבד שבדיעבד
היינט האט שאול פערלשטיין מיאוס באפאלען הגה"צ רבי עזריאל מאיר קאהן שליט"א סענדזשארץ רב, ווייל זיין מחותן דער שבת שרייער ר' משולם כ"ץ האט געמאכט שבע ברכות דעם שבת אין ויואל משה זאל, ר' עזריאל מאיר האט מכתחילה געבעטען זיין מחותן נישט מאכן שבע ברכות דארט ווייל ער עסט נישט 82 פלייש, אבער זיין מחותן האט אים געזאגט אז ער וועט ערלעדיגען אז ער וועט קענען פאר זיך ברענגען זיין אייגענע פלייש.
למעשה איז געקומען פרייטאג און און ר' עזריאל מאיר האט זיך געברענגט זיין אייגענע פלייש זיפ וכו', ווען די זאליס האבן געהערט דערפון האבן זיי אלעס אוועק געווארפען און זיי האבן אים געזאגט אז די וועד הכשרות לאזט נישט אריין ברענגען קיין אנדערע פלייש נאר 82.
ר' עזריאל מאיר האט צוליב דעם געגעסען שבת אינדערהיים, נישט קענענדיג עסן שבת ביי די שבע ברכות פון זיין קינד.
היינט צופרי האט אים שאול פערלשטיין באפאלען און געשריגען אויף אים אז ער האט מיט דעם וואס ער האט נישט געוואלט עסן 82 פלייש האט ער מבזה געווען דעם דיין, ר' עזריאל מאיר האט זיך פרובירט טאהנען מיט אים אז דער דיין גיט ממילא נישט קיין הכשר, ער גייט קיינמאל נישט צו די שחיטה, ער ווייסט בכלל נישט וואס עס גייט דארט פאר.
אבער שאול איז נאך מער בייז געווארן און געמאכט קולי קולות אויף אים אז ער רעדט אויפען ראב"ד...
ר' עזריאל מאיר האט אים געזאגט אז 82 פלייש איז פון די שוואכסטע וואס עס איז דא, עס האט מיט קיין סאטמאר פלייש נישט קיין שייכות, מען נעמט פון איבערראל, מען נציט נישט קיין שטיינזאלץ, מען שניידט נישט אויף די טשיקען כפי הוראות רבינו, מען טשעקט נישט קיין צומת הגידין, מען טשעקט נישט קיין לונגען, וכו', אבער שאול האט געשריגען קאטשעקס...
ר' עזריאל מאיר איז צוגעגאנגען צו ר' שלמה לייב וויינבערגער וואס האט אים גערעכעט געגבען, און ר' שלמה לייב האט אים געזאגט אז די פראבלעם איז גאר שטארק, און ער אליין עסט אויך נישט פון די 82 פלייש, ווייל עס האט נישט קיין שום הכשר, די גאנצע דיין הכשר איז שקר, און עס האט מיט סאטמאר שחיטה נישט קיין שייכות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2010 22:26 |
|
| |
נישט אמת מיין שוויגער ווייסט נישט דערפון,
הק' טיפש נייפעלע
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2010 22:27 |
|
| |
לאמיר זעהן וואס רב שטיין זאגט. וואס זאגט וויקיפידיע אויף די 82 פלייש?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2010 22:33 |
|
| |
טראק די דערמאנסט מיר נחום ראזענבערג... די נעמסט א אמת'ע מעשה און די פיצט דאס צו פון אלע זייטן, מען לייגט אריין א טשוואק דא און א טשוואק דארט און עס איז גרייט צו גיין אויף הייד פארק...
ר' עזריאל מאיר עסט נאר פלייש פון דעם שוחט פאללאק ביי קאהן'ס בוטשער. ער האט געוואלט ברענגען זיין אייגענע זיפ און טשאלענט און די "וועד הכשרות" האט אים נישט ערלויבט, דעריבער האט ער אפגעגעסן שנעל די סעודה אינדערהיים און דערנאך געקומען אין זאל.
ר' שאול האט אויף אים נישט געשריגן "קולי קולות".
נ.ב. די האסט א מזל אז איך באשטעטיג געוויסע פרטים פון די מעשה ווען נישט וואלט מען דיר נישט געגלייבט מיט קיין איין ווארט. לערן זיך אויס אז א אשכול וואס פארמאגט די ווערטער "אנגעטריקענער יאפויער", "אנגעפרעסענער שפאטיפקער", "רינדיגער לעפקאוויטש", "פיצי יאקאבאוויטש", "רויט ווי א בוריק", "קולי קולות" וכו' פארלירט תיכף די נאמנות. לערן זיך אויס צו שרייבן א מעשה עס זאל עכ"פ אויסזען אמת!
איך וויל אייך דערמאנען אז נישט לאנג צוריק האט איר דא געפאמפעט מיט דעם זעלבן רב אז ער האט באצאלט פאר ענק אפצודינגען די חדר יחוד... ענקער שקר האט אנגעהאלטן אפאר טעג ביז דער רב שליט"א האט ארויסגעגעבן א בריוו אז ער האט אייך קיין פעני נישט געגעבן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2010 22:52 |
|
| |
לשיטתך ביסטו מודה אז ער וויל בשום אופן נישט עסן די 82 פלייש!!!
אזוי ווייט!
מיט מסירות נפש ממש!!
אז ער האט אויפגעגבען צו זיין ביי די שבת שבע ברכות פון זיין אייגן קינד און נישט געגעסען ביי זיין אייגן קינד'ס שבת שבע ברכות ביידע סעודות, אבי נשיט צו עסן ח"ו די שוואכע 82 ממליחה ואילך פלייש!!
פארוואס וויל ער בשום אופן נישט עסן די 82 פלייש?
וואס לויט די זאליס איז עס גאר די מערסטע מהודר?
מאכילה ואילך...
גראדע מיין איך אז עס איז נישט דא קיין שוחט פאלאק ביי קאהנ'ס שחיטה.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2010 22:55 |
|
| |
ער עסט נישט קיין שום פלייש! נאר פון פאללאק! ער האט נישט אויפגעגעבן די שבע ברכות, ער איז שוין געווען אין זאל ווען דער עולם האט געהאלטן ביי די פיש!
אויף אזא וועד הכשרות קען מען זיך פארלאזן! זיי האבן גוט געוויסט אז די אהרוינים וועלן פראבירן צו מאכן צימעס דערפון נאך אלס האבן נישט נישט אריינגעלאזט אין קאך פלייש וואס א מחותן ברענגט אליינס, אפגעזען ווער דער מחותן איז!
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2010 22:55 |
|
| |
טראק די ביסט אזוי לאקי אז נפל איז געווען א מודה במקצת... פארפאלען ביז יעצט האט יעדער געמיינט אז ער און רש"ל וויינבערגער זענען מקפיד צו עסען דוקא 82 פלייש נפל פאר דיין אינפא האט רש"ל וויינבערגער אויך באשטעטיגט אז 82 האט אויך געהאט די צומות הגידין פראבלעם
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2010 23:00 |
|
| |
רש"ל האט נישט באשטעטיגט, נישט געשטויגן און נישט געפלויגן..
איך האב יעצט אראפגעלייגט דעם טעל איך האב גערעדט צו א זון פון סטדשאדשער רב, ער פארציילט מיר אז אינמיטן וואך איז שוין געווען אין פלאן אז מיין טאטע וועט עסן אינדערהיים ווייל ער עסט נישט קיין פלייש פון א קעטרינג נישט קיין חילוק ווער דער בעל מכשיר איז און פון ווי די פלייש קומט, ער עסט נאר פלייש וואס איז געווארן געקאכט אינדערהיים.
אבער פארט - פרעג איך אים - די אהרוינים פאמפען ארום..
ענטפערט ער מיר - זאג פאר די אהרוינים אז זיי דארפן אביסל בעסער מאכן מעשיות ווייל ביי מיין טאטען אין שטיב קאכט מען נישט שבת... לויט זייער מעשה האט די זאליס האבן ארויסגעווארפן, פון ווי האט מיין טאטע געהאט אינדערהיים פרישע זיפ?..
קאמענטארן זענען איבריג
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2010 23:07 |
|
| |
נפל פון ווי ווייסטו אז נישט? די שטייסט 24/7 נעבען אים?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2010 23:09 |
|
| |
פרעג איינעם פון זיינע קינדער. ער עסט נישט קיין פלייש אינדרויסן פון שטוב חוץ אויב ער איז געווען ביי די שחיטה און זיין פרוי האט דאס אליינס געקאכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2010 23:19 |
|
| |
נפל פון וועם רעדסטו פון רש"ל אדער ר' עזריאל מאיר??
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2010 23:33 |
|
| |
1. קודם האב איך נישט געוואוסט אז ר' עזריאל מאיר איז אזא פרעסער, דער עולם האט קום געהאלטען ביי די פיש, און ער האט שוין געווען צוריק פון יוז סט. נאכן זינגען שלום עליכם, קידוש, המוציא, פיש, פלייש, זיפ, קיגל, קאמפאט,וכו'.
אזא פרעסער צו זיין, מען ברויך זיין א נפל צו קענען אזוי שנעל עסן...
2. ר' עזריאל מאיר האט געברענגט א אייגענע קליינע האט פלעט, וואס האט געבאדערט פאר די זאליס אז ער פלאגט זיך איין אייגענע האט פלעיט, וואס האט דאס מיט כשרות?
מן הסתם האבן זיי מורא געהאט פון די עלעקטריק ביל...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 01:08 |
|
| |
נארהאפטיגע פרישע לאקשען
צווישען דיינע הודאת פאלט אריין דיינע פרישע שקרים ביי קאהן'ס איז נישט דא קיין שוחט פאללאק
דער שוחט דארט אז הרה''ח ר' אברהם פוקס שליט''א מחשובי חסידי סאטמאר
פרעג אויך ביטע דיין חבר סענזשארזשער רב'ס זין, וויאזוי פאללאק הייסט אויף די לעצטע נאמען.....
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 01:36 |
|
| |
ס'איז דא נאך טויזנטער יודען אין וויליאמסבורג וואס האלטן אז ר' מנשה'ס פלייש איז פיגול אין אסור יצ עסן ס'האט נישט קיין שום השגחה .
הלוואי ווען ער בלייבט אין פאסט אפיס אין ער איז נישט מכשיל קיין יוד יעדן טאג.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 19:41 |
|
| |
דער נפל און אלע זאליס זענען אזוי ביטער אנגעזעצט מיט דעם פאלאקס לאט, אז וואס זיי ווילן נאר שרייבן קומט ארויס פאלאקס...
זייער גאנצער קאפ איז באגראבען אין פאלאק...
באלד וועט ער זאגן אז טאהש רבי הייסט פאלאק...
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 22/02/2010 19:44:35
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2010 02:34 |
|
| |
נפל פון ווי ווייסטו אז רש"ל האטנישט אזוי באשטעטיגט?
שטייסטו 24/7 נעבן אים? ווער עסט נישט קיין פלייש אינדרויסן פון שטוב רש"ל אדער ר' עזריא-ל מאיר?
|
|
|
|
|