| נשלח ב-21/2/2010 23:27 |
|
| |
באמבע! גאב"ד ירושלים היינט דעיד ליין
באמבע!
פאריגע וואך האט כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א געהאט א מיטונג מיט די הנהלת העדה, ווי ער האט מיט ווייטונג ארויסגעברענגט אז די הולכי לבג"ץ די זאליס פייפן זיך אריין אין אים, און מאכן מיט אים פורים, נאכן ארבעטן אזוי ביטער שווער צוזאם שטעלן די בי"ד 5 רבנים מיט די שלישים ובראשם רבי נפתלי פרענקל שליט"א, און דערוויייל איז שוין דורך 8 וואכן דערפון אין די זאליס האלטן נישט ביים אונטער שרייבן.
ער האט געזאגט מיט צער אז די שרעקליכע חילול ה' והרמת יד מיט די הליכה לבג"ץ וואס די זאליס האלטן אן, לאזט אים נישט מנוחה, און דאס איז די הויפט זאך וואס שטייט אים על הפרק.
דעריבער האט ער איבערגעבען זיין באשלוס פאר די הנהלת העדה אז ער גיט צייט פאר די זאליס ביז היינט זינטאג תצוה אז זייי זאלן אונטער שרייבען די שטרי בירורין צעטיל וואס ער האט צוזאם געשטעלט, און טאמער נישט האט ער נישט קיין ברירה און ער וועט ארויס קומען היינט זינטאג מיט גאר א שארפע פסק ומחאה קעגן די זאליס אויף זייער מסרב זיין לדין, והליכה לבג"ץ, ער האט אויך געזאגט אז ער האט שוין די פולע הסכמה פון אלע חברי הבדי"ץ און זיי וועלען אויך אונטער שרייבען די פסק ומחאה.
די הנהלת העדה האט געפרעגט צו די שמועות אז רז"ל האט געקענסעלט צו קומען קיין ירושלים איז צוליב דעם וואס דער גאב"ד האט געווארענט אז קודם דארף מען אונטער שרייבען שטרי בירורין.
מרן הגאב"ד שליט"א האט באשטעטיגט פאר די הנהלת העדה אז ער האט פרעזנדליך געזאגט פאר ר' חיים הערש אז ער זאל איבער געבען פאר זיין טאטען רז"ל אז ער האט נישט וואס צו קומען קיין א"י פאר ער שרייבט אונטער שטרי בירורין, ווייל ער גייט אים נישט אויפנעמען, און ער וועט נישט לאזן אז קיינער פון די חברי הבדי"צ זאל אים אויפנעמען, און די עדה וועט אים נישט מאכן קיין שום קבלת פנים, און מרן גאב"ד שליט"א האט אויסגעפירט אז מען האט אים אויסגעשפילט אז מען האט געקענסעלט די נסיעה כדי נישט אונטער שרייבן שטרי בירורין, ממילא האט ער נישט קיין ברירה און ער גיט דעם דעיד ליין ביז זינטאג תצוה.
פאריגע וואך מיטוואך האט כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א ענדליך געכאפט רז"ל, ווי ער האט אים גאר שארף געזאגט אז ער וויל שוין פון גארנישט הערן, און ביז זינטאג אז די זאליס שרייבן נישט אונטער די שטרי בירורין וואס ער האט פאר געשריבען, דעמאלס וועט ער ארויס קומען מיט זייער א שארפע פסק ומחאה גדולה קעגן אים פרעזענדליך און זיין גאנצע בארד וואס קלאגט אין בג"ץ.
רז"ל האט זיך פרובירט ארויס צו דרייען, אז קודם זאלן די אהרונים אריין לאזן דעם מסור וואלערשטיין אין די מוסדות און נאכדעם וועט ער אונטער שרייבען, אבער דער גאב"ד שליט"א האט זיך נישט געלאזט אין אים שארף געזאגט אז עס איז מער נישט דא קיין שום תנאים, אז ביז זינטאג איז נישט דא קיין חתימה אויף שטרי בירורין, וועט ער ארויס קומען גאר שארף, וואס וועט אים זייער נישט שמעקן!
איצט שטייט יעדער געשפאנט און ווארט ווי אזוי היינט וועט אדורך גיין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2010 03:01 |
|
| |
אלעס גוטס
כהאב הנאה פונעם מהלך וויאזוי די גייסט זיך אום מיט די קריכערס "עם עקש תתתפל"
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2010 21:12 |
|
| |
ניין פאלאק...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2010 20:59 |
|
| |
די הייסט יונה?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2010 20:32 |
|
| |
עס איז דארט ווי דער "שוחט פאלאק"
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2010 19:07 |
|
| |
יונה וואס טוט זיך? ווי איז דיין צוגעזאגטע בריוו פונם גאב"ד?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2010 02:50 |
|
| |
די גאנצע זאך אז דער גאב"ד איז בכלל געווען ביי די בר מצווה, איז סתם א ספין פון דר' שפיצער, ער איז קיינמאל נישט דארט געווען, ער האט קלאר געזאגט פארן יפוער אז ווילאנג ער גייט נישט ארויס פון בצ"צ אין שרייבט אינטער שטרי ברורין וויל ער אים נישט קענען, אין ער וועט יעדע צוויי טאג ארויסקומען מיט א בריוו, קעגען אים מיט זיין טאטען צוזאמען, אין נישט נאר דאס, ער וועט מאכן זיכער אז ר' יונה זאל דערפון וויסן.
תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 11/03/2010 02:52:30
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2010 00:37 |
|
| |
דער מסור ומלשין מענדל וואלערשטיין האט זיך געשטעלט נאך יעדע שטיק צייט פאר 1 מינוט אונטער מרן גאב"ד ירושלים שליט"א אז מען זאל קענען כאפן א בילד ווי ער שטייט דארט, און דער גאב"ד זאגט אים נישט גארנישט נישט זעהענדיג מיט זיין בעק אויגן...
איינמאל האט אים די רב שליט"א באמערקט, פונעם שארפן בליק וואס די רב שליט"א האט געגבען, איז ער אנטלאפען פון דארט.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2010 00:30 |
|
| |
דער בג"ץ'ניק מיכעלע שלעזינגער איז צוגעגאנגען ביי די בר מצוה צו מרן גאב"ד ירושלים שליט"א און גיט די האנט, און פרעגט די רב קען מיך? דער גאב"ד זאגט ניין, זאגט ער איך הייס מיכל שלעזינגער.
די רב לאזט אפ זיין האנט...! און זאגט איך וויל מיט אייך קיין שייכות נישט האבן, איר זענט נקרא רשע...!, מיכעלע איז געכאפט געווארן אין שאק.
זאגט ער אז די רב דארף אויס הערן זייט צד און ער וויל אריבער קומען, די רב זאגט אים איך וויל דיר נישט אויפנעמען.
אבער אפשר דאך מען דארף אויסהערן מייין צד, זאגט מיכל.
די רב זאגט: די האסט קיין צד נישט, צו גיין אין בג"ץ און נישט וועלן אונטער שרייבן שטרי בירורין איז קיין צד נישט...! איך וויל דיר נישט אויפנעמען, און נישט רעדן צו דיר.
די רב האט אים איבערגעלאזט באגאסען.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/3/2010 23:15 |
|
| |
| דוד46 כתב: |  | | דא זעט מען דעם "הולך לבג"ץ" שטיין אונטער כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א ביי די בר מצוה.
|
|
אט איז דער הולך לבג"ץ מיט זיין שותף לדבר עבירה "איין הולך לבג"ץ שטייט אונטערן צווייטן הולך לבג"ץ מיט א שמחהדיג'ע מינע פארשפרייט אויף זייערע געזיכטער צוליב'ן סוקסעספולן נסיעה קיין איזרעיל"
תוקן על ידי לעקסינגטאן ב- 10/03/2010 23:21:05
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/3/2010 21:12 |
|
| |
| רבי_יונה כתב: |  | למעשה איז רז"ל געבליבען אינדערהיים, ער איז נישט געפארן נישט וועלענדיג סיינען בשו"א די שטרי בירורין.
צוליב דעם האט מרן גאב"ד שליט"א זיך געקענט באטייליגען ביי די בר מצוה, ווייל דער ראש ההולך לבג"ץ איז נישט דארט געווען.
|
|
שטעל דיך פאר ווען איך שרייב אזאנע שטותים, וואלט איך נאך געהאט רשות כתיבה דא?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/3/2010 05:58 |
|
| |
דא זעט מען דעם "הולך לבג"ץ" שטיין אונטער כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א ביי די בר מצוה.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2010 03:07 |
|
| |
איך הער אצינד אז דער ירושלימער רב שליט''א איז געווען ביי דער בר מצוה פונעם זון פון דער יפו'ער צדיק, און דער אייניקל פונען אומפארגעסליכען באבא, און ער האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה,
אלזא?
ענפערט נפל, איז א סמן אז עס איז גאר א מצוה צו גיין און בג''ץ, ווייל העט עס ווען געווען אסור, וואלט זיך דער גאב''ד שליט''א ווען נישט משתתף געווען! וד''ל, ודו''ק, והבין, ומי יבוא בסוד קדושים!
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2010 02:17 |
|
| |
איך זע דא א גאנצע גראשקע יא בריוו, נישט בריוו, וואס איז די אישו דא?
האט דען ירושלימער רב, נישט געשריבען א בריוו אונאיינעם מיט הרב וואזנער, אז מען מיז ארויס פון בג''ץ, און ווער איז עס שטייט אונטער די די גיין און בג''ץ איז א חבר לאיש משחית?
מיר ווייסען וואס די גדולי ישראל האלטען פון די זאלי קאמפאני, נא! וואס איז די גראשקע דא? סתם העלפן נייפעלע דורך צושטיפן דעם טאג?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2010 01:37 |
|
| |
יונהלע
פון נעכטן ביז היינט פארנאכטס האסטו נישט געקענט ענטפערן דעם תירוץ?
האסטו נישט גענוג געשריבן אז כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א האט געלאזט רופן דעם יפוער און אים געווארענט שוין אונטערצושרייבן שטרין בירורין?
דו ווייסט אפילו נישט אז דער ר' מענדל וואלערשטיין (אנטשולדיגט: וויאזוי זאגסטו "דער הולך לבג"ץ'ניק"...) איז געשטאנען הינטערן בענקל פון ירושלימ'ער רב שליט"א און אים געגעבן די האנט.
נו, וויאזוי שטימט עס?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2010 00:59 |
|
| |
יווווווווננננההההההה ווען וועלן מיר האבן די זכיה צו זען דיין פארשפראכענע בריוו פונם גאב"ד?
|
|
|
|
|