ס'נישט נאר ר' יצחק שטיין וואס איז מגלה פנים שלא כהלכה, ס'איז דער היילגער קדוי"יט וואס זאגט אז אויף מסורה דארף מען כשר'ן און מ'ברויך א כפרה אינדערצייט וואס ר' געציל האט געפסקנט אז מ'דארף בלויז מחמיר זיין
נשלח ב-23/2/2010 06:38
נערמאלער כתב:
הגאון ר' יצחק שטיין הגאון? האסט אים פארהערט? איך קען אים גוט גראדע...
אלעס וויבאלד ער האט געהאט די חוצפה צו זאגן אז מוסקאווי איז א עוף טמא
זייער ריכטיג. א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה דארף אנטפלעקט ווערן. פרעג יעדן ערנסטן ת"ח וואס ער זאגט צו ר' יצחק'ס בריוו וועגן די קאטשקעס.
נשלח ב-23/2/2010 04:17
דער בלאט איז מבזה יעדן תלמיד חכם וואס פארט נישט מיט זייער באן אויף א שרעקליכן פארנעם, הגאון ר' יצחק שטיין ווערט אראפגעריסן אויף א פארנעם וואס איז נאך אין דער וועלט נישט געהערט געווארן אזאנס אויף א חשוב'ע רב אלעס וויבאלד ער האט געהאט די חוצפה צו זאגן אז מוסקאווי איז א עוף טמא
ווער געדענקט נאך ווען אין דער בלאט איז געשטאנען א גאנצע פעידזש (א מחאה פון שמואל ווידער) מיט שרעקליכע דברי בזיון אויף די בית דין פון הרב גאביוף שליט"א פון מאנסי אלעס וויבאלד ער האט געהאט די חוצפה צו פסק'נען אנדערש ווי שמואל ווידער,
נשלח ב-23/2/2010 03:29
דער איד רייסט אראפ ר' אהרן שוין 10 יאר נאכאנאנד, די בלאט האט די לעצטע 2 וואכן אנגעהויבן א גרויליגן קאמפיין קעגן שארמאשער רב, און וויענער רב קומט יעצט ארויס מוחה זיין אויף בזיון ת"ח איז זיין כוונה "דער איד" 1+1=.......
גערעדט צו א חבר וואס איז דארטן געוועזן, ער זאגט אז הגם ווינער רב שליט"א האט נישט געזאגט קיין נעמען, האט יעדער קלאר פארשטאנען אז ער רעדט פון "די בלאט" מיט די ארונישע טעראריסטן מחוצפים און מבזי ת"ח וואס זענען שוין מבזה תלמידי חכמים און גדולי ישראל די לעצטע 25 יאר.
נשלח ב-22/2/2010 18:40
דעראקס, דו פארציילסט האלבע מעשיות.
דער שמועס דארט "נאכן" דרשה איז געווען א לאנגע, כר האט דארט מסביר געווען פארוואס ער איז אזוי נאנט מיט ר יואלישן, ווייל ער עקלט זיך זייער פון די מאכילי טריפות, און דאס ברענגט זיין גרויסן נאנטשאפט מיט די געטרייע מצילי כלל ישראל. אויך האט ער מסביר געווען אז ער האט נישא געפלאנט מוחה צו זיין אויפ'ן בלאט, נאר היות דער גאב"ד ירושלים האט אים פערזענדליך געבעטן אז ער זאל מוחה זיין, אויך האט אים דער גאב"ד געבעטן ער זאל משפיע זיין אויף ר' יחזקאל ראטה זאל שוין אונטערשרייבן די פסק אז מ'מעג מסדר קידושין זיין אין קרית יואל. און נאך און נאך...
נשלח ב-22/2/2010 16:11
סאיז באקאנט די שטארקע נאטשאפט צווישן הגה"צ מוויען שליט"א אין הגה"צ משארמאש שליט"א אין די ווינער רב שליט"א האט זיך אויסגעדריקט זייער שארף נאך די דרשה אויף דעם וואס מאיז אזוי מבזה שארמישער רב שליט"א ער האט געזאגט אז דעס האט ער שוין נישט געקענט אראפשלינגן אין געמיזט מוחה זיין דעראויף
נשלח ב-22/2/2010 08:21
הערטס אויף מיט די אלע פרעזענליכע געאמפערעכטס... למעשה האט דער ווינער רב דירעקט גערעדט פון "דער איד" (גערעדט מיט א ווינער איד וואס איז דארט געווען), און מען דארף דערגיין דער אורזאך דערצו אמשנעלסטן.
נשלח ב-22/2/2010 07:03
איך הער יעצט אז ער האט מוחה געווען קעגן דעם וואס מען איז מוציא לעז אויף משפחות חשובות בישראל, און ער האט געשריגן די טמא'נע האטליינס מוזן זיך שוין אפשטעלן!
נשלח ב-22/2/2010 06:54
ווינער רב האט שוין און שופלאד די "העתער" פאר ערכעות, און א מכלומרשטע דרשה א קעגן דער איד...
נשלח ב-22/2/2010 06:40
אה, כאניש געכאפט... (שוואכע קאפ).
נשלח ב-22/2/2010 06:39
לויט ווי איך האב פארשטענען די דרשה פון רב שליט"א האט ער געמיינט דאס ווי די צייטונגען שרייבן אויף א גרויסן רב א תלמיד חכם גדול, אז ער האט געזעהן אדער גאר מפקיד געווען אין שיפלאד א היתר פאר א אידישע קהלה צו גיין בערכאות של עכו"ם, דאס איז א געוואלדיגע בזיון תלמידי חכמים און ליידער א גרויס חורבן פאר'ן דור,
איך קען נישט פארשטיין ווי עס קומען דא לצים און מאכן דערפון ליצנות פון זייער פאליטיק,
נשלח ב-22/2/2010 06:26
נישט אלעמאל ברויך מען אריינמישען די סאטמארע פאליטיק: דער הייליגער ווינער רב האט געמיינט דעם "יתד נאמן" וואס האט געהאקט אויף א מנהיג העדה, דער משיח ה' כ"ק אדונינו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד שליט"א, אין די תלמידי חכמים וואס זענען דארט דא, האט ער געמיינט צוזאגן הגאון הגדול קדוש עליון הרב שטיימאן, אוזוי אויך הגאון האדיר שכל רז לא אניס ליה חכם דיהודאי הרב קנייבסקי, פארוואס זיי זענן נישט מוחה קעגן דעם בזיון התורה פאר א מנהיג העדה.
נשלח ב-22/2/2010 06:10
FiveBoro כתב:
כ'האב פשוט געוואלט זעהן צו אמאל כאפסטו יא וואס מ'רעדט און וועמען מען מיינט.
ווי האט מיין רבי אין חדר געזאגט: אז דו פארשטייסט יא..?!...
פינעפער, לייגסט מיך אויף א פארהער? כ'בין נישט דער ריכטיגער פערזאן, כ'כאפ זייער שטייט, האסט נישט געזען ווי שטייט ס'האט מיר גענומען צו כאפן אזא פשוטע זאך ווי אז "די אהרונים האבן נישט קיין תלמידי חכמים"?